Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » דראמאטישער געפונס: מעגליכער זיגל פון ישעיהו הנביא!

דראמאטישער געפונס: מעגליכער זיגל פון ישעיהו הנביא!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12145
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 10:52 pm#396203
דראמאטישער געפונס: מעגליכער זיגל פון ישעיהו הנביא!
ישראלישע ארכעאלאגן האבן געמאלדן אז זיי האבן מעגליך געפונען דעם פערזענליכן זיגל פון ישעיהו הנביא. געפונסן פון תקופת בית ראשון זענען גאר זעלטן, און אוודאי געשעט כמעט נישט אז מ'זאל טרעפן עפעס וואס זאל קלאר אנדייטן אז עס האט באלאנגט פאר א ספעציפישן באקאנטן מענטש, בפרט אזא צענטראלע פיגור אין תנ"ך.

דער זיגל פארמאגט די אותיות "ישעיה[ו] נבי[א]". חוקרים שטעלן זיך פאר אז דער לעצטער אות דארף זיין אן אלף, און עס איז דאס ווארט "נביא".

פאר מיר איז אינטערעסאנט אז לויט דעם איז "נביא" געווען אן אפיציעלע פאזיציע, מיט וועלכע דער נביא האט זיך אליין אונטערגעשריבן!

m https://www.timesofisrael.com/in-find-o ... unearthed/ m
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 11:42 pm#396204
ראובן: אבער ווי ס'זעהט אויס איז די נבואה געקומען צוערשט. נאכדעים וואס ער האט געזאגט נבואה האט איהם דאס פאלק געקרוינט פאר א נביא. ס'נישט אז מ'האט איהם געגעבן די פאזיציע און דער עולם האט געווארט אז ער זאלל עס פארפולן. אזוי ווי די רעבעס היינט...!
פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:00 am#396210
זיי שרייבן דארט אז זיי האבן געפונען א קלארער זיגל פון חזקיהו המלך דריי יאר צוריק.
פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:11 am#396211
די טיטל נביא איז א חלק פון די נביאות, ע"ש העתיד.
פרייטאג פעברואר 23, 2018 9:16 am#396229
ווען מען גייט צו עיר דוד, ווייזען זיי חותמות פין אסאך מענטשן וואס זיי האבן געטראפן דארט, צוויי פין די חותמות האבן נעמען פין מענטשן וואס ווערען דערמאנט אין נ"ך. חותמות האלטען זיך, ווייל עס איז געמאכט פין חרס, און ממילא קען נישט פייער עס גייט מאכן.
פרייטאג פעברואר 23, 2018 12:57 pm#396239
איסר האטלקי האט געשריבן:זיי שרייבן דארט אז זיי האבן געפונען א קלארער זיגל פון חזקיהו המלך דריי יאר צוריק.

דעם שוויגער-פאטער איז ער - ישעיהו - פאר חזקיהו געווען.
פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:09 pm#396242
Re: דראמאטישער געפונס: מעגליכער זיגל פון ישעיהו הנביא!
בן נריהו האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:זיי שרייבן דארט אז זיי האבן געפונען א קלארער זיגל פון חזקיהו המלך דריי יאר צוריק.

דעם שוויגער-פאטער איז ער - ישעיהו - פאר חזקיהו געווען.
אצטער איין פראגע ווערט אנגעפרעגט - וועלכע פאמיליע פערבינדונג בן-נריהו טוט האבן מיט ישעיהו און חזקיהו.
פרייטאג פעברואר 23, 2018 4:21 pm#396258
בן נריהו האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:זיי שרייבן דארט אז זיי האבן געפונען א קלארער זיגל פון חזקיהו המלך דריי יאר צוריק.

דעם שוויגער-פאטער איז ער - ישעיהו - פאר חזקיהו געווען.

דער געעהרטער העררן נריה, בען: איך וואלט ניכט וועללען איינען שוויגער פאטער וועלכער איין פראפעט איזט. וועהרענד, ער אללע מיינע (טונקעלע) געשעפטן אויפמערקזאם וואר. אונד מיינע געדאנקען ער קלאר אפלעהזען קאנט...!

נ.ב.: כ'האב דיך שוין געבעטן פעמים אין ספור. אז דו האסט עפעס צו זאגן, זאג עס קלאר און דייטליך. אנישט, זאג נישט. סתם דרייען א קאפ און זיין קיוט האט דאך נישט קיין פשט...!
זונטאג פעברואר 25, 2018 10:39 pm#396383
ער האט געמיינט צוזאגן אז ישעיה איז געווען די שווער פון חזקיה.
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:00 pm#412575
https://drive.google.com/file/d/1r35tU8CKIYpnvgqqN2mvjYfe0LG2ee6_/view
פרופ' חגי משגב
בכנס מחקרי עיר דוד -ירושלים הקדומה, ניסיתי לנצל את טביעת החותם של "ישעיהו/נבי", כדי להביא לקהל את מאחורי-הקלעים של עבודת החוקר העומד לפרסם ממצא, מה השיקולים שעומדים לפניו. ככלל, מדובר בשלש רמות שיקול: השיקול הטכני שבו הנתונים יחסית ברורים, וגם היתרונות והחסרונות של כל אופציית הבנה; השיקול הנסיבתי, ששם אנחנו לא יודעים מה עוד חסר לנו ולכן הוא בהכרח בעייתי יותר, ומצד שני עשוי לשנות את כל התמונה המתקבלת מהרמה הקודמת; ואחרון, ההשלכות. הפרשנות הניתנת על סמך שני השיקולים הקודמים צריכה להשתלב בתוך מרחב שלם של מושגים ותובנות כלליות, חלקן עקרוניות, להשלים או להפוך. ככל שעולה רמת השיקול, הפיתוי לצאת במשהו החלטי ומקפיץ גדלה; גם זה שיקול. בקיצור, תהיו רופאים. את הטעויות שלכם שם יקברו.
בקישור - המאמר שפורסם בחוברת דברי הכנס