Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שוידערליך: א אינגע מאמע גע'העמערעדשט צום טויט! רח"ל

שוידערליך: א אינגע מאמע גע'העמערעדשט צום טויט! רח"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12141
דינסטאג פעברואר 20, 2018 6:31 pm#396033
שוידערליך: א אינגע מאמע גע'העמערעדשט צום טויט! רח"ל
רחל (אמנו) פערלמוטער אשת הרה"ח ר' משה יודא (בן ר' אביש) בת ר' משה מנחם סאנדל פון קר"י איז נעכטן אריין אין שפיטאל האבען איהר 9 קינד, די ערשטע אינגעל נאך 8 מיידליך!! די שמחה אויפן וועג אריין איז געוועהן גאר שטארק... אבער ווי ביטערליך האט זיך דאס גע'ענדיגט!!!
דאס הארץ רייסט.... א 38 יעריגע מאמע זאל אזוי ביטערליך ענדיגן דאס לעבען אין די חודש וואס מ'דארף מרבה זיין בשמחה איבערלאזענדיג 9 יתומים ויתומות מיט א צעשוידערטע מאן און א גרויסע פארווייטאגטע משפחה פון אלע זייטן...

חברה עס נישט קיין דשויקס! וואס טיט מען?

ווי אויך האט די היינטיגע ביטערע טאג זיך נישט גע'ענדיגט מיט דעם! א יונגערמאן פון 48 יאר ר' יעקב יוחנן קליין ז"ל פון ווילי א בעל בית'שער יונגערמאן אן עסקן האט אים גארנישט געפעלט! איז שוין אויך אויווען אין הימל!

באשעפער רעד צו מיר אפען! איך וועל שוין זיין זייער וואויל....
און לאמיר הערען נאר גיטוע בשורות!!!!
דינסטאג פעברואר 20, 2018 6:51 pm#396035
העמערעדזש אדער pulmonary embolism?
דינסטאג פעברואר 20, 2018 7:10 pm#396036
שלמה המלך האט געשריבן:חברה עס נישט קיין דשויקס! וואס טיט מען?

דאס ווייטאג איז שרעקליך, אבער וואס איז דען שייך צו טון? געב א קרעכץ, לאז א טרער, און העלף ארויס די יתומים אויב דו קענסט.
דינסטאג פעברואר 20, 2018 7:18 pm#396037
דינסטאג פעברואר 20, 2018 7:37 pm#396038
?????
מיטוואך פעברואר 21, 2018 1:21 am#396050
וואס איז דו פוינט פון דו אשכול?
סקוקט מיר אויס ווי מענטשען אינדזוישען דו סארט נייעסן.
מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:05 am#396053
ווער זאגט אז מ׳מיינט איינעם?

איינע פון די דריי תירוצים פלעגט מען מיר ענעפערן ווען איך פלעג פרעגן אזעלכע קשיות.
1) מפארשטייט נישט די באשעפערס חשבונות.
2)ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו שוין פארשטיין...
3)חוץ דעס פארשטייסטו שוין אלעס?

רוב מענטשען לעבן לאנג אבער אסאך מאל מאכט זיך פראבלעמען און מ׳שטארבט ווען מאיז נאך יונג. די פראסעס פון שטארבן יונג גייט שוין אן ליידער זייט די וועלט שטייט... יעדען טאג ממש שטארבן יונגע מענטשען, מאמעס און טאטעס פון קליינע קינדער. סאיז טאקע א שוידערליכע טראגעדיע אין יעדע פאל באזונדער. און עס טוט שטארק וויי פאר אלע ארומיגע. אבער מעהר ווי ארויסהעלפן די יתומים קענסטו גארנישט טוהן. סאיז נישט אין דיינע אדער מיינע הענט.
מיטוואך פעברואר 21, 2018 6:32 am#396056
ראובן האט געשריבן:
שלמה המלך האט געשריבן:חברה עס נישט קיין דשויקס! וואס טיט מען?

דאס ווייטאג איז שרעקליך, אבער וואס איז דען שייך צו טון? געב א קרעכץ, לאז א טרער, און העלף ארויס די יתומים אויב דו קענסט.


טאמער דיין שאלה איז געוועהן וואס די קענסט טוהן זיך אליין צו פראטעקטען, קען מען רעדן אסאך, אבער די ערשטע זאך, קויף לייף אינשורענס...

און צוגאב אויף וואס שבת אחים שרייבט, איז דער פראבלעם אסאך קלענער געווארן, ווען פאר נישט לאנג צוריק, זענען איינס פין דריי געבורטס געוועהן פאטאל אדער פאר די מאמע אדער פאר די קינד, איז עס היינט אזוי פארגעשריטן, אז ווען עס געשעהט יא איז עס א הימל געשריי.
מיטוואך פעברואר 21, 2018 11:45 am#396063
Re: שוידערליך: א אינגע מאמע גע'העמערעדשט צום טויט! רח"ל
דער מ"מ זאגט ׳אין אחד מאלף מתה מחמת לידה׳, נישט איינס אין דריי

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 21, 2018 5:10 pm#396097
פרעגסט קשיות פין א מגיד משנה אויף א מציאות. אין זיין מדינה אפשר.
מיטוואך פעברואר 21, 2018 7:37 pm#396103
שוידערליך: א אינגע מאמע גע'העמערעדשט צום טויט! רח"ל
.
מיטוואך פעברואר 21, 2018 7:45 pm#396104
הער אויס:

סתם צו וויינען און קלאגען האט דאך נישט קיין זין..

צו העלפען די יתומים - ההממממ איז א גיטע עצה! איך ווייס נישט ווי ווייט זיי דארפען מיין פינאנציעלע הילף!

אבער די נקודה איז "והחי יותן אל לבו"! דהיינו קיינער ווייסט נישט מה יולד יום, סתם צו לעבן אין שרעק און אין אנגסט איז דאך אויך נישט קיין עסק! אבער וואס יא!
לאמיר זיין גליקליך און פרייליך און אויסניצען די לעבענסט טעג מיט גיטע זאכען! טוהן גיטס און נאכאמאל גיטס!

וזה הוא!
מיטוואך פעברואר 21, 2018 8:51 pm#396107
קרעדיט

ט֞וֹב לָלֶ֣כֶת אֶל־בֵּֽית־אֵ֗בֶל מִלֶּ֙כֶת֙ אֶל־בֵּ֣ית מִשְׁתֶּ֔ה בַּאֲשֶׁ֕ר ה֖וּא ס֣וֹף כׇּל־הָאָדָ֑ם וְהַחַ֖י יִתֵּ֥ן אֶל־לִבּֽוֹ׃ (קהלת ז,ב)

רש"י
טוב ללכת אל בית אבל: מדה הנוהגת בחיים ובמתים. מלכת אל בית משתה: שהיא מדה שאינה נוהגת אלא בחיים. באשר הוא סוף כל האדם: בשביל שהאבל הוא סוף כל האדם סופו של כל אדם לבא לידי כך לפיכך החי יתן אל לבו כל מה שאגמול חסד עם המת אצטרך אני שיגמלו לי במותי דידל ידלוניה דיטען יטענוניה דיספד יספדוניה דיילוה ילויניה ד"א באשר הוא סוף כל האדם שהמיתה היא סוף כל ימי האדם ואם לא עכשיו גומל לו חסד לא יגמול לו עוד אבל בית המשתה זימנו ולא הלך יוכל לומר לו סופך שיולד לך בן ושם אהיה עמך תבא לך שמחת חתונת בניך ושם אלך. והחי יתן אל לבו: הדבר הזה שאם לא עכשיו יגמול לו חסד לא יגמול לו עוד.

אבן עזרא
טוב ללכת: בעבור ראותו מה הוא סוף כל האדם שהוא המות ובעודנו חי יתן אל לבו:

לויט רש"י הק' איז דער פשט אז אדער דער לעבעדיגער זאל נעמען אין באטראכט אז ס'וועט קומען א טאג וואס ער וועט אויכעט דארפן צו-קומען צו דעם און אז ער וועט געדענקען פון דעם וועט ער בעסער וועלן טוהן דאס.
אדער אז ניחום אבלים איז א זאך וואס ס'איז נישטא קיין צוויטע מאהל משלים צו זיין אויב מ'האט נישט אנגעיאגט, לאפוקי בית משתה (שמחת חתן וכלה) וואס ער וועט קענען משלים זיין אויף אנדערע שמחות.

לויט'ן אבן עזרא איז דער פשט אזוי ווי אונזער שטייגער און אזוי ווי ATUB @שלמה המלך ATUB האט געשריבן.

און אויף דער עניין איז פארהאן מענטשן וואס אזא מעשה ווי נושא האשכול דכאן, שאקעלט זיי בעסער אויף, אז ס'קען געשעהן צו יעדער איינער און שוב יום אחד לפני מיתתך.
און ס'איז פארהאן מענטשן וואס ביי זיי איז קאפויער, אזא שוידערליכע מעשה רעדט נישט צו זיי ווייל דאס איז מעהר זעלטן און זיי גלייבן אז 'צו מיר וועט דאס נישט געשעהן' צו זיי גלייבן אין סטאטיסטיק'ס צו אנדערע סיבות,
אבער זיי קענען זיך לערנען פון דער הונדערט יעריגער וואס האט זיך געזעגנט ("...הלך למכור בייגאלאך...") אז דעס קען לכאורה געשעהן צו זיי אויכעט.

למעשה איז כדאי צו נעמען צום הארצ'ן לתשובה ותיקון המעשים.
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 4:31 am#396130
שיין צו הערען פין דיר אז עס איז דא צוויי ערליי מענטשן, אבער לאמיר הערן וואס איז ביי דיר?
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 5:28 pm#396177
יואליש האט געשריבן:העמערעדזש אדער pulmonary embolism?

וואס פאלט דיר איין זי האט באקומען א שטרוץ אין די לינגען גאר???