דיין ענטפער איז צו רעדען נערישקייטען?
ממנ"פ, אלס אידען איז עס זייער שווער צו לעבען אונטער אומשטענדען וואס לאזען נישט אונזער פרייהייט. אזוי איז נישט אזוי אייאייאיי, אבער כאטש האבען מיר א רעכט פון פרייהיט פון רעליגיע. ווען איינער קומט מיט א ווירדע אז מיר טויגען נישט און אונזער רעליגיע טויג נישט, איז עס א קאטאסטראף. אונטער שאריא, ווען א טאטע שטארבעט, זענען זיין קליינע קינדער גלייך אונטערגעווארפען די מדינה און מ'גייט זיי שמד'ן. מיט דעם קענען מיר לעבען? מ'וועט אונז טאקע נישט לאזען די ד' כוסות מיט קידוש און הבדלה, אבער צו דעם וועט בלייבען שווער צו האלטען אונזער מוסדות און אונזער גלויבונג. און דער עיקר איז, למעשה דארפען מיר אנקומען צו אנדערע. ווען מ'מאכט אן אפיציעלע זאך אז די מענטשען זענען אוממענטשען, וועט יעדער ריר זיין אזוי ווי די שווארצע אין אמעריקא. דער מעגליכקייט צו מאכען פרנסה וועט זיין נאך מער באגרעניצט, ווייל מיר וועלען זיין די אוממענטשען.
פון א וועלטליכע פערספעקטיוו, איז עס נאך מער א קאטאסטראף. קוק אן די אראבער זעלבסט, וואס מער פאנאטיש זיי ווערען, וואס ווייניגער קלוג און פארגעשריטען זענען זיי. אין טכנולוגיה און מעדיצין, אין וויסענשאפט און טיפקייט, זענען זיי אלס צוריק געשטאנען. פונדאמענטאליזם איז א חרבן פאר שכל. איינער וואס זעט נישט דינען אללא-ה אלס א תכלית, קען נישט לעבען אונטער אזא גאנג.
נאכאמאל, זיך רייצען מיט זיי איז זינלאז, מ'גייט זיי דאך נישט הרגנ'ן. מ'דארף זוכען זיי צו אסימילירען, און מ'קען עס טוהן מיט דער רוב פון זיי, וואס וועט צוריק האלטען די איבערנעמען. אבער צרות בלייבט עס.