קל וחומר האט געשריבן:איך פארשטיי נישט.
קודם זאגט ער אז די עירוב איז 'געמאכט' געווארן אויסצורייסן דעם שבת.
באלד דערנאך זאגט ער אז ס'איז בכלל נישט פארהאן אן עירוב.
???
האבן זיי עס צוריסן אינצווישן?!?
א גוטן מועד..
נעכטן ביינאכט האט יהדות וויליאמסבורג געהאט די זכי' צו הערן דעם פסק הלכה איבער דעם עירוב, פונעם פוסק הדור, דער גאון הגאונים, מרן אדמו''ר מהרז''ל מ'סאטמאר שליט''א!!
איך שטיי און טראכט צו איך הער גוט, צו נישט. ס'איז נאך נישט דא קיין דריי וואכן פון ווען דער זעלביגער רעדנער האט זיך אויף געשטעלט ברבים זאגן א הספד, און אויסגעלאזט מיט דעם באקאנטן פסוק וואס מיר זאגן יעדן טאג ביי מעריב, *באמור לציון מלך אלוקיך*. און אנשטאט דעם, האט דער עם הארץ געזאגט *באמור לציון מעילעך אלוקעיכאָ*. דערביי האט ער זיך מבזה געווען, ווי אויך מבזה געווען יעדע זאלי אין די שטאט. זיי האבן זיך ארום געדרייט אבל וחפי ראש.
נישט מער נישט ווייניגער, ער קריגט זיך אין הלכה מיט דעם אלעמען באקאנטען פוסק אין וויליאמסבורג, הגאון המפורסם ר' פישל הערשקאוויטש ז''ל. ווי אויך יבדל לחיים טובים מיט די פוסקי הדור ווי מרן הגאון מ'קארלסבורג שליט''א, און מרן הגאון מ'סערדעהעל שליט''א.
דער עם הארץ וואס ווייסט לכאורה נישט קיין חילוק פון עירוב תבשילין ביז עירובי חצירות גייט נאך ווייטער און זאגט, אז דאס גאנצע מאכן אן עירוב, איז א פריקת עול.
ווילן מיר פארשטיין צו די אלע תנאים און אמוראים פון מסכת עירובין, ווי אויך אלע ראשונים און אחרונים וואס האבן געשריבן פסק הלכות אויף הלכות עירובין זענען שוין אויך לשיטתו בגדר פורקי עול? אדער האבן זיי פשוט נישט פאראויס געזעהן אז ס'וועט אמאל זיין אזא הייליגע שטאט ווי וויליאמסבורג, אווי אן עירוב וועט גאר זיין טריפה?
ווי אויך איז באקאנט אז אין קרית יואל האט רבינו הקדוש זי''ע יא געהייסן מאכן אן עירוב. איז די שאלה צו לשיטתו וועט די רבי ז''ל אויך חלילה אריינגיין בגדר פורקי עול?
דער חידוש איז, ווי אזוי א מענטש וואס ווייסט אז לערנען איז זיי שוואכסטע קוואליפיקאציע, זאל זיך אפילו נישט שעמען צו זאגן א מיינונג אין א דבר הלכה?
אדרבה, טראכט א מינוט!!
האט איר שוין אמאל געזעהן ווי אזוי דער איד זיצט ביי אן אסיפת רבנים? איינגעמאכט, און עפענט נישט דאס מויל פאר פחד אז ס'זאל נישט ארויסקריכן עפעס אן אַמעראצעס, וואס די רבנים וועלן אונטער שמייכלען.
האט איר אים שוין געזעהן גיין אויף א באזוך צו א רבי וואס איז נישט אויף זיין פעיראל, אן משה פריעדמאן? דער משב''ק האלט אין איין רעדן צום אדמו''ר וואס מ'באזוכט, אזוי אז מ'זאל נישט באמערקן, אז דא זיצט אן עם הארץ וואס ווייסט ניטאמאל וואס איז פאני, ווען מ'זאגט אז די גר''א האט זיך געווייקט אין קערעסטיר ביי ר' ישעי'לע זי''ע.
האט איר שוין אמאל בטעות געהערט א זאלי אין די שטאט זאל זאגן, אז ער ווארט צו הערן צו די רבי גייט יא שאקלען מיט א דערי לולב, צו נישט? זיי ווייסן אלע, אז זיי האבן אים נישט גענומען אלס תלמוד חכם.
האט איר שוין בטעות אמאל געהערט א זאלי זאל זאגן אז ער ווארט צו הערן דעם מיינונג פונעם רבי'ן איבער דעם בראקל טשיקן? און דאס איז שוין נאכדעם וואס ער האט געזעהן די בילדער וואס שמואל ט''ב האט אריינגעשיקט צו אלע מאגאזינען ווי דער עם הארץ גייט אין א גן חיות אויף דריי שעה און לאכט צו אלע שעפסעלעך..
לסיום דברינו, העמיר געבן א שטיקל אדווייס פאר דעם גאון וקדוש. ס'איז דא א ווארט אויף ענגליש *'סטיק טו יור פּראפעשאן'*. אייך האט מען נישט אויף גענומען אלס רבי צו רעדן אין הלכה, מ'האט אייך נישט אויף גענומען צו קענען היסטאריע, מ'האט אייך נישט אויף גענומען צו פארהערן בחורים. און ניטאמאל צו וויסן מנהגים. מ'האט אייך אויף גענומען, זיך צו שלאגן מיטן עלטערן ברודער. ווילאנג איר פילט אויס דעם שליחות בשלימות, שטייט איר גוט ביי אייערע מענטשן, און די פרעמדע גאס האט כאטשיג הנאה אז אין סאטמאר קריגט מען זיך. ווען איר רעדט אין הלכה, מאכט איר ליצי ליצנות פון אייך און פון אייערע קהילה!!!
Sent from my SM-J327P using Tapatalk