Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » פנימי דזשאוקס אויף די וויזשניצע רבי'ס

פנימי דזשאוקס אויף די וויזשניצע רבי'ס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12191
דינסטאג מערץ 27, 2018 7:52 am#398519
פנימי דזשאוקס אויף די וויזשניצע רבי'ס
אין דעם אשכול וועל איך זאגן דזשאוקס וואס דרייט זיך ארום צווישן וויזשניצע חסידים, אויף די נייע וויזשניצע רבי'ס. טייל פון די דזשאוקס וועט נישט יעדער פארשטיין, מען דארף זיין א וויזשניצער דאס צו פארשטיין, ס'איז פנימי. אבער איך גלייב אז יעדער וועט הנאה האבן דערפון. איך וועל אנהויבן און יעדער וואס האט עפעס מוסיף צו זיין קען מוסיף זיין.

דעם שבת ביים ליינען, האט דער רבי שליט"א פון מאנסי זיך אויסגעדרייט, און געפרעגט "וואו אלט איז דער ברודער געווען"?

נאך א ווארט:
א איד איז אריינגעגאנגען צום בארא-פארקער רבי'ן שליט"א, מיט א קוויטל. ביי זיין ווייב'ס נאמען, האט ער מזכיר געווען אז זי ווארט ב"ה א קינד. דער חסיד האט צוגעשריבן אין דער זייט, "נא לא לומר לשפרה"... דער רבי שליט"א דרייט זיך אויס מיט א שמייכל, "דו מיינסט אז זי ווייסט נישט"? ודפח"ח.

ווער עס וויל קען מוסיף זיין גוטע דיבורים...
מיטוואך מערץ 28, 2018 1:01 am#398604
די ערשטע ווערטל ליגט מיר עפעס אין קאפ, כ'קען מיך נישט דערמאנען ווער עס האט עס אמאל געפרעגט... דערמאן ביטע.

צווייטע ווערטל דארף מען קענען ספינקא צו כאפן, נישט וויזניץ.....
מיטוואך מערץ 28, 2018 9:32 am#398626
Re: פנימי דזשאוקס אויף די וויזשניצע רבי'ס
איסר האטלקי האט געשריבן:די ערשטע ווערטל ליגט מיר עפעס אין קאפ, כ'קען מיך נישט דערמאנען ווער עס האט עס אמאל געפרעגט... דערמאן ביטע.


די לעצטע פאר חדשים פאר די וויזניצ'ער רבי פון מאנסי זצ"ל איז אריין אין שפיטאל האט ער איינמאל אדער מער געפרעגט זיין גבאי ווי אלט די ברודער איז געוועהן ווען ער איז אוועק האט דער גבאי גע'ענפערט 95 האט די רבי זצ"ל געזאגט, הייסט אז מ'האט זיך אפגעשמועסט...
דאנערשטאג מערץ 29, 2018 4:47 pm#398725
די עלסטע וויזניצע רבי וואוינט אין מאה שערים.
דאנערשטאג מערץ 29, 2018 11:16 pm#398748
איך אויך האט געשריבן:די עלסטע וויזניצע רבי וואוינט אין מאה שערים.

מאה רשעים.
פרייטאג מערץ 30, 2018 1:37 am#398755
איך ווייס נישט אויב ס'איז אמת אדער א דזשאוק
בילד
פרייטאג מערץ 30, 2018 6:19 pm#398779
איך טרעף א אייניקל פונעם רבין זצ״ל. פרעג איך אים נא, וויאזוי גייט עס אן דעם זיידען? זאגט ער גלייב מיר, איך האלט עס ממש נישט אויס! איך בין ארויפגעגאנגען נעכטן צום זיידענס ציון און געוויינט מיט ביטערע טרערן. ״זיידע אויף אלעס קען איך נאך מוותר זיין אבער וואס וועט זיין מיט די חודשליכע טשעק???״
מאנטאג אפריל 09, 2018 12:20 pm#399178
איך הער אז די מאנסיער רבי איז פסח ווען די די ירושלימער לעיקוואודער רב איז ביי אים געווען איז ער נישט געגאנגן קיין קאלירטע בעקיטשע אזוי ווי די רבי הכ"מ פלעגט זיך פירן ווען א צווייטער רבי פלעג קומען?
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 1:25 pm#400752
א וויזניצער יונגערמאן איז געגאנגען אין שפיטאל האבן א קינד נו, וועם רופט מען. האט ער גערופן אלע אכט רבי'ס זיך מזכיר זיין. אינמיטן האט זיך געמאכט א קאמפליקאציע האט ער שנעל גערופן סקולענער רבי בעטן א ברכה...
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 4:21 pm#400764
דאס איז ניקס קיין 'פנימי' זשאוק.........
פרייטאג אפריל 27, 2018 1:21 pm#400869
היינט צו טאגס, שפירט זיך יעדע וויזניצער חסיד, ווי א כיתה א' אינגל..

ווען איינער טרעפט אים, פרעגט ער אים, *ווי אזוי הייסט דיין רבי*...
פרייטאג יולי 06, 2018 1:03 am#408205
זיסער אשכול און וואס פונקטליך זיכט עס אין צימעס?
מאנטאג אוגוסט 20, 2018 2:18 pm#411551
איך טרעף ר׳ יענקל מיללער׳ס זוהן ר׳ ישראל אויף די גאס פרעג איך אים וועלכע רבי האסטו אויסגעוועלט? זאגט ער וואס הייסט וועלכע? סאיז דאך נאר דא אכט!!??? :lol:

איך טרעף א צווייטען מיט וועם כהאב געלערנט אין ישיבה איך פרעג אים נא וועלכע רבי? זאגט ער ״אלע אכט-באר״
דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 3:24 pm#417449
א איד זאגט מיר אז פון אלע אכט וויזניצער רבי׳ס האלט ער אז די בארא-פארקער רבי איז די חשובסטע ווייל ער איז דאך די איינציגסטע בן אחר בן...
מאנטאג אוגוסט 12, 2019 12:28 am#434660
הויזן
מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:18 am#434666
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:https://pbs.twimg.com/media/EBhIv18XYAA-VF7?format=jpg&name=small

די צווייטע האלב...
מאנטאג אוגוסט 12, 2019 10:49 am#434685
די פולע דריי חלקים:
יום ב' פנחס העל''ט:

האדמו"ר מוויזניץ שליט"א ממאנסי ביקר אצל אחיו האדמו"ר מוויזניץ שליט"א מקייאמישא ביום ב' העעל"ט

בתוך השיחה ראה האדמו"ר מוויזניץ במאנסי שאחיו האדמו"ר מוויזניץ בקייאמישע מלובש עם גרעיע הויזן, (מלבוש על שב"ק בחצר וויזניץ)

האדמו"ר מוויזניץ במאנסי שאלו במעמד קהל רב: גייסט מיט גרעיע הויזן אויך אינדערוואכן

האדמו"ר מוויזניץ בקיימישא: כ'האב נישט קיין כח עס צו טוישן.

האדמו"ר מוויזניץ במאנסי: וואס הייסט? דו שלאפסט מיט די הויזן?

האדמו"ר מוויזניץ בקיימישא: ניין, די פאסיק איז שווער איבערצולייגן יעדע מאל.

אין ווי אויך האט האדמו"ר מוויזניץ במאנסי מעורר געווען אז די טאטע ז"ל איז נישט געגאנגען אזוי, אויף דעם האט אדמו"ר מוויזניץ בקיימישא גענטפערט אז דאכציכך מיר די טאטע ז"ל פלעגט נישט פארען קיין עסטרייך אויך נישט
והיה לפלא

יום ג' מטו''מ:

פארגאנגענע דינסטאג איז פארגעקומען א מעמד לחיים/קבלת פנים אין שיכון וויזשניץ קייאמישא פאר אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א במאנסי.
נאכן מעמד האט אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א מקייאימשא געוויזן פארן ברודער אז ער האט שוין געטוישט די הויזן ע"פ עצתו.
אדמו"ר מוויזניץ ממאנסי האט פארציילט און זיך אפגערעדט פארן ברודער אז אלעס גייט היינט ארויס צום גאס "אפילו וואס אונז האבן גערעדט וועגן די הויזן..." ‎
*סערת ההויזן בוויזניץ ממשיך...*
מאנטאג אוגוסט 12, 2019 2:12 pm#434709
דער שמועס איז אמת (אויסער דער חלק אז האדמו"ר מקייאמישא האט אים געזאגט וועגן עסטרייך). האדמו"ר ממאנסי האט אים גע'עצה'עט אז ער זאל קויפן נאך א פאסיק, וואס זאל שטענדיג ליגן אין די שבת'דיגע הויזן, אזוי זאל ער עס נישט דארפן טוישן (אמת'דיג)...
מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:26 pm#434713
קען איינער אריינקומען מיט מער אינפאו איבער די וויזניצע שבתדיגע מלבוש הנקרא "גרעיע הויזן", מיט א בילד אויב מעגליך ווי דאס קוקט אויס?
דינסטאג אוגוסט 13, 2019 12:31 am#434748
דער קרית יואלער רב האט שוין יארן צוריק מתריע געווען איבער דעם פאסיק אין וויזניץ, נאך בימי אביהם...