Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » נאכט פלענער

נאכט פלענער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12135
זונטאג פעברואר 18, 2018 5:00 am#395783
נאכט פלענער
אריינגעדרייט
אריינגעצויגן
ארויסצוהעלפן
ווייל איך טוה טויגן

נישט געפלאנט
אנצוהויבן
אבער שוואכקייט פון נישט אפזאגן
איבערגעוואויגן

-----

גערעדט געקוואקעט
און איך בלייב שטיל
כאטש מיינע דעות
שרייען איך וויל

האט קיינער אנדערש
מיין ספיקות און געפיל?
נעמען אן אלע תירוצים
מיין אנגסט האט קיין גבול.

און צום לעצט
ווען מען ענדיגט צו
דעם פאנעל פון תשובות
פון צדקניות החסידי

" די שאלות זענען נאר תירוצים
ווייל דו האלטסט נישט דערביי"
קען איך קוים איינהאלטן
מיין וויי געשריי

-וואס ביסטו אזוי זיכער
מיט דיינע שנעלע תשובות?
-הייבסט אן מיט אן אדזשענדע
די אויבערהאנט פארלירסט עס...

-וואס ביסטו אזוי דשאדשמענטאל
בוסט נישט בעסער פון מיר?
-פארוואס וועלסטו אויס מיין קרבן
איך בין נישט גרייט פאר איר?

אלץ פארן כלל
דארף איך פירן מיין לעבן
ווען וועט די כלל פאר מיר
עפעס צוריקגעבן?

ווי מער טעג
וואס גייען פארביי
פארליר איך מיין פלאץ
מיין ווילן א חלק נעמען אין זיי

א שרעק פון די עתיד
וואס טוה איך צו מיין משפחה?
פארעמען מיין אייגענעם וועג
מיין נייע הצלחה.
זונטאג פעברואר 18, 2018 11:27 am#395795
Clarification:
א מעמד וואס איך האב נישט געפלאנט צו גיין, אבער איך בין אריינגעדרייט געווארן אין די סטעף.
דאס זענען מיינע געפילן ביי און נאך די דרשות.