Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » גירוש והשתלשלות חסידות ראזשניש

גירוש והשתלשלות חסידות ראזשניש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12178
מיטוואך מערץ 21, 2018 9:38 am#397912
גירוש והשתלשלות חסידות ראזשניש
א נייע נעטפליקס דאקומענטרי ווארפט ליכט אויפן השתלשלות פונעם מנהיג ואדמו״ר חסידות ראזשניש אין די מ׳ יארן

זייער אינטערעסאנט צו זען וויאזוי זיין דרך און מהלך האט געצויגן חסידים פון די גאנצע וועלט, וויאזוי זיינע שטוב מענטשן בראש פונעם געטרייע משב״ק האבן געפירט דאס רעדל און געדרייט מיליאנען, וויאזוי גרויסע עשירים האבן זיך מדבק געווען אין אים און זיין מלוכה, וויאזוי זיי האבן געבויעט אן אייגענעם ריזן שטעטל אין א מדבר אין ארעגאן, וויאזוי די גויאישע שכנים האבן דאס נישט געזען בעין יפה און פרובירט צושטערן, וויאזוי ביידע זייטן האבן ליגעלי גענוצט די געזעץ פאר זייערע אייגענע צוועקן, די חסידים האבן אפילו געהאט אן אייגענעם מעיאר און פאליס דעפארטמענט, די רדיפות פון די שונאים און אינסטאנצן, די מלחמות מבית ומבחוץ, וויאזוי נייע גבאים האבן באזייטיגט דעם משב״ק און צום סוף וויאזוי די רשכבה״ג איז פארטריבן געווארן על אדמת נכר

‏https://www.netflix.com/title/80145240


נ.ב. די צושטעל צו געוויסע באקאנטע חסידותער איז סתם א צופאל ואין ביניהם שום דמיון ועיקר כלל
מיטוואך מערץ 21, 2018 9:46 am#397913
.
מיטוואך מערץ 21, 2018 9:51 am#397914
Re: גירוש והשתלשלות חסידות ראזשניש
אינטערעסאנט
דער איז טאקע א חסידישע רבי עס איז דא א בוך פון איהם מיט חסידישע מעשות וואס ער האט דערציילט
פון די אנדערע זייט האט ער געזאגט עפעס וואס האט אויסגעקוקט צו זיין א געוויסע הערצה צו היטלער
ער איז געווען גאר אן אייגענארטיגע מענטש מיט טיעפע געדאנקען און שטארקע כאריזמע
m https://www.amazon.com/Art-Dying-Talks- ... 9380658729 m
מיטוואך מערץ 21, 2018 10:20 am#397916
mevakesh האט געשריבן:אינטערעסאנט
דער איז טאקע א חסידישע רבי עס איז דא א בוך פון איהם מיט חסידישע מעשות וואס ער האט דערציילט
פון די אנדערע זייט האט ער געזאגט עפעס וואס האט אויסגעקוקט צו זיין א געוויסע הערצה צו היטלער
ער איז געווען גאר אן אייגענארטיגע מענטש מיט טיעפע געדאנקען און שטארקע כאריזמע
https://www.amazon.com/Art-Dying-Talks- ... 9380658729

אסאך פון די גורוס מישן אריין חסידות

די בוך וואס די ברענגסט איז עוועילעבל פרי אויף זייער סייט
m http://www.osho.com/iosho/library/read- ... 2e37b92ece m
מיטוואך מערץ 21, 2018 1:12 pm#397927
זיין lavish לייפסטייל איז משוגע צו ווערען, ווער רעדט נאך פון זיינע מנובל'ישע שטיק. אפי' אין זייער וועלט נאך אין אינדיע איז ער געווען באוויסט אלס אן אויפגעקלערטער.