Under maintenance
הויפט זייט » דראמאטישע זיג פאר אנטי עדוקעישאן עלעמענטען

דראמאטישע זיג פאר אנטי עדוקעישאן עלעמענטען

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12201
דינסטאג אפריל 10, 2018 8:54 pm#399417
דרך אגב, ע"ד ביטערע הלצה, די עקענאמישע מאדעל פון לכו והתפרנסו זה מזה קומט בהכרך בשיתוף מיט לכו פשטו ידיכם בגדוד. והוא רחום יכפר עוון. :)
דינסטאג אפריל 10, 2018 9:07 pm#399418
The honorable Mr. chaim Desser, of the Poel group. A recruiting agency, made a serious grammatical error in the second paragraph of the text. Beside other punctuation and factual errors.

The lack of possessing a strong command of the English language on Mr. Desser's part is itself proof for the need to educate our children in a manner that they will be able to function in our highly advanced society. And will have marketable skills for successful and rewarding employment...!
דינסטאג אפריל 10, 2018 10:48 pm#399424
I am glad that you noticed it. I feel like you when I notice the same mistakes in articles by the most prestigious newspapers, with multiple proofreaders, reviewers and editors. But it still doesn't make me richer. Just saying. These arguments will go on forever and the facts won't change. Knowing a language very well does not make wealthy. Being creative and industrious does.
דינסטאג אפריל 10, 2018 11:29 pm#399428
אמת, צו גיין אין ביזנעס אליין, קען מען מצליח זיין אויב מען קען נישט קיין ענגליש. אבער רוב מענטשן האבן נישט דער גראוויטאציע צו קענען דערהייבן גיין אליינס אין ביזנעס. צו טרעפען א דזשאב און מצליח זיין, איז נאר דורך קענען ענגליש.

און אפילו ווען מען גייט אין ביזנעס, איז דא אסאך מער אפערטאנעטי ווען מען קען מער. וואס מער מען קען מאכט עס גרינגער, און גיבט מער וועגן וויאזוי מען קען פארדינען.

אגב, איז דער דעסער א שטריק, וואס גיבט גאר שוואכע קאנדידאטן פאר סיי וועלכע דזשאב. ווי אזוי ווייס איך? ווייל איך האב פראבירט.
מיטוואך אפריל 11, 2018 12:05 am#399431
rps20180411_000523.jpg
מיטוואך אפריל 11, 2018 7:59 am#399439
Re: דראמאטישע זיג פאר אנטי עדוקעישאן עלעמענטען
berlbalaguleh האט געשריבן:The honorable Mr. chaim Desser, of the Poel group. A recruiting agency, made a serious grammatical error in the second paragraph of the text. Beside other punctuation and factual errors.

The lack of possessing a strong command of the English language on Mr. Desser's part is itself proof for the need to educate our children in a manner that they will be able to function in our highly advanced society. And will have marketable skills for successful and rewarding employment...!
אז דו ווילסט קען איך פאררעכטען די אומצאליגע גרייזען אין די תגובה דיינער........

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 11, 2018 9:52 am#399442
איך זע נישט וויאזוי די אנטי עדוקיעשאן עלעמענטן האבן געזיגט. יעדער וואס וויל געבן אן עדוקישן פאר זיינע קינדער קען זיי רואיג ארויסנעמען פון די בעיביסיטינג מוסדות און זיי אריינשטעלן ערגעץ וואו מ'גיבט אן עדוקעישן. אדער קען ער זיי איינשרייבן אין אן אנליין קאלעדש אומזינסט. די איינציגסטע וועם זיי האבן באזיגט, זענען די חברה וואס ס'אינטערעסירט זיי נישט די עדוקעישן פון זייערע קינדער, זיי ווילן נאר זיגן. אויב די מלחמה איז געווען ווער ס'וועט זיגן, האבן זיי טאקע געזיגט, און ענק קענען גיין וויינען צו ענקער מאמע'ן. אויב אבער די מלחמה איז געווען צי ענקערע קינדער גייען ווערן עדוקעיטעד, האבן זיי נאכנישט געווינען, געווינען וועלן זיי ווען עטץ וועטס ווייטער וויינען און שרייען און זיך נישט נעמען אליינס אין די הענט אריין.
מיטוואך אפריל 11, 2018 10:28 am#399443
כ'מיין אז מי דארף נישט רופן די אלע חול לערנונגען "אדיוקיישן", נאר "ויסנשאפט".
ביי די גויים, איז דאס עדוקיישן וייל ביי זיי א מחונכ'דיגער מענטש הייסט א מענטש וואס ווייס אסאך.
ביי אונז א מחונכ'דיגע מענטש, איז ווער סי האט זיך אנגעפילט מיט תורת אמת, מיט מוסר און מידות טובות א.א. וו.,
נאר מען דארף אויך ויסן אסאך זאכן, כדי צי האבן א"טול" מיט וואס זיך מתפרנס זיין.
בקצרה, ביי א גוי איז דער עצם ויסנשאפט א מטרה [און דערפאר איז ער מכבד א פרופאסער וואס קען אלטע כיניש וכדו'], בי א ייד להבדיל, די ציל [מטרה] איז טון רצון הבורא בתורה ומצוות, נאר מפני קללת אדם הראשון מוז מען זיך אויכעט שוויצן [בזיעת אפך תאכל לחם]. אמאל האט מען געשויצט מיטן האנט גיאקערט און גימאלן וכו', הייינט דארץ מען שוויצן מיט די "מיינד", דערפאר איז דאס ביי אונז א מיטל [אמצעי] און נישט קיין מטרה.
מיטוואך אפריל 11, 2018 10:33 am#399444
:like :like :like

שפתיים קישאק!
מיטוואך אפריל 11, 2018 11:10 am#399449
יואליש האט געשריבן:
רימון האט געשריבן:או להיפוך, חיים דעסער אליין איז נאך א ביישפיל פון איינעם וואס וואלט געקענט מאכן א געהעריגע פרנסה ווען ער האט ווען אביסל עדיוקעישאן און אצינד דארף ער זיך מוטשען מיט א ניטש ביזנעס ודוק.


ביזנעס איז אלעמאל אבאוט א ניטש. נר מצוה איז נישט ווייניגער א ביזנעס פון סיי וועלכע ביזנעס. ווילאנג ס'איז א סופליי פאר א דימענד.

כזע האסט מיך נישט פארשטאנען העל איך זיין קלאר, חיים דעסער אליין האט נישט עכט קיין פרנסה ודוק.
שטיק צייט צוריק האט ער געמאכט א ביזנעס, גייט געבן קורסעס פאר יונגעלייט, כהאב אים געפרעגט, מקען דאך קריגן די קורסן פאר א שיבוש אויף די אינטערנעט, "איך העל שיקן א היימישע יונגערמאן אויף די אינטערנעט?" איז געווען זיין ענטפער.
די גאנצע מאדעל פון די ביזנעס איז געווען בכדי צו אוואוידן די אינטערנעט און ס'האט טאקע אנגעהאלטן פון אסתר תענית ביז פורים.
זונטאג אפריל 15, 2018 2:12 pm#399852
—
נמחק
זונטאג אפריל 15, 2018 5:53 pm#399870
געפעלט מיר ווי דער דעסער איז שוין אויך א מאן דאמר. אבער ער מאכט איבער די זעלבע טעות וואס זיי אלע מאכן פון צוגלייכן (1)יידישע (2)ווייסע (3)מאנספערזאן (4)ניו יארק סיטי איינוואוינער צום מידיען אינקאם פונעם גאנצען נאציאן.
זונטאג אפריל 15, 2018 8:40 pm#399878
געפילטע פיש: דעסער האט געמאכט מער ווי איין טעות אין זיין מאמר. גראמאטישע און פאקטואלע טעותים לרחצה. אבער ער האלט זיך פאר אן אינטעליגענטן, אויפגעקלערטן מענטש...!
זונטאג אפריל 15, 2018 8:44 pm#399879
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:The honorable Mr. chaim Desser, of the Poel group. A recruiting agency, made a serious grammatical error in the second paragraph of the text. Beside other punctuation and factual errors.

The lack of possessing a strong command of the English language on Mr. Desser's part is itself proof for the need to educate our children in a manner that they will be able to function in our highly advanced society. And will have marketable skills for successful and rewarding employment...!
אז דו ווילסט קען איך פאררעכטען די אומצאליגע גרייזען אין די תגובה דיינער........

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בכבוד גדול: נאר איין זאך. דו קענסט נישט נוצן דעם בריטישן סינטאקס. ווייל איך האב נישט געוואוינט אין גרויס בריטאניע/יונייטעד קינגדאם. איך האב געלערנט ענגליש אין אמעריקע און קענעדע...!
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 6:19 pm#400267
איך הער אז מנשה פילאפ (בערל אלערט) שרייבט אין די צייטונג אז מיט די נייע חוק איז נאכאלץ נישט גיט.
דאס ווייזט אז מיין פוינט אנפאנג פון דעם אשכול איז גערעכט.
די אנטי עדוקישאן אלעמענטען האבן ברוך השם נישט געווינען!
די זיג איז פאר די נארמאלע עלטערן וואס ווילן מ'זאל האבן א בעסערע עדוקעישאן אבער אויף א כשרע וועג.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 6:26 pm#400269
די ארגעניזאציע וואס האט זיך געגרינדעט עטליכע יאר צוריק איז ברוך השם מצליח צו פארבעסערען די לימודי חול אין היימישע ישיבות, זאל זיי האבן גרויס הצלחה!
Science expo in Yeshiva school
m https://m.youtube.com/watch?v=xxjX3D_aU ... e=youtu.be m
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:24 pm#400293
Re: דראמאטישע זיג פאר אנטי עדוקעישאן עלעמענטען
בן ישי האט געשריבן:איך הער אז מנשה פילאפ (בערל אלערט) שרייבט אין די צייטונג אז מיט די נייע חוק איז נאכאלץ נישט גיט.
דאס ווייזט אז מיין פוינט אנפאנג פון דעם אשכול איז גערעכט.

ניין, דאס ווייזט אז ער האלט אז מהר"א מסאטמאר האט געשפילט א גרויסע ראלע אינעם געזעץ.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:27 pm#400295
אונטער חכם האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:איך הער אז מנשה פילאפ (בערל אלערט) שרייבט אין די צייטונג אז מיט די נייע חוק איז נאכאלץ נישט גיט.
דאס ווייזט אז מיין פוינט אנפאנג פון דעם אשכול איז גערעכט.

ניין, דאס ווייזט אז ער האלט אז מהר"א מסאטמאר האט געשפילט א גרויסע ראלע אינעם געזעץ.

קלו וקלו דברי אלקים חיים...
דינסטאג אפריל 24, 2018 9:22 pm#400602
https://drive.google.com/file/d/1sQbTY2oW2DzlzcIsBwxLHXRdzgPB8f9a/view?usp=sharing

יעצט פארשטיי איך פארוואס די אינטערנעט איז אסור מען קען זעהן די ליגענטס וואס הרב מ.ד. נידערמאן פארקויפט
פרייטאג אפריל 27, 2018 12:16 pm#400856
In Boro Park Visit, Senator Regrets Attending Anti-Yeshivah Rally
m http://hamodia.com/2018/04/26/boro-park ... vah-rally/ m
פרייטאג אפריל 27, 2018 12:20 pm#400857
מיטוואך מאי 09, 2018 1:31 am#402025
Re: דראמאטישע זיג פאר אנטי עדוקעישאן עלעמענטען
ישיבה כוכבי אור (בערי וועבער) האט היינט ארויף געלייגט אויף זייער אינסטעגראם אקאנט (status) א ווידיא ווי זיי לערנען ענגליש

יעצט איז דא צוויי choices
1) זיך רעגן אין שעלטן אויף קאווע שטיבל
2) שרייב יעצט אַן דיינע בחורים דארט

איך מיין אז זיי נעמען אן יעדן

Sent from my SM-J327P using Tapatalk
מיטוואך מאי 09, 2018 4:15 am#402034
אויב מעגליך ביטע אהער ברענגען דעם ווידיאו.
אגב דא רעדט מען וועגן די ישיבה
l viewtopic.php?f=4&t=12184 l
מיטוואך מאי 09, 2018 9:02 am#402042
העמער אויסווארטן געשפאנט צו זעהן וויאזוי ס'שטייגן ארויס פון דארט געשולטע דאקטוירים און אדוואקאטן. זאל זיין מיט אסאך הצלחה.
דאנערשטאג מאי 10, 2018 7:30 pm#402249