מיטוואך פעברואר 14, 2018 4:13 pm#395631
ראו מה בין בני לבן חמי, איך קום נישט צו דיר עסן שאבעס!!
שטייענדיג אין יארע תש-18 איז נישט קיין סוד אז די טעכנאלאגיע גאלאפירט פאראויס מיט א אומגעהויערע שנעלקייט, מיט פרישע ערפינדונגען יעדע שני וחמישי.
מען דארף נישט מאריך זיין ווי שטארק די טעכנאלאגיע פארגרינגערט דאס לעבן, די כלליותדיגע אלטוועלטליכע לעבן איז פילפאכיג פארגרינגערט, פארבעסערט, און פארשנעלערט געווארן, און אזוי אויך די פריוואטע אינדעווידואלע לעבן, יעדער פאר זיך האט זיך זיינע זאכן וואס ער בענעפיטירט פון די טעכנאלאגישע פארשריט.
אבער ווי פארשטענדליך איז בלויז גוטס אויפן עולם השקר נישט פארהאן, און מיט די אלע בענעפיטן איז מיטגעקומען א טוץ פראבלעמען וועלכע אפעקטירט א גרויס חלק ציבור און פאר די וועלכע ליידן דערפון איז די ווייטאג אומדערטרעגליך.
איינע פון די גרעסטע טעכנאלאגיע חורבנות פאר די מענטשהייט איז די ענין פון "סייבער בוליאינג", די פארשריט אז אינפארמאציע ווערט פארשפרייט אין א בליץ שנעלקייט האט צוגעברענגט אז פילע מענטשן וועלכע טוען עפעס אינטערעסאנט פאר איין סעקונדע אין זיין לעבן, אויב צו זיין שלעכט מזל איז עס געווארן רעקארדירט און געשיקט בלויז צו איין בעסט פרענד איז ער שוין א פארטיגער און די קליפ וועט איהם באגלייטן לאורך ימים ושנים טובים, און די צער און בושות באגלייט איהם און זיין פאמיליע פאר לאנגע יארן.
מאנכע זאגן אז פארפאלן, דאס איז די מציאות היינט, אלעס ווערט ארומגעשיקט, לערן זיך אויס צו לעבן דערמיט און שוין. זענען זיי גערעכט? אוודאי נישט, מענטשן ווילן נישט זיין שלעכט, מען טראכט נישט וואס מען טוט, מען כאפט נישט אז די "שיק" קנעפל איז טיילמאל א מעסער אין יענעמס הארץ און יעדע "פארווערד" קנעפל איז נאך א דריי מיטן מעסער וועלכע ליגט שוין דערינען.
די איינציגסטע זאך וואס פעהלט אויס איז אויפמערקזאם מאכן דעם ציבור, קיינער וויל נישט שחט'ן קיין מענטשן און קאניבאלן זענען מיר נישט, איין מאל א מענטש כאפט די תוצאות פון זיינע מעשים וועט ער זיך רוב מאל צוריקהאלטן עס צו טוען, און אויב דאס ווערט די דעת הקהל וועט דער ציבור אויפמערקזאם מאכן דעם שיקער אויב פאלט ער יא אדורך.
דא שטעלט זיך די מיליאן דאללאר פראגע, וויאזוי מאכט מען דאס?
ווי יעדער פארשטייט איז די וויכטיגסטע זאך אין יעדע מלחמה "סטראטעגיע" אנע דעם איז די מלחמה א פארלוירענע, די וויכטיגסטע זאך אין סטראטעגיע איז זיך לערנען פון די אייגענע דורכפעלער און עס נישט איבערשפילן, כמאמר החכם "די נערישסטע זאך איז צו טון דעם זעלבן אקט און ערווארטן אנדערע רעזולטאטן".
איר געדענקט אוודאי געוויס די אינטערנעט אסיפה אין אייער קהילה מיט די פילצאליגע של"ס תורות פארדעם און נאכדעם, ווי רבנים און בעלי דרשנים האבן געוויינט און געברעטשעט איבער די ג' עבירות חמורות וועלכע ווערן פראקטיצירט אויפן אינטערנעט טעגליך, זענען זיי דען נישט גערעכט? איז דען נישט שפיכת דמים א חלק פון אונזער לעבן טעגליך? הונדערט פראצענט. אבער וואס איז געווען די פאלאו אפ? נאך איסורים, נאך חרמות און תקנות. און די רעזולטאט דערפון? עולם כמנהגו נוהג, מען האנדלט זיך איין צוויי טעלעפאנען און מען שיקט ווייטער בילדער און קליפס ככל העולה על רוח אפינו. איז דען איין אינגערמאן אוועק פון אזא רעדע טראכטנדיג אז איך וויל טאקע נישט אויפגעבן מיין סמארטפאון אבער דער רב האט דאך א פוינט און פון היינט און ווייטער וועל איך מיר צוריקהאלטן צו שיקן קליפס וועלכע דערנידערט אנדערע? א מכה, פארוואס? ווייל דער רעדנער האט אלעס אריינגעווארפן באגודה אחת און אז מען פלאשט שוין גייט די ספרינג וואסער אינאיינעם מיט די נעגל וואסער אין תהום אריין.
האבן אסאך שוין געמיינט אז אבדה תקותינו, עס איז נישט פארהאן קיין וועג זיך צו שלאגן דערמיט און די מציאות פון היינט און ווייטער איז אז בלוט גיסט זיך בראש כל חוצות ווייל די פוצי פה זענען סתם מצפצף.
האט זיך ארויסגעשטעלט אז לא אלמן ישראל, עס איז נאך פארהאן אזעלכע וואס די מענטשהייט איז נאך עפעס ווערט ביי זיי און עס איז פארהאן וועגן וויאזוי זיך צו ספראווען מיט די אמתע פראבלעמען פון טעכנאלאגיע.
ברם יזכר לטובה די "אידישע ווינקל" וועלכע האט אנגעהויבן די קאמפיין אויף סאושל מידיע אויפמערקזאם צו מאכן דעם ציבור איבער דעם ענין, און פאלאוד אפ ביי די"מאמענט " די וואך מיט א פראנט קאווער דעקונג און אינטערוויו מיט א באטראפענעם און א באמפער סטיקער בייגעלייגט און ב"ה זייערע פעולות און די פעולות פון פילע אנדערע וועלכע האבן געטון אדער וועלן טון אין די נושא איז עושה רושם און מער און מער פון אונז וואצאפ באנוצער פראקלאמירן הויעך:
איך קום נישט צו דיר עסן שאבעס!!
גייט מיר נישט אן ווער עס קומט יא צו דיר עסן שאבעס!!
גייט מיר נישט אן ווער עס האט גערופן סיי וועמען צו זיך עסן שאבעס!!
און ועל כולם איך פארגיס נישט יענעמס בלוט פארן בלויזן חטא אז ער האט גערופן עמיצן צו זיך עסן שאבעס!!
און ווידעראמאל האט זיך ארויסגעשטעלט שווארץ אויף ווייס אז אינטערנעט פראבלעמען שלאגט מען מיט די אינטערנעט, סאושעל מידיע פראבלעמען שלאגט מען מיט סאושעל מידיע, היינטיגע אינגווארג פראבלעמען שלאגט מען מיט די היינטיגע אינגווארג, און תשע"ח פראבלעמען שלאגט מען מיט וואס עס אינטערעסירט דעם עולם אין תשע"ח.