Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ידעתי! ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!

ידעתי! ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12199
דאנערשטאג מערץ 29, 2018 2:04 pm#398712
ידעתי! ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!
דאס הארץ קוועלט מיט פרייד אז לכבוד די יו"ט פון אמונה זענען מיר זוכה צו די ערשטע אויסגאבע פון "ידעתי", געווידמעט צו רעדן צו אידישע קינדער וועגן אמונה!

איך האב נישט די ריכטיגע ווערטער אפצוגעבן שבח והודאה פאר'ן רבוש"ע אז ער האט געפירט אז מ'זאל קענען היינט דערגרייכן צו דעם מאמענ"ט, אז מ'זאל קענען ארויסגעבן א היימישע אויסגאבע אין אידיש וואס איז מלא וגדוש מזן אל זן מיט עכטע דברי אמונה, עפ"י דרכו פון מורי ורבי הגאון החסיד רבי אביגדור מיללער זצוק"ל, ואתו עמו גדולי ישראל פון אלע דורות.

ענדליך! ענדליך זענען מיר זוכה צו א שמועס מיט א גרויסן גאון הגה"צ ר' מאיר הייזלער שליט"א וועלכער רעדט פון דעם שרעקליכן פראבלעם וואס פלאגט אונזערע מאסן, די ביטערע ספיקות און בכלל די פוסטקייט און ליידיגקייט מיט וואס אונזערע בחורים און יונגעלייט זענען אנגעשטעקט. די הערצער זענען פארשטאפט, די מוחות זענען אנגעשטויבט, זיי זענען נישט קיין אידן און נישט קיין גוים – נישט קיין עולם הבא און נישט קיין עולם הזה.

ענדליך! ענדליך רעדט מען שוין אז נאך אלע שיינע ענינים, נאך חסידות, נאך חומרות, נאך רבי'ס און אנדערע מינדערוויכטיגע זאכן ווי אידישקייט פאליטיק, איז דא איין זאך וואס איז א ביליאן מאל וויכטיגער:

אנוכי ה' אלוקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים!!

ענדליך! ענדליך זעהט מען שוין איין אז מ'קען נישט ארויסשטויסן שטראמען פון שמוציגע וואסער דורך לייגן סקאטש טעיפ אויף בורות נשברות. א שטראם פון כפירה קען נאר ווערן אוועקגעשטראמט דורך א שטראם פון אמונה.

ענדליך! ענדליך זעהט מען שוין איין אז חינוך דארף גיין האנט ביי האנט מיט אמונה. מ'קען נישט פייטן אינטערנעט מיט טעראר, נאר מיט'ן מחנך זיין צו אמונה.

ענדליך! ענדליך זעהט מען שוין איין וואס מו"ר הגה"ח רא"מ האט לאנגע יארן געזאגט און געזאגט בלי ליאות. אן קיין אמונה איז גארנישט דא. מ'קען רעדן פון אלע שיינע זאכן ארום, מ'קען האקן אויף די גאנצע וועלט, שטורעמען קעגן גיין אין האטעלן פסח, פארפירן אז מ'דארף פילטערס אויף אינטערנעט, אבער אויב דער יסוד איז נישט דא, אויב מ'ווייסט נישט אז ס'איז דא א רבוש"ע איז אלעס גארנישט ווערד!

ענדליך! ענדליך זעהט מען איין אז דער גרעסטער פראבלעם מיט'ן אינטערנעט איז אויב מ'איז א יושב חושך. אז מ'האט די אויגן אפען, אז אידישקייט איז נישט בלינד, נעמט מען אוועק רוב פונעם פראבלעם. און אז מ'איז אנגעזאפט מיט ריכטיגע אמונה, נעמט מען אוועק דעם גאנצן פראבלעם.

ענדליך! ענדליך פארשטייט מען שוין אז אויב וויל מען ראטעווען דעם דור דארף מען טוישן דירעקציעס. מ'דארף ללא מורא ופחד דערקלערן אז יא העיתים נשתנו. מיר לעבן אין א נייע תקופה און נייע נסיונות, און יעצט דארפן מיר אוועקטרעטן פון וואס מ'האט אמאל געטוהן. אויב האט מען אמאל געמיינט אז נאר דורך תיבת נח קען מען ראטעווען דעם דור, מוזן מען היינט אויסשרייען קלאר אז אז תיבה איז גוט ווען עס איז דא ווענט. אבער אויב די מים הזידונים שטראמען אריין איבעראל איז נישט דא קיין תיבה. מ'דארף עפעס אנדערש!

ענדליך! ענדליך איז געקומען די צייט איינצוזעהן אז דאס וואס מ'פרעדיגט ווי אמונה פשוטה ארבעט נישט און מאכט חרוב דעם דור. מ'דארף האבן אמונה מיט שכל צו קענען אנגיין היינטיגע צייטן.

ענדליך! ענדליך איז געקומען די צייט וואס די אויגן האבן זיך געעפענט אז מיט בלינדקייט, מיט'ן זיין א בת היענה, גייט מען אין ערגעץ נישט אנקומען. ס'איז געקומען די צייט וואס די ווייטגרייכנדע פראבלעמען האבן געשריגן עד לב השמים. און ווי איך הער פון חברי ידעתי זענען זיי שטארק צעשאקעלט געווארן פון די ארטיקל "אמונה קריזיס" וואס איז געדרוקט געווארן אין די "וועקער" אויסגאבע פאריאר זומער וואס האט זיי געגעבן א געוואלדיגע שטופ און חיזוק אז לא עת לחשות.

תודה לה' אז איך האב אין די פארגאנגענהייט געהאט א טייל אין אינספירירן אידן צו אמונה דורך שרייבן דא אויף קאווע שטיבל פון די ענינים עפ"י דרכו פון מו"ר זצ"ל. חברי המערכת פון ידעתי האבן זיך אויך פארבונדן מיט מיר דא אויף קאווע שטיבל אז כ'זאל האבן א חלק אין די הייליגע פראיעקט, אבער ליידער לא עלתה בידי.

איך וויל ווינטשן די טייערע אידן וואס פירן דעם פראיעקט כל אחד בשמו הטוב יבורך, די תלמידי חכמים וואס שטייען דערינטער, די וואס שטיצן מיט געלט, אז זיי זאלן מצליח זיין ווייטער צו גיין אויף דעם וועג, און די עוקרי התורה יושבי חושך וצלמוות זאלן נישט מצליח זיין צו שטערן. יהי ה' עמכם בכל פעליכם, ותזכו להרבות אמונה ויהדות בישראל עד ביאת גואל צדק בב"א.
דאנערשטאג מערץ 29, 2018 2:59 pm#398715
ווי איז עס דא צו באקומען?
דאנערשטאג מערץ 29, 2018 3:03 pm#398716
Re: ידעתי! ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!
צוזאמען מיט די מאמענט אויסגאבע
פרייטאג מערץ 30, 2018 2:02 pm#398775
שיטה מקובצת האט געשריבן:ענדליך! ענדליך איז געקומען די צייט וואס די אויגן האבן זיך געעפענט אז מיט בלינדקייט, מיט'ן זיין א בת היענה, גייט מען אין ערגעץ נישט אנקומען. ס'איז געקומען די צייט וואס די ווייטגרייכנדע פראבלעמען האבן געשריגן עד לב השמים. און ווי איך הער פון חברי ידעתי זענען זיי שטארק צעשאקעלט געווארן פון די ארטיקל "אמונה קריזיס" וואס איז געדרוקט געווארן אין די "וועקער" אויסגאבע פאריאר זומער וואס האט זיי געגעבן א געוואלדיגע שטופ און חיזוק אז לא עת לחשות.

איך האב גראדע געשריבן וועגן דער אויסגאבע, אבער נישט געוואוסט אז כ'האב געהאט א טייל אין איר אינספירירן.

אכן דברים היוצאים מן הלב נכנסין אל הלב.

א דאנק.
דינסטאג אפריל 03, 2018 6:47 am#398883
Re: ידעתי! ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!
לענ"ד האט דער אשכול דא דעם פאטענציאל צו זיין דער סתימת הגולל אויף די אויסגאבע, וואס דארף מען מער אז די משכילים פון קאווע שטיבל זענען אליינס מודה אז זיי שטייען דערונטער.
דינסטאג אפריל 03, 2018 11:26 am#398889
אונטער חכם האט געשריבן:לענ"ד האט דער אשכול דא דעם פאטענציאל צו זיין דער סתימת הגולל אויף די אויסגאבע, וואס דארף מען מער אז די משכילים פון קאווע שטיבל זענען אליינס מודה אז זיי שטייען דערונטער.

וואו שטייט דא אז זיי שטייען דערונטער? אויב יא ביטע גיבט ארויס הייזלער'ס ניק..
דינסטאג אפריל 03, 2018 12:30 pm#398890
Re: ידעתי! ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!
איך האב נישט געליינט דער נייע אמונה אויסגאבע אבער איך זעה נישט פארוואס די נייע גאנג וועט/זאל נישט ערוועקן קשיות אזויווי ביז אהער. אמונה בלייבט אמונה - דו קענסט עס נישט איבערצייגן. איז בלייבט עס ביי דעם אז דער חקרן וועט ווייטער האבן וואס צו פרעגן און די אנדערע וועלן קלוגער ווערן (?) דא אויף קאווע שטיבעל. נאכדעם וואס זייער שכל וועט עס שוין מער נישט קענען דערהייבן וועלן זיי לויפן צו אייוועלט און שעלטן קאווע שטיבעל.
אבער מיט דעם אלעם וויל איך טאקע ליינען דער נייע אויסגאבע. גוד לאק און הצלחה!

Sent from my XT1096 using Tapatalk
דינסטאג אפריל 03, 2018 9:01 pm#398909
אונטער חכם האט געשריבן:לענ"ד האט דער אשכול דא דעם פאטענציאל צו זיין דער סתימת הגולל אויף די אויסגאבע, וואס דארף מען מער אז די משכילים פון קאווע שטיבל זענען אליינס מודה אז זיי שטייען דערונטער.

זעמין לכאורה נישטא פאר געלט, עס גייט זיי נישט ווער סאיס מןדה.
זיי ווילן העלפן אידן שטארקן זייער אמונה. פארקערט , אויב קענען זיי העלפן אידן פון ק"ש איז אויך גוט פאר זיי.
מיטוואך אפריל 04, 2018 2:37 am#398922
20180404_023538.png
מיטוואך אפריל 04, 2018 11:42 am#398940
מ'קען באקומען ערגעץ ידעתי אן די מאמענט? (כ'וויל נישט ספענדען די 7 דאלאר פאר דעם)
מיטוואך אפריל 04, 2018 3:30 pm#398958
קאצקע ציקער האט געשריבן:
20180404_023538.png


כ'האב אריינגעבליקט וואס די חברה שרייבן וועגן דעם אין א שיינע פאר ניקים דארטן זאגן אז זיי ווייסן אסאך פון בעהיינד די סינס, ממילא זעה איך נישט וואס קאווע שטיבל האט דערמיט מער ווי איי וועלט.
מיטוואך אפריל 04, 2018 3:32 pm#398959
איך בין נישט אנגעקימען צו ליינען דעם ידעתי ביז נעכטן נאכט (כ'האב דאך געדארפט ענדיגן דעם וועקער ערשט...) אין כ'האב מורא'דיג הנאה געהאט!
א הערליכע רייכע גליון מיט קלארע שיינע ארטיקלעך!
מאנטאג אפריל 09, 2018 4:43 pm#399220
Re: ידעתי! ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!
איך האב געליינט א קליין חלק דערפון, און די אשכול אויף אייוועלט דאקעגען (וועסטו פרעגען התירש שפחה גבירתה? נאר וואס? אין בית הכבוד מעג איך ליינען אייוועלט, אבער נישט ידעתי, און פסח צייט איז בעסער נישט צו פרעגען). טאמער איינער וועט אריינפאלען אין זייער גיפטיגער נעץ פון ליצנות פון די תורה, קום איך דא אויסרעדען די אמת.

ערשט האבען זיי אן ענין פון ׳אונזער דרך׳, וואס דארף פארטרעטען דער חת"ס און ׳חסידים׳. ביי די חברה האט מען מקפיד געווען נישט צו וויסען וואס מ׳רעדט. איהר הערט? אזא לשוה"ר אויף חסידים, אבער נישט פון מתנגדים פון בני ברק (אדער לעיקוואד\בודאפעסט) נאר דער מקוה בור אין אייוועלט.
דאס איז שקר גס, חסידים האבען אויך א סיסטעם פון לערנען אמונה, די פוילישע רביס און די ליובאוויטשער רביס האבען פיהל געקאכט דערין. לערן דער ספר המחקרים פון דער צמח צדק פאר מער. ער מיינט אוודאי די אונגארישער גאליציאנער חדר, וואס דאס איז אויך גארנישט באשטעטיגט.
די חברה האבען אזא געמיינע מהלך פון ליינען משכילישע ביכער, ליינען די טענות זייערע, און נאכאמאל ארויס נעמען דאס פארקערטע. למשל, ווען זיי באשרייבען אמאליגע מלמדים, פארשטייט זיך פון א נעגאטיווע שטאנדפונקט, אז זיי האבען מערדערליך געשלאגען און נישט זיך באמיט מיט די קינדער, נעמען זיי ארויס אז אזוי איז די ריכטיגער מהלך! אזוי אויך מיט ענייני אמונה. קיינער פון אונז איז נישט געווען אין די הייליגע גליקליכע אמאל, אבער דאס אבסורד איז צו זאגען אז מ׳האט נישט געזאגט וואס זענען די יסודות האמונה דארף עפעס א קראנטע מקור.

ווידער דער דרך פקודיך האט נישט קיין טראפ שייכות אהער. ווער האט דערמאנט א ווארט פון חקירה? ווער ווייזט עפעס אויף? דער דרך פקודיך נעמט זיך צו די חוקרים וואס גלויבען נאר וואס זיי קענען פארשטייען מיט די אייגענעם שכל. איינער וואס גלויבט נארמאל, נאר זוכט צו פארשטייען בעסער, ווערט עפעס דערמאנט אין דרך פקודיך?! נישט אין מצוה י"א. איינער וואס ווייסט נישט וויאזוי דער משנה איז מסודר געווארען, פון איהם רעדט דער בני יששכר?!

זיי נעמען זייער באקוועמליכער פוסטער לעבען, און זיי לייגען עס אויף דער דינוב׳ער?!

ידעתי איז א פיינער זאך, הגם אז עס רעדט נישט ממש מיין שפראך. עס איז זיכער גוט אז מ׳זאל ארויס ברענגען די נושאים אויף א קלארען אופן, און יעדער איינער האט זיין געשמאק און די נושאים וואס זענען איהם אינטרעסאנט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג אפריל 09, 2018 4:58 pm#399223
פליעז רוף עים נישט דעם דינוב'ער שכוח
מאנטאג אפריל 09, 2018 5:56 pm#399232
Re: ידעתי! ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!
נאר ער מעג אנרופען דער יעב"ץ ביים נאמען ׳דער עמדין׳?

בד"וו, דער היינטיגע דינוב׳ער האט דאך אן איידעם אין לעיקוואד, א באקאנטען פיגור.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:57 pm#413274
ליידער האבן די יושבי חושך געזיגט און ידעתי קיקט אויס צו זיין היסטערי
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 12:15 am#413275
מיט דעם האב איך געטייטשט:
ידעתי, יעצט ווייס איך.
וואס ווייס איך?
אז אפאר אנאנימע ניקים קענען פארמאכען א תוכענדיגע אויסגאבע
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 12:17 am#413276
עוד יש לאמר, ואנכי, די "i" וועלט חברה, לא ידעתי, ווילן נישט דעם ידעתי.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 12:21 am#413277
רויטע וואנצעס האט געשריבן:עוד יש לאמר, ואנכי, די "i" וועלט חברה, לא ידעתי, ווילן נישט דעם ידעתי.

פיין פיין!
ס'גייט צוזאמען מיט די פריערדיגע פסוק
אדמת קודש הוא ואנכי לא ידעתי
אדמה איז די וועלט
קודש הוא איז הייליג
אנכי איז i
וועגן די הייליגע אייוועלט -
לא ידעתי!
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:09 am#413278
גדליה האט געשריבן:מיט דעם האב איך געטייטשט:
ידעתי, יעצט ווייס איך.
וואס ווייס איך?
אז אפאר אנאנימע ניקים קענען פארמאכען א תוכענדיגע אויסגאבע

ליידער ליידער חבל.
פארוואס טאקע פארוואס זענען זיי אייביג וואס געווינען?
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:14 am#413281
ס'האט גארנישט מיט זיי צו טון... זיי האבן חרטה געהאט פארן עס לייגן אינאיינעם מיטן מאמענט, וויבאלד ס'האט אוועקגעדרייט דעם כיוון און ציל צו זיין ווי סתם א מאגאזין. גיין אליין לוינט זיך זיי נישט, נישט נאר פינאנציעל, נאר ווייל וויפיל וועלן עס שוין ליינען. דעריבער לע"ע פאקוסירן זיי זיך אויף אנדערע פראיעקטן, ווי דרשות אין ישיבות, פראגראמען און שיעורים פאר ערוואקסענע, ועל כולם א 'סייט' וואס וועט זיין געווידמעט קונה צו זיין אמונה, תכלית העולם און ידיעת הבורא.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:38 pm#413324
איז נאר ארויסגעקומען איין נומער?
איז עס דא צי באקומען ערגעץ?