Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » איקאנישע בארא פארקער געשעפט "האט בעיגעלס" מופט

איקאנישע בארא פארקער געשעפט "האט בעיגעלס" מופט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12168
דינסטאג מערץ 13, 2018 4:52 pm#397381
איקאנישע בארא פארקער געשעפט "האט בעיגעלס" מופט
געשעפטן מיט געשמאקע בייגלס, און ביליגע פרייזן, ציט זיך אריבער א גאס.

אלע אינפארמאציע דא:
m http://www.boropark24.com/whats-happeni ... ot-bagels/ m
דינסטאג מערץ 13, 2018 4:53 pm#397382
די פרייזן ציען זיך אויך אריבער?
דינסטאג מערץ 13, 2018 5:40 pm#397383
די נייע געשעפט
דינסטאג מערץ 13, 2018 6:19 pm#397385
די אלטע באבעס וואס מאכען די סענדוועטשעס מופען אויך?
דינסטאג מערץ 13, 2018 7:26 pm#397387
פארוואס פארדינט דאס א פרישע אשכול?
מיטוואך מערץ 14, 2018 7:44 am#397419
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס פארדינט דאס א פרישע אשכול?

א. מסתמא ווייסטו נישט ווי וויכטיג האט בעיגעלס איז.
ב. ס'איז דא א מאנגל אין אשכולות?
ג. אגב, האב איך ציטירט אז זאלסט האבן וואס נאך צו פרעגן. ;)
מיטוואך מערץ 14, 2018 7:45 am#397420
קורקלענד האט געשריבן:די פרייזן ציען זיך אויך אריבער?

די פרייזן בלייבן ביים אלטן.
מיטוואך מערץ 14, 2018 8:31 am#397421
ATUB @נקודת-אמת ATUB איז אמאהל אריינגעפאלן אין בארא-פארק.
און געהערט איבער דאס געשעפטעלע.
געגאנגען און איינגעקויפט דארט כמה וכמה פעמים צידה לדרך.
חסידים הראשונים פלעגן רופן דאס געשעפט מיט'ן נאמען "דער ראדושיץ'ער שטיבל".
היות דער בעה"ב פון געשעפט איז אן אייניקל פונעם הייליגען פועל הישועות ההק"ר ישכר בער מראדושיץ זיע"א.
איינמאהל איז מען אריינגעפאלן דארט י"ח סיון און מ'האט געצאלט מיט קוואדער'ס יוצא צו זיין דער עניין פון די הייליגע ראדושיצע פרוטות.

די ארבעטארערקע פון נאכמיטאג פלעגט פארגינען אסאך פון די געשמירעכט'ס און די אלטע באבע פון ביינאכט וואס פלעגט Solve crosswords און רעדן מיט א שווערע רוסישע אקצענט א שווערע אידיש...
פאר א גוטען טיעפ האסטו אייביג געקענט ארויסקומען מיט א בייגעל וואס ס'רינט ארויס פון אלע זייטן.
:lol:
מיטוואך מערץ 14, 2018 7:27 pm#397469
פיין מקום, נישטא וואס צו רעדען, אני הק' נתעגלתי הרבה מהבייגלים העגולים הטעימים האלו...

YUM
מיטוואך מערץ 14, 2018 8:17 pm#397473
וואלווי: אויף דעים זאגט דער פסוק..."עגיל ואשמח בלבבי. לאות ישע עשה עמי"... מ'זאגט עס טאקע מוצאי שבת קודש ביי די זמירות. דאמאלס איז טאקע דער זמן שטארק מסוגל. פאר די רעזאלטס. ווייל דער עולם (וגם אני בתוכם) קויפט דאמאלס בעיגלס בגדול. ספעציעל אין אנהייב ווינטער. אין די לאנגע מוצאי שבת'ן. נאכדעים וואס מ'רוקט דעם זייגער.

ביי אונז אין די משפחה איז עס א מנהג וותיקין. לכאורה די פארקערטע. מאחרים לצאת. מ'מאכט שפעטע, ברייטע מלוה מלכה'ס לכבודה של שבת מלכתא. כדרכם של צדיקים מדור הקודם. ספעציעל הרהצה"ק ר' ישעי'לע פון קערעסטיר, זי"ע...!
מיטוואך מערץ 14, 2018 8:36 pm#397474
גראדע שוין דא א אשכול וועגן דעם געשעפט , ליגט לכאורה אין די קעלערן אינעם שטיבל
מיטוואך מערץ 14, 2018 8:53 pm#397477
קאצקע ציקער: אדרבה. זוך עס אויף. און ברענג עס אהער. ווייל פן אזא עם הארץ אין טעכנאלאגיע ווי איך בין. זאלסטו גארנישט דערווארטן...!

נ.ב.: ווען מרן רבינו הגה"ק מהר"א שליט"א מקר"י/פאלם טרי יצ"ו, רעדט איבער טעכנאלאגיע, ווייס איך אז ער מיינט נאר מיך...!
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 3:13 am#397512
berlbalaguleh האט געשריבן:נ.ב.: ווען מרן רבינו הגה"ק מהר"א שליט"א מקר"י/פאלם טרי יצ"ו, רעדט איבער טעכנאלאגיע, ווייס איך אז ער מיינט נאר מיך...!


ר'בערל, כ'האב געמיינט אז די יצר הרע האט שוין לאנג פארגעסען פון אייך...

נע, איר מעגט שוין גיין אויף די דרכא אחרינא, איך נעם עס אויף מיין פלייצעס...
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 3:24 am#397513
berlbalaguleh האט געשריבן:קאצקע ציקער: אדרבה. זוך עס אויף. און ברענג עס אהער. ווייל פן אזא עם הארץ אין טעכנאלאגיע ווי איך בין. זאלסטו גארנישט דערווארטן...!

נ.ב.: ווען מרן רבינו הגה"ק מהר"א שליט"א מקר"י/פאלם טרי יצ"ו, רעדט איבער טעכנאלאגיע, ווייס איך אז ער מיינט נאר מיך...!

ר'בערל איך ברענג עס גערן ארויף אבער פארשטייט זיך אליינס, ס'גייט זיין א שטיקל ארבעט אפירצוזיכן אזא פארזאוועטען אשכול סא ס'ווענדט זיך אויף די נאכפראגע פון די עולם אויב איך באקים מינימום 7 לייקס אויף מיין יעצטיגע תגובה ברענג איך עס ארויף
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 3:45 am#397514
וואלווי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:נ.ב.: ווען מרן רבינו הגה"ק מהר"א שליט"א מקר"י/פאלם טרי יצ"ו, רעדט איבער טעכנאלאגיע, ווייס איך אז ער מיינט נאר מיך...!


ר'בערל, כ'האב געמיינט אז די יצר הרע האט שוין לאנג פארגעסען פון אייך...

נע, איר מעגט שוין גיין אויף די דרכא אחרינא, איך נעם עס אויף מיין פלייצעס...

וואלווי: דו כאפסט נישט. איך האב דא געוואלט באווייזן 2 זאכן. די גדלות פון מיין רעבי'ן , זז"ג. און מיין אייגענע עניוות...!

ס'איז דא א פסוק...ס'דא א סאך פסוקים... און מאמרי חז"ל. אבער מ'קען זיי נישט אלע אראפברענגען...דער עיקר איז. איך בין מתפלל צו הקב"ה אז איך זאלל קענען גיין אויף מיינע אייגענע פיס. און נישט אויף דיינע פלייצעס. ווייל איך וועג א שיינע פאר פונט, קע"ה...!

די רעבע זכיסע יאגן אליינע האט אויף דעים געזאגט...שוין. לאמיר נישט רעדן...!
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 3:48 am#397515
Re: איקאנישע בארא פארקער געשעפט
berlbalaguleh האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:נ.ב.: ווען מרן רבינו הגה"ק מהר"א שליט"א מקר"י/פאלם טרי יצ"ו, רעדט איבער טעכנאלאגיע, ווייס איך אז ער מיינט נאר מיך...!


ר'בערל, כ'האב געמיינט אז די יצר הרע האט שוין לאנג פארגעסען פון אייך...

נע, איר מעגט שוין גיין אויף די דרכא אחרינא, איך נעם עס אויף מיין פלייצעס...

וואלווי: דו כאפסט נישט. איך האב דא געוואלט באווייזן 2 זאכן. די גדלות פון מיין רעבי'ן , זז"ג. און מיין אייגענע עניוות...!

ס'איז דא א פסוק...ס'דא א סאך פסוקים... און מאמרי חז"ל. אבער מ'קען זיי נישט אלע אראפברענגען...דער עיקר איז. איך בין מתפלל צו הקב"ה אז איך זאלל קענען גיין אויף מיינע אייגענע פיס. און נישט אויף דיינע פלייצעס. ווייל איך וועג א שיינע פאר פונט, קע"ה...!

די רעבע זכיסע יאגן אליינע האט אויף דעים געזאגט...שוין. לאמיר נישט רעדן...!
און אז די בית שני איז גאר געווען גדול במנין ובבנין, פאלט אייך נישט איין?

Sent from my SM-G900V using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 3:52 am#397516
קאצקע ציקער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:קאצקע ציקער: אדרבה. זוך עס אויף. און ברענג עס אהער. ווייל פן אזא עם הארץ אין טעכנאלאגיע ווי איך בין. זאלסטו גארנישט דערווארטן...!

נ.ב.: ווען מרן רבינו הגה"ק מהר"א שליט"א מקר"י/פאלם טרי יצ"ו, רעדט איבער טעכנאלאגיע, ווייס איך אז ער מיינט נאר מיך...!

ר'בערל איך ברענג עס גערן ארויף אבער פארשטייט זיך אליינס, ס'גייט זיין א שטיקל ארבעט אפירצוזיכן אזא פארזאוועטען אשכול סא ס'ווענדט זיך אויף די נאכפראגע פון די עולם אויב איך באקים מינימום 7 לייקס אויף מיין יעצטיגע תגובה ברענג איך עס ארויף

קאצקע ציקער: איך אליינס האב דיר געגעבן 3 לייקס. איינס אן אפענע. און 2 באהאלטענע...!

אדער, אפשר א באטל מילעך. אפשר א פאר חלות אויף שב"ק...וואס...זיי וויללן עס נישט אננעמען. ס'קען נישט זיין. נו, פארוואס הרג'עט זיך דער עולם דא אין קאווע שיבל נאך לייקס...!
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 3:55 am#397518
הגה"ה: ס'איז ארויסגעפאללן 1 וויכטיגע שורה...דו קענסט גיין צו בינגא. און עפעס קויפן פאר די לייקס...איך וועלל ערלעדיגן...!
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 1:47 pm#397557
דא איז איין תגובה איבער די צוויי השגחות, איך בין נישט זיכער אויב ס'איז נאך-אלטס אזוי.
איך טרעף נישט קיין אשכול אויף דעם
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 4:48 pm#397578
דא האט איר הגם ס'נישט אריינגעקימען געניג ליייקס ;)

l viewtopic.php?f=4&t=402&p=5402#p5402 l