Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • עקסטרעמיזם - אין די וועלט, אין אידנטום און ביי אונז

קאווע שטיבל • עקסטרעמיזם - אין די וועלט, אין אידנטום און ביי אונז

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
42 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 44 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1221
מיטוואך יולי 25, 2012 2:33 am#28308
עקסטרעמיזם - אין די וועלט, אין אידנטום און ביי אונז
דער מין האנושי ציהט צו עקסטרעמיזם. עקסטרעמיזם איז אפיום פאר די מאסן.

עקסטרעם ליבעראל - ביז צו זיך דרייען נאקעט בראש חוצות, פארטיידיגן געמיינהייט און זעהן די "קוק-ווינקל" פון טעראריסטן; און עקסטרעם רעכט - צו באקעמפן די גאנצע וועלט, פארטיידיגן שטיקלעך קאנסטיטוציע כפשוטו פאר סיי וועלכע פרייז, און אריינקריכן אין יענעמס בעט און אסר'ן זיינע געשלעכטליכע געוואוינהייטן.

פראסטע מאסן ציען צו עקסטרעמיזם, צוריקגעשטאנענע מדינות זענען עקסטרעם ליבעראל אדער עקסטרעם קאנסערוואטיוו. צוריקגעשטאנענע מענטשן זענען אויסגעשפראכן אין זייערע גלויבונגען און ווייסן נישט פון קיין חכמות. עס איז פשוטער, פראסטער און לייכטער צו קוקן שווארץ און ווייס, שניידן די וועלט מיט די מעסער פון "הלנו אתה אם לצרנו" האבן א שטייפע, פעסטע און קלארע מיינונג , וכל רוחות שבעולם לא יזיזוהו.

קלוגשאפט, אינטעליגענץ, עקספיריענס און אויפריכטיגקייט ברענגט אסאך צו פראגמאטישקייט און מעסיגקייט, מען קען אנקוקן זאכן פון פארשידענע ריכטונגען, מכבד זיין יענעמס אויטאנאמיע אויף זיין מחשבה און דעה, מודה זיין אין א טעות, שעכטן הייליגע קוען וועמענס קדושה האט זיך שוין געענדיגט, מבטל זיין פארעלטערטע דאגמעס און קריטיקירן אייגענע איינגעווארצלטע טעותים.

ביי אונז - ארטאדאקסן - איז עקסטרעמיזם גאר שטארק, ווייל ווי דאס ווארט ארטאדאקסן צייגט אן זענען מיר נישט קיין דרך חיים בין אדם לקונו, נישט קיין שיטה אין תורה, נאר א רעאקציע צו מאדערנע תנועות אין כלל ישראל. דאס ווארט ארטאדאקס באדייט "נישט רעפארם-מאדערן". ארטאדאקס מכלל דאיכא רעפארם.

אונזער לעבנס-וועג איז א רעאקציע. דעריבער לעבן מיר מיטן אל תטוש, מיטן ערקתא דמסאני, מיטן להוציא מלבם, מיטן התבדלות, מיטן שלש מאות ברכיים אשר לא כרעו לבעל און נאך אזעלכע מיס-רעפרעזענטירטע שטיקלעך וואס איז מחזק אונזער אפגעזונדערקייט, און אונזער זכרון אז מיר זענען אין א שטענדיגע קריג מיט עם ישראל. מיר זענען ארטאדאקסן, נישט חלילה קיין רעפארמער, חרדים נישט חלילה קיין משכילים, חסידים און נישט קיין קאלטע ליטוואקעס, סאטמארער- יהדות החרדית הנאמנה, און נישט חלילה קיין מתחברים לרשעים און פארשטייט זיך 45 און נישט חלילה 13 הופער וכו' וכדומה.

זייענדיג א רעאקציע איז עקסטרעמיזם זיכער א גאר שטארקער פאקטאר, און ווי אונזערע טייערע מלמדים פלעגן אונז זאגן אז איינצובויגן א בוים מוז מען גיין די פארקערטע זאך, און אז אויף אונזערע שמאלע קעפ האט מען ארויפגעשליידערט די גאנצע היסטארישע קאמף פון יעקב קעגן עשיו, פרושים קעגן צדוקים, רבי ז"ל קעגן רב קוק, מוז מען פארשטייט זיך זיין עקסטרעם, א מיינונגס פארשידענהייט, און א להוציא מלבם איז זיכער מער עקסטרעם ווי א שיטה, און אז מיר זענען די שומרי הגחלת מוז אונזער אנטי שיטה זיין קלאר, אש שחורה על גבי אש לבנה.

עקסטרעמיזם האט אונז געפירט ווייט אין דר'ערד, פון ווילדע פראטעסטן, פלצות אחזתנו ותרגז בטני, מחאות און קול קורא'ס, ביז א לעבנס-שטייגער וואס פארמאגט איגנאראנץ, בטלנות, עניות, שווינדל, פארווייטאגטע הייזער פון ארימע מיאוסע פארשוואנגערטער מאמעס און פארפלאגטע פארקוועטשטע טאטעס, שידוכים הודו מיט קוש אן קיין שום שכל, געשוואלענע ביצים פון בחורים וואס האבן נישט קיין השגה מה למעלה מה למטה, אמונות טפילות, שקר און טפשות, (פארשטייט זיך אז מיר האבן גאר אסאך מעלות, ווי חסידות- חסד בין חברותיה, משפחה סטרוקטור, געמיינדע לעבן, און נאך אסאך ווי אויסגעשמועסט אין די אשכול די מעלות פון אונזער סאסייעטי, אבער אז מען קען רעדן שלעכטס, צו וואס זאל מען רעדן גוטס... כ'ווערטל, כ'מיין, יעצט רעד איך פון די חסרונות פון עקסטרעמיזם).

די עקסטרעמיזם פירט אז מען פירט זיך אויף אכזריות'דיג צו די אייגענע וואס רוקן אביסל די גדר, מען ווארפט ארויס די וואס טרייען אויסצושפיאנירן די אנדערע זייט מחיצה. ווי העכער די וואנט, אלס א גרעסערע פאל און קלאפ איז פאר די וואס שפרונגען אריבער די צוים.

עס גייט אויך פארקערט ווי א צויבער-ראד, ווי מער קינדער גייען פארפאלן, אלס מער עקסטרעמיסטיש מוז מען גיין. איי לכאורה, וועט עקסטרעמיזם העלפן?

למשל אז אינטערנעט איז א מגיפה, וועט מען אונז צוריקברענגען צום טעלעגראף תקופה און שיקן שפיאנען קוקן צו די קאמפיוטער איז געפילטערט גענוג צו דורכלאזן בלויז די זמני מנחה מעריב, אדער חלילה מער אפען, איי לכאורה, עקסטרעמיזם וועט נאר ארויסשטופן מער מענטשן וואס וועלן זיך שפירן ענג? אבער כך הוא דרכו של עקסטרעמיזם, אז זי איז א רעאקציע צו זיך זעלבסט.

עקסטרעמיזם האט ליב צו ווייזן "זעהסטו, מען האט מחרים געווען פלוני, און שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט וואספארא שייגעץ ער איז געווען".. שוטה שבעולם, אפשר האסטו אים געשטופט אהין? אפשר האט יענער נישט געמיינט קיין שלעכטס מיטן זיך רוקן א טראפעלע לינקס, און נאר די העפטיגע מערכה און דאס אויסשפייען האט אים געפירט צו די שויס פון די דרויסנדיגע?

ווען מען איז ווען נישט מחרים שפינאזע (כ'מיין לדוגמא בעלמא, לאו דווקא שפיאנזע, געוואלד, ער איז דאך נאך געווען בזמנים האפופים הוד קדומים.. טשעפעסט מיט "פריערדיגע"...) וואלט ער אויסגע'שמד'ט גאנץ אידישן האלאנד? אפשר פארקערט, ער וואלט געבליבן א איד מיט אביסל ווילדע געדאנקען וואס האט מקדים געווען זיין צייט? און פארקערט, ווען א רוח של עקסטרעמיזם פירט ווען אז מען נעמט זיך צו מהר"ץ חיות אזוי ווי מען האט זיך גענומען צו רבי שי"ר, וואלט ער געבליבן א מפרש אין גמרא וואס מען האט "געכאפט" מיט חכמה'לעך? אדער ער וואלט געווארן א משכיל וואס האט "גראדע" געווען א גאון אין ש"ס?

על כל פנים, עקסטרעמיזם לעבט בתוכנו, און א שפאציר אויף בעדפארד עוועניו, צווישן די "יהודי לא ציוני" גראפיטי, די אנגעשריבענע סיינס, די ווילדע צעטלעך, די שבת געשרייען און די הפגנות קעגן א געשעפט וואס נעמט אראפ האר פון אידישע מאמעס (לקיים מה שנאמר בדברי חז"ל בשבח להיות חלק ללא שערות), וועט עס אמבעסטן סימבאליזירן.

אבער עקסטרעמיזם איז נישט דווקא צווישן אונז, עקסטרעמיזם איז א קרענק וואס נעמט ארום די וועלט, די מוסלמענער וועלט פלאקערט מיט עקסטרעמיזם, און עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות בתוכנו, ה' ישמרנו מהם ומהמונם.

אפילו אין מאדערנערע קרייזן זעהט זיך אן עקסטרעמיזם, מאדערן ארטאדאקסיע און קאנסערוואטיזם, נאו-ארטאדאקסיע אדער לינקע-מזרחי האבן א גרויסע פראבלעם, ווייל מען מוז לעבן מיט סתירות און באלאנסירן, מען מוז גלייבן אין תורה אבער נישט נהרג ווערן על קוצו של יוד, מען מוז ליב האבן דאס לאנד, אבער נישט אויפן חשבון פון מאכן וועלט מלחמות און פייניגן אראבישע שכנים, מען דארף ליב האבן תורה, אבער מען דארף אויך קענען צומאכן די גמרא און פירן א לעבן. די עקסטרעמיזם בוזשעוועט ביי די מאדערנע אין גרויסן, אדער איז מען בועט אין תורה און מען ווערט פריי, אדער טוט מען זיך אן שווארצע בגדים און מען ווערט היימיש איבערלאזנדיג רבי שמשון רפאל הירש-רבי יוסף בער סאלאווייטשיג אן קיין נאכפאלגער. אדער איז מען בועט אין די מדינה מען ווערט לינק, אדער פארקערט מען טוט זיך אן א ריזן געשטריקט נ-נח קאפל, מען זעצט זיך על ראש גבעה, מען רייסט אויס אפאר זיתים ביימער פון ארימע אראבישע שכנים און מען איז מרחיב שלימות הארץ.

ביי אונז האט זיך לעצטנס אפגעשפילט אסאך שטארקע דוגמאות פון עקסטרעמיזם, אסאך פון זיי איז שוין אויסגעשמועסט געווארן דא אין שטיבל, אבער איך וויל זיך באציען צו:
א) כינוס כלל ישראל
ב) די מערכה פון ליטווישע סיקריקים בראשות רבי שמואל אויערבאך קעגן די אנגענומענע אויטאריטעט פון רבי אהרן לייב שטיינמאן
ג) די מערכה פון וויזניץ מאנסי רבי קעגן סיום הש"ס, ווייל זיין קרוב משפחה הרב ישראל מאיר לאו וועט דארטן זאגן א רעדע.

איך קען נישט יעצט שרייבן ווייטער, אנדערע חיובים אין לעבן, בתוכם א גוטן דרימל, פאדערן זייער צייט, ועוד חזון למועד.
מיטוואך יולי 25, 2012 2:46 am#28309
פשי! פיינע רעיונות, כ'רוף שוין לאנג אן געוויסע גרופעס "ראדיקאל דזשודאיזם" , אבער דא לייגסטו אראפ די גאנצע פיקטשער. מיט אזא צחיחות הלשון, ממש זיך צו באלעקן.
מיטוואך יולי 25, 2012 9:00 am#28324
איר זאגט דאך אזוי גוט. וואס איז טאקע דער פסיכאפאטישער הסבר פארוואס ציט א מענטש צו קראנקע קיצוניות ווי איידער נארמאלע מעסיקייט?
מיטוואך יולי 25, 2012 9:45 am#28335
עס איז פשוטער. דהיינו, מען נעמט איין זייט און מען גייט דערמיט צו אן עקסטרעם אן זיך אפשטעלן. עס איז אביסל קאמפליצירט צו זאגן מען דארף פאלגן די קאנסטיטוציע, "אבער" א מען דארף נישט זיין משוגע און לאזן אום 2012 אן אלטע טראדיציע אז קינד און קייט דרייט זיך מיט א מארד מאשין אין טאש. מיט דעם "אבער" ביסטו סותר די שטארקייט פון די ערשטע סטעיטמענט אז מען מוז פאלגן די קאנסטיטוציע. עקסטרעמע מענטשן וועלן דעריבער ליבערשט קאנצעטרירן אויף די "מען מוז פאלגן די קאנסטיטוציע" און זאגן כל מיני הסברים אויף די קדושת הקאנסטיטוציע.
א היימישע דוגמא, ציונים זענען רשעים, זיי האבן גע'גנבט די מדינה, גוט, וואויל. "אבער" מיר וואוינען מיט זיי אין איין לאנד, עס האט נישט קיין פשט צו איבערדרייען די שטאט און צומאכן די אויגן שרייענדיג איני מכיר, ליבערשט לאמיר טרעפן וועגן פון זיך צונויפרעדן און מאכן דאס צוזאמענלעבן שייך. די "אבער" האט אפגעהרגעט די שארפקייט פון די ערשטע שטיקל אידעעלאגיע, און האט גורם געווען אז מען מוז לעבן אין א קאנפליקט, יא, כ'האב נישט ליב זייער מהלך, אבער, מען מוז לעבן דא בלית ברירה.
"יתמו חטאים ולא חוטאים" איז אויך שווערער ווי ימח שמם וזכרם, און ווען די מרגלים האבן געזאגט "אפס" כי עז.. האבן זיי מיט דעם געמאכט א חורבן...

יעצט לעניננו:
כינוס כלל ישראל האט שוין דא געצויגן א וועלט מיט אשכולות, אבער זי איז אין איין ווארט געווען איין קייט פון עקסטרעמיזם.
אז מען נעמט זיך צוזאמען צו ראטעווען די דור וואלט יעדער געדארפט זאגן "איך לייג מיינע געווענליכע קפידות אין א זייט לצורך השעה", אבער ניין, יעדער האט אריינגעברענגט זיינע קפידות און סערווירט פארן ברייטן פאבליק. די ענדע רעזאלט אז געלונגנענע ביכלעך וואס מען האט געדרוקט איז נישט געווארן געטיילט ווייל עס רעדט פון פילטערס, רעדנערס וואס האבן געזאלט קענען קענען אויפהייבן דעם ציבור האבן נישט גערעדט, דער רבי זכרונו לברכה וועלכער איז דערמאנט געווארן מערערע מאל איז ארויס א זיגער און עמך בית ישראל איז ארויס א באמאכטער.
עס זענעען געווען אין די מערכה פון כינוס כלל ישראל ברייטע מענטשן וועלכע האבן געוואלט מאכן א מער מעסיגע פראגראם, רעדן מער צום עולם, און מער זוכן תקנות ווי מאכן יללות, אבער סופו של עקסטרעמיזם אז זי זיגט.
א רעזולטאט פון עקסטרעמיזם!

הרב אויערבאך'ס מערכה קעגן הרב שטיינמאן:
אין די טעג גייט פאר אין ארץ ישראל א שטילע, איידעלע, אבער טיפע און ערנסטע מערכה פון הרב שמואל אויערבאך מיט נאך צוויי דריי ראשי ישיבות און אפאר הונדערט ליטווישע קנאים קעגן דעם אנגענומענעם תורה אויטאריטעט און מנהיג הרב אהרן לייב שטיינמאן.
הרב אהרן לייב שטיינמאן איז אט-אט ניין און ניינציג יאר, און איז שוין בערך צוואנציג-דרייסיג יאר באקאנט אלס אן אויטאריטעט דינענדיג אלס א ראש ישיבה, א יועץ און א בעל השקפה אין די ישיבה וועלט. זיין קאנקורענט הרב אויערבאך איז מיט צוואנציג יאר יונגער פון אים, און א זון פונעם פוסק הדור רבי שלמה זלמן אויערבאך.
זינט הרב אליעזר מנחם מן שך האט אויפגעהערט צו פירן די ווירטשאפט איז די הנהגה פון די ליטווישע וועלט אריבער צו הרב יוסף שלום אלישיב ז"ל און הרב אהרן לייב שטיינמאן, הרב אלישיב האט גע'פסקנט שאלות און הרב שטיינמאן איז געווען דער השקפה'דיגער מנהיג פון די עולם הישיבות.
די צוויי זענען אבער טאטאל אנדערש, הרב אלישיב איז בכלל נישט געווען קיין מענטש פון מיינונגען און השקפות, ער איז געווען אן איש ההלכה און איז בכלל נישט געווען אינטערסירט אין קיין השקפה און אין קיין הנהגה. דעריבער האט ער געלאזט זיין שטוב פסק'נען און ער האט געלאזט די מקורבים פון הרב שך ווייטער איינטיילן וויאזוי זיי האבן געהאלטן אז רב שך וואלט ווען געזאגט אין אזא פאל...
הרב שטיינמאן איז אבער א קלוגער און איז באהאווענט וואס גייט פאר און ער האט מיינונגען, ער גלייכט נישט קיין קנאות, ער איז א גרויסער בעל מדות, און גלייכט נישט די שטענדיגע מערכות און מחלוקת וואס הרב שך'ס קנאות האט אנגעווירטשאפט, אויך איז הרב שטיינמאן א פראקטישע מענטש וואס ווייסט אז פראזן זענען גוט פאר קול קורא'ס, אין לעבן דארף מען לעבן מיט די פאקטן און זיך דורכקומען.
ווען גיוס בני הישיבות האט געפלאקערט מיט א צען-פופצן יאר צוריק האט הרב אלישיב נישט געהאט קיין מיינונג און געלאזט די קנאישע לשונות לויפן און נישט טראכטן פון קיין לעזונג, הרב שטיינמאן האט געהאלטן אז דא איז נישט א "גזירה" וואס מען דארף באקעמפן, נאר א קריזיס וואס מען דארף לעזן, און ער האט ממליץ געווען זיינע מקורבים צו אויפקומען מיט לעזונגען, אזוי איז באשאפן געווארן נחל חרדי, און חק טל.
די קנאים האבן געפלאקערט, אבער די היסטאריע האט געוויזן אז דאס איז געווען גאר א קלוגע שריט.
די קנאישע ליטוואקעס האבן לכבוד דעם גרויס געמאכט הרב אלישיב און אראפגעקוועטשט הרב שטיינמאן, יעצט, לאחר פטירתו איז געווען נאטורליך אז הרב שטיינמאן איז דער מנהיג עולם התורה, און אזוי האבן געהאלטן די בני ברקער גדולים ווי רבי חיים קנייבסקי רבי נסים קארעליץ און אזוי ווייטער.
אפאר "רבי זכרונו לברכה אידן" נוסח ליטא, ווי עס ווערט גערופן "הרב שך אידן" האבן אבער מיט עקסטרעמיזם זיך פארמאסטן קעגן הרב שטיינמאן, און עס פלאקערט דארטן א שטילע מלחמה.
א מחלוקה פון מעסיגקייט קעגן עקסטרעמיזם. און פארשטייט מיר, די מעסיגקייט איז נאר רעלאטיוו, הרב שטיינמאן איז זייער ווייט פון מאדערן, קוק אן זיין בארד וועסטו פארשטיין... ער איז נאר א קלוגער איד וואס ווייסט אז מען קען נישט שפייזן קינדער פון שארפע לשונות און מען קען נישט ברענגען לעזונגען צו קריזיסן מיט קול קורא'ס, דעריבער דארף מען לאזן זיך לערנען פראפעסיאנאלע פרנסות פאר ווער עס גייט ארבעטן, און מען דארף אויפקומען מיט לעזונגען איבער מיליטער אז די אפפאל פון עולם הישיבות זאל ארבעטן אין א פרומע מסגרת אין מיליטער.
אבער, איר וועט נישט הערן די אלע זאכן יעצט פון הרב שטיינמאן, זיינע מקורבים ווייסן אז עקסטרעמיזם זיגט, און מען וועט נישט הערן די דאזיגע מיינונגען פון אים, עס איז נאר מיינונגען וואס ער האט אמאל געלאזט הערן און וואס מומחים זעען אז ער האלט, ער אליין, האלט דאס מויל פארמאכט מאימת הקנאים, און פירט די ליטווישע אויפן טראדיציאנאלן שטייגער און מאכט נאר זיכער נישט צו מוסיףווי זיין נייע מחלוקתן און פירן די זאך על מי מנוחות וויפיל עס איז שייך.
עקסטרעמיזם געווינט!

וויזניצער רבי קעגן אגודת ישראל

יעצט די פרשה פון סיום הש"ס.
וויזניצער רבי איז זייער אן עקסטרעמער מענטש, און טראץ זיין געווענליכע מיטארבעטן מיט די סיום הש"ס, האט ער דערקלערט א מערכה דערקעגן, א מערכה וואס שטעלט די גאנצע סיום אין געפאר, צוליב ווייל מען האט געלאדענט א גאר געלונגענער רעדנער וועלכער איז דער געוועזענער הויפט רב פון מדינת ישראל.
דאס איז א דוגמא פון עקסטרעמיזם, ווייל מיט מעסיגקייט קען מען אויפקומען מיט מערערע לאגישע טענות נישט צו באיאקאטירן די חגיגה צוליב דעם רעדנער; סוף כל סוף האט די סיום א גרויסע השפעה אז מען זאל לערנען ש"ס, סוף כל סוף, האט אים אגודה שוין געלאדענט און מען קען נישט מבזה זיין און אים מבטל זיין די לעצטע מינוט, סוף כל סוף וועט קיין איין וויזניצער חסיד נישט טוישן די שווארצע גלעזער אויף זילבערנע א דאנק די צען מינוט רעדע פון הרב לאו, סוף כל סוף, קען מען רעדן נאכן מעמד אין וויזניץ און זאגן אז טראץ וואס מען איז געזיצן ביי זיין דרשה זענען מיר בשיטה קעגן א מענטש וואס האט געדינט אין די מדינה הטמאה.
אבער עקסטרעמיזם זיגט!
מיטוואך יולי 25, 2012 9:58 am#28341
יעדעס ווארט א טראפ וואסער על נפש צמאה.
ייש"כ.
שרייב נאך.

הערה, פשוט צו פארשטיין, נישט צו מגיב זיין חלילה.
אדרבה, פון רב שטיימאנ'ס בארד, טיש און בענקל, זעה איך עקסטרמיזעם עד אין סוף. וועלכער נארמאלע מענטש (וגדולי ישראל בכלל) לעבט אזוי?

וויזניצער רבי'ס התנגדות פון השתתפות ביים סיום הש"ס לייגט "נישט" אין געפאר דעם גאנצען סיום.
וואס ליגט אינטערדעם איז, אז אינערהאלב אגודת ישראל זענען דא אויך מתנגדים פון רופן רב לאו (עכ"פ אונטערן נאמען פון "אגודת ישראל") און זיי האבן אנגערייצט דעם רבי'ן.

סחורה היא וללמוד אני צריך
מיטוואך יולי 25, 2012 10:05 am#28346
הרב שטיינמאן איז פאר זיך זייער עקסטרעם, ער איז אן עובד ה' עד אין סוף, ער עסט גארנישט און שלאפט גארנישט, ממש בלתי לה' לבדו, אבער ער פארשטייט צו הנהגה און קוקט קלאר און ווייט, און איז א קלוגער דורכגעטראכטער מענטש.
פארקערט א מענטש וואס פאדערט פון זיך אסאך און איז עקסטרעם קעגן זיך זעלבסט איז ווערט צו ווערן גאר שטארק ארויפגעקוקט, אבער ער ווייסט אז נישט יעדער זיצט א גאנצן טאג אויף זיין בעט מיט א קעסטל, די וועלט גייט אן און מען דארף זיך רעכענען מיטן מציאות.
די פאקט איז אז חק טל איז געווען א גרויסע ישועה, און די פאקט איז אז נחל חרדי איז בלויז געווען א הצלה, און הלוואי זאל מען אהינשיקן אלע אונזערע אפפאל וואס וואלגערן זיך נעבעך אין די גאסן.
מיטוואך יולי 25, 2012 10:10 am#28348
יא, רבי שמעון לעלוב'ער האט אויך געשטיצט נחל-חרדי, כידוע.

לאמיר נישט פארקריכען.
בנוגע עקסטרעמיזם, איז כדאי מבדיל צו זיין צווישען דעם המון עם, און די מנהיגים. און מנהגים מיין איך נישט דא די בעלי הלכה והשקפה, איך מיין די משתלטים על המידיע, און זייען אן חרבנות.
מיטוואך יולי 25, 2012 10:30 am#28360
כ מיין אז רב שטיינמאן איז בכלל נישט מעסיג, די מידיע לייגט אים נאר אזואו אראפ כהאב נישט געזעההן גארנישט מעסיג פון אים, אבער וואסא חיליק די שרייבסטי פייין A1!
מיטוואך יולי 25, 2012 10:35 am#28362
עסן עסט'זיך האט געשריבן:כ מיין אז רב שטיינמאן איז בכלל נישט מעסיג, די מידיע לייגט אים נאר אזואו אראפ כהאב נישט געזעההן גארנישט מעסיג פון אים, אבער וואסא חיליק די שרייבסטי פייין A1!

ער איז אזוי ליבעראל, אז כ'פארשיי נישט וויאזוי ס'איז אים געלאנגען צו ווערן אנגענומען ביים עולם.
זעה אין אישי.
מיטוואך יולי 25, 2012 10:53 am#28369
פארוואס אין אישי, שטעל אראויף
מיטוואך יולי 25, 2012 10:53 am#28370
פארוואס אין אישי, שטעל אראויף
מיטוואך יולי 25, 2012 12:26 pm#28420
צו די ליסט קען מען צולייגן מציצה בפה. אויב וועט מען גיין עקסטרעמיסטיש, מען וועט עס נעמען ווי א "גזירה" איז די רעאקציע פלצות אחזתני, ותוצאותיו מי ישורנו, אויב נעמט מען עס אן ווי א קריזיס וואס מען דארף באהאנדלען קען מען געוויס טרעפן א פשרה מיט די סיטי, ווצב"ש מוהלים זאלן זיך טעסטן, דורכגיין קורסעס וכו'
מיטוואך יולי 25, 2012 2:08 pm#28456
הערליך שיין קופערניקוס! א יעדע מאמר דיינס ליין איך איבער א צוויי דריי מאל!
בנוגע עקסטרעמיזעם האב איך שוין א אלטע טעאריע אז ע״פ רוב איז דער מענטש נישט שולדיג דערין, דער אראבער ווערט מח-געוואשען מיום הלדותו אז זיך אויפרייסען פאר דזשיהאד איז די גרעסטע זאך וואס ער קען צוקומען, וואס ווילסטו, מה יעשה הבן שלא יחטא? שטעלט אייך פאר אז די שיטה פון רבי׳ן ז״ל וואלט געלויטעט אז די העכסטע מדריגה וואס א איד קען צוקומען איז זעלבסטמארד נגד המדינה, קיפ מיי ווערד, עס וואלט געווען גאנצעטע סעקטעס אינערהאלב די חסידים ווער עס קען גיין עקסטרעימער, די בני יואל וואלטן ווען געהאט קינדער יעדע פינף מינוט נאר צו קענען בויען א דור פון פרישע אויפרייסער׳ס.
מיטוואך יולי 25, 2012 2:16 pm#28462
משה געציל האט געשריבן:הערליך שיין קופערניקוס! א יעדע מאמר דיינס ליין איך איבער א צוויי דריי מאל!
בנוגע עקסטרעמיזעם האב איך שוין א אלטע טעאריע אז ע״פ רוב איז דער מענטש נישט שולדיג דערין, דער אראבער ווערט מח-געוואשען מיום הלדותו אז זיך אויפרייסען פאר דזשיהאד איז די גרעסטע זאך וואס ער קען צוקומען, וואס ווילסטו, מה יעשה הבן שלא יחטא? שטעלט אייך פאר אז די שיטה פון רבי׳ן ז״ל וואלט געלויטעט אז די העכסטע מדריגה וואס א איד קען צוקומען איז זעלבסטמארד נגד המדינה, קיפ מיי ווערד, עס וואלט געווען גאנצעטע סעקטעס אינערהאלב די חסידים ווער עס קען גיין עקסטרעימער, די בני יואל וואלטן ווען געהאט קינדער יעדע פינף מינוט נאר צו קענען בויען א דור פון פרישע אויפרייסער׳ס.

פארוואס זאל איך אנעמען וואס דו שרייבסט ווען דו אליינס גלייבסט נישט וואס דו שרייבסט
מיטוואך יולי 25, 2012 2:18 pm#28464
זר זהב האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:הערליך שיין קופערניקוס! א יעדע מאמר דיינס ליין איך איבער א צוויי דריי מאל!
בנוגע עקסטרעמיזעם האב איך שוין א אלטע טעאריע אז ע״פ רוב איז דער מענטש נישט שולדיג דערין, דער אראבער ווערט מח-געוואשען מיום הלדותו אז זיך אויפרייסען פאר דזשיהאד איז די גרעסטע זאך וואס ער קען צוקומען, וואס ווילסטו, מה יעשה הבן שלא יחטא? שטעלט אייך פאר אז די שיטה פון רבי׳ן ז״ל וואלט געלויטעט אז די העכסטע מדריגה וואס א איד קען צוקומען איז זעלבסטמארד נגד המדינה, קיפ מיי ווערד, עס וואלט געווען גאנצעטע סעקטעס אינערהאלב די חסידים ווער עס קען גיין עקסטרעימער, די בני יואל וואלטן ווען געהאט קינדער יעדע פינף מינוט נאר צו קענען בויען א דור פון פרישע אויפרייסער׳ס.

פארוואס זאל איך אנעמען וואס דו שרייבסט ווען דו אליינס גלייבסט נישט וואס דו שרייבסט

נעם נישט אזוי ערנסט, זר'לע. ער האט נאר געמיינט לשבר את האוזן.
מיטוואך יולי 25, 2012 2:20 pm#28466
משה געציל האט געשריבן:די בני יואל וואלטן ווען געהאט קינדער יעדע פינף מינוט נאר צו קענען בויען א דור פון פרישע אויפרייסער'ס.


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
מיטוואך יולי 25, 2012 2:22 pm#28468
קופערניקעס - איך האב אסאך וואס צו שרייבן. אבער נישט יעצט.

אבער איך טאר נישט אוועקגיין בעפארן איבערלאזן א דאנק פאר דיין אויסערגעווענליכע כח הכתיבה, וואס מאכט מיר טראכטן און לאכן אין די זעלבע צייט.
נאר היות איך בין אויפגעצויגן אינגאנצן אנדערש, קען איך דיר נישט געבן פולע גערעכט. כאטש אפאר גוטע נקודות איז אמת.

איין זאך - דו ביסט א עקסטרעמיסט אויף דיינע ענינים - צו מאכן פשרות און גיין מיט מעסיגקייטן. איז דאס אויך א סארט עקסטרעמיזם..???
מיטוואך יולי 25, 2012 2:47 pm#28478
איך גלייב אז דו האלטסט אז יעצט האבען זיי אויך קינדער יעדע פינף מיניט נאר צי קענען בויען א דור הולכים בשיטת רבינו זיע
מיטוואך יולי 25, 2012 2:59 pm#28486
איך פארשטיי נישט כלאים שעטנז פרה אדומה איז אויך עקסטרעם? וואס מיינט מעסיג און פארגלייך צי וואס? עס קומט דא אויס אז איש הישר בעיניו יעשה און אפשר ssm אויכט? ווי הייבט זיך עס אן ווי ענדיגט זיך עס און וואס דארף זיין די סטאנדארד?
מיטוואך יולי 25, 2012 3:19 pm#28496
גלות יוד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט כלאים שעטנז פרה אדומה איז אויך עקסטרעם? וואס מיינט מעסיג און פארגלייך צי וואס? עס קומט דא אויס אז איש הישר בעיניו יעשה און אפשר ssm אויכט? ווי הייבט זיך עס אן ווי ענדיגט זיך עס און וואס דארף זיין די סטאנדארד?

אה, א ריכטיגע סעמפל פון א שווארץ-און-ווייס-קיין-גרעי-עריע קוקער.
מיטוואך יולי 25, 2012 3:54 pm#28502
מקען זיך טאקע היינט צוטאגס איבערצייגן די 'קלוגקייט' פון רב שטיינמאן וואס האט אויסגעארבייט די 'פשרות' און מעסיגקייט ביי די פרשה פון חק טל,
מיטוואך יולי 25, 2012 5:18 pm#28534
גלות יוד האט געשריבן:עס קומט דא אויס אז איש הישר בעיניו יעשה און אפשר ssm אויכעט?


וואס איז SSM ?
מיטוואך יולי 25, 2012 5:34 pm#28542
וואס האסטו געמאכט חיתוך דא? איך האב שוין אפגעליינט דיין גאנצע ארטיקל, און איך האב אנגעהויבן איבערצוליינען צו שרייבן וואס איך לייק און וואס איך דיסלייק, האסטו געגעבן א שנייד ארויס א גאנצע שטיקל, וואס איז? האסט מורא וועסט נישט קענען רואיג דרימלען אזוי?
מיטוואך יולי 25, 2012 6:23 pm#28572
ווער האט געשניטן ? מיהו זה ואיזהו אשר מלאו לבו לעשות כן
מיטוואך יולי 25, 2012 7:45 pm#28602
שמעקעדיג האט געשריבן:
גלות יוד האט געשריבן:עס קומט דא אויס אז איש הישר בעיניו יעשה און אפשר ssm אויכעט?


וואס איז SSM ?

same *** marriage
מיטוואך יולי 25, 2012 7:58 pm#28607
דאנקע. יעצט כאפ איך.
פרייטאג יולי 27, 2012 4:12 am#29177
מיר רעדן פון עקסטרעמיזם, דהיינו, די צוגאנג צו א זאך, די שאלה איז נישט SSM, נאר וויאזוי איז מען זיך מתייחס דערצו.
די שאלה איז צו מיר גייען זיך מעגן מתחבר זיין מיט איינער וואס איז גוט מיט איינעם וואס האט נישט מוחה געווען אויף SSM. איין עקסטרעם איז אפצולאזן די תורה און מתיר זיין SSM די צווייטע איז צו שטעכן מענטשן ביי א געי פאראדע אדער שיסן מענטשן אין א געי באר (אזוי ווי עס איז ליידער געשעהן אין ארץ ישראל, ווארשיינליך דורך א קיצוני -נישט קיין היימישער, אבער א קיצוני). די דרך האמצעי איז אז SSM איז מחוץ לגדר פאר אונז, אבער מיר האבן נישט פיינט די מענטשן וואס ווערן נכשל, מען שפירט נאר אז עס איז א ווייטאג אז זיי ווערן נכשל אין עבירות.
פרייטאג יולי 27, 2012 11:22 am#29221
אלעס פיין און וואויל ווען דאס קומט פאר סתם אין קארפארעיט אמעריקע אבער וואס טיט זיך ווען דאס געשעט ביי אונז און בעקיארד ווייס איך שוין נישט וואס צי טיהן זאל איך זיין עקסטרעם פאסיוו קען איך נישט איך וועל אוודאי מוזן מוחה זיין הפגנות קול קורא'ס פארשטייסט ס'איז נישט דא קיין אבסעלוטע מהלך בין איך גערעכט?
פרייטאג יולי 27, 2012 5:22 pm#29349
וויכוח איבער אפשטאם פון נאמען ארטאדאקס
איך בין בדרך כלל מסכים מיט דיינע אפשאצונגען פון'ם מצב, כאטש נישט מיט אללע ענינים. אבער איין זאך האלט איך אז דו האסט געמאכט א טעות. דער מקור און מיין פון נאמען "ארטאדאקס" איז נישט, עקסטרעם אדער להיפוך "פון יענעם'ס שיטה אדער דרך".נאר פונקט דאס פארקערטע: בלייבן ביי דעם אריגינעל'ן דרך. ווייל ס'איז אויפגעקומען "רעפארם" וואס האט אפגענייגט פון דרך. זענען מיר "ארטאדאקס" , וואס האלט זיך צו דעם אריגינאל'ן וועג.
פרייטאג יולי 27, 2012 7:13 pm#29381
berlbalaguleh האט געשריבן:איך בין בדרך כלל מסכים מיט דיינע אפשאצונגען פון'ם מצב, כאטש נישט מיט אללע ענינים. אבער איין זאך האלט איך אז דו האסט געמאכט א טעות. דער מקור און מיין פון נאמען "ארטאדאקס" איז נישט, עקסטרעם אדער להיפוך "פון יענעם'ס שיטה אדער דרך".נאר פונקט דאס פארקערטע: בלייבן ביי דעם אריגינעל'ן דרך. ווייל ס'איז אויפגעקומען "רעפארם" וואס האט אפגענייגט פון דרך. זענען מיר "ארטאדאקס" , וואס האלט זיך צו דעם אריגינאל'ן וועג.

די איידיע פון צוטיילן אידישקייט אין פראקציעס איז א איידיע וואס איז אויפגעקומען נאך רעפארם.
זונטאג יולי 29, 2012 2:42 pm#29451
לאדיך אפ האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איך בין בדרך כלל מסכים מיט דיינע אפשאצונגען פון'ם מצב, כאטש נישט מיט אללע ענינים. אבער איין זאך האלט איך אז דו האסט געמאכט א טעות. דער מקור און מיין פון נאמען "ארטאדאקס" איז נישט, עקסטרעם אדער להיפוך "פון יענעם'ס שיטה אדער דרך".נאר פונקט דאס פארקערטע: בלייבן ביי דעם אריגינעל'ן דרך. ווייל ס'איז אויפגעקומען "רעפארם" וואס האט אפגענייגט פון דרך. זענען מיר "ארטאדאקס" , וואס האלט זיך צו דעם אריגינאל'ן וועג.

די איידיע פון צוטיילן אידישקייט אין פראקציעס איז א איידיע וואס איז אויפגעקומען נאך רעפארם.

רייט: אבער נאכ'ן צוטיילן זענען מיר "ארטאדאקס" געבליבן ביי דעם אריגינעל'ן דרך. עכ"פ אזוי טענה'ן מיר.
זונטאג יולי 29, 2012 2:52 pm#29454
berlbalaguleh האט געשריבן:
לאדיך אפ האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איך בין בדרך כלל מסכים מיט דיינע אפשאצונגען פון'ם מצב, כאטש נישט מיט אללע ענינים. אבער איין זאך האלט איך אז דו האסט געמאכט א טעות. דער מקור און מיין פון נאמען "ארטאדאקס" איז נישט, עקסטרעם אדער להיפוך "פון יענעם'ס שיטה אדער דרך".נאר פונקט דאס פארקערטע: בלייבן ביי דעם אריגינעל'ן דרך. ווייל ס'איז אויפגעקומען "רעפארם" וואס האט אפגענייגט פון דרך. זענען מיר "ארטאדאקס" , וואס האלט זיך צו דעם אריגינאל'ן וועג.

די איידיע פון צוטיילן אידישקייט אין פראקציעס איז א איידיע וואס איז אויפגעקומען נאך רעפארם.

רייט: אבער נאכ'ן צוטיילן זענען מיר "ארטאדאקס" געבליבן ביי דעם אריגינעל'ן דרך. עכ"פ אזוי טענה'ן מיר.

אונזער אריגינעלע דרך איז נישט געווען צו מאכן פראקציעס. יעדער שטאט האט געהאט א קהילה און די קהילה האט געהאט אין זיך פונעם פרומסטען רב ביזן שטאטס מוסר. דעם חתם סופר'ס אויפטו פון מאכן א קהילה ווי בלויז ארטאדאקסן וועלן זיך געפינען איז געווען א חידוש. די שטאטוס קווא זענען געווען די ממשיכי דרכם פון די אריגינעלע מהלך.
זונטאג פעברואר 10, 2013 2:48 pm#85786
מיטהאלטנדיג די נייעס פון ארץ ישראל זעה איך אז עקסטרעמיזם זיגט.. חק טל וואס האט געראטעוועט די ישיבה וועלט פון גזירת הגיוס איז געווארן אזויפיל אראפגעריסן דורך די קיצונים, אז זי האט זיך געענדיגט. אויך די בעלזער פשרה פון גרינדן א פרומע שומרים איז געווארן צו שטארק פסול, און יעצט זעהט מען זיך פאר א שווערע פראבלעם, און אנשטאט זוכן לעזונגען און קומען צום טיש מיט יאיר לפיד וואס איז נישט קיין שונא דת נאר זוכט באמת לעזונגען אז די פארמערטע חרדישע ציבור זאל אויך ביישטייערן צו די מדינה ווי זיי לעבן, פארשארפערט מען נאר מער און מער די רעטאריק און דאס גאנצע יהדות החרדית, ספרדים, אשכנזים, חסידים און ליטוואקעס ציען איבער די שטריקל און ווען קיין שום שעפערישע וועג, קיין שום פשרה וועט נישט זיין שייך, הערשט א סכנה פון א בירגער קריג אין ארץ ישראל.
הרב שטיינמאן איז געווען דער איינציגער וואס האט געזוכט קריעטיוו וועגן צו קומען צו אן עמק שווה, אבער רבו עליו חבריו, עקסטרעמיזם זיגט, און יעדער ליידט
זונטאג פעברואר 10, 2013 10:23 pm#85905
קופערניקוס, איצט געליינט דעם פתיחת האשכול, ווייסטאך אין די זכרונות אשכול האביך גארנישט פארלארן ימי כאן הם מעט ורעים...

האסט מיר ארלעדיגט, איך גיי מיך שוין נישט לאזן איינרעדן! וד״ל
זונטאג פעברואר 10, 2013 10:24 pm#85906
לעמאן דזשוס האט געשריבן:קופערניקוס, איצט געליינט דעם פתיחת האשכול, ווייסטאך אין די זכרונות אשכול האביך גארנישט פארלארן ימי כאן הם מעט ורעים...

האסט מיר ארלעדיגט, איך גיי מיך שוין נישט לאזן איינרעדן! וד״ל

איינרעדן? וואס מיינסטו, ווער פרובירט דיר צו איינרעדן?
זונטאג פעברואר 10, 2013 10:27 pm#85907
הלא כתבתי לך וד״ל. למה תפרסם שלא תד״לת?
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 1:21 pm#299149
ATUB @קופערניקוס ATUB – דיין משלים זענען אויך עקסטרעם און קורצ-זיניג. חק טל איז אראפגעפאלען וועגען די חידוש ארגאניזאציע, נישט וועגען די קנאיש'ע לאגער. הרב אלישיב האט יא געהאט מיינונגען אין השקפה און ישיבות, נאר אין די פאליטיק האט ער אלס איבערגעגעבען פאר הרב שטיינמאן, ווייל פאליטיק און מעטנשען פארשטייט ער בעסער. דער בעלזער 'פשרה' פון א היימשע שומרים זעט מיר אויס א נערישקייט און אן קיין שום סיכוי צו העלפען, ווייל ס'לייגט קיינער נישט אין געפאר, און דער עיקר תירוץ פון די מתנגדי ה'חרדים' איז אז זיי ריזיקירען זייערע לעבען און די חרדים נישט. הרב שטיינמאן איז גארנישט די מעסיגער וואס מ'לייגט איהם פאר אפילו יעצט. ער אליינס רעדט פון עמלק וכדו', און דער עיקר חילוק צווישען איהם און זיין קעגענער איז אין די דרכי המלחמה, נישט אין די ציל פון די מלחמה.
איך מיין נאר ארויסצוברענגען אז פאר דיין תועלת ארויסצודרוקען דיין נקודה, ביסטו אויך אריינגעפאלען אין די שמאלער וועג פון טראכטען, ווייל די מטרה האט פארהייליגט די מיטל'ען, און ביי דיר די מטרה פון מסביר זיין טאלעראנץ איז יעצט דער 'ערך על' צו וואס אלס צילט.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 2:34 pm#299166
Re: עקסטרעמיזם - אין די וועלט, אין אידנטום און ביי אונז
Seriously? You think he's gonna answer you?
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 2:40 pm#299167
Re: עקסטרעמיזם - אין די וועלט, אין אידנטום און ביי אונז
If we cry and kvetch a little, Tatty will give in. He always does. Credit - the marvelous middos machine.
מאנטאג יולי 08, 2019 6:51 pm#432842
Re: עקסטרעמיזם - אין די וועלט, אין אידנטום און ביי אונז
בן תמליון האט געשריבן:איר זאגט דאך אזוי גוט. וואס איז טאקע דער פסיכאפאטישער הסבר פארוואס ציט א מענטש צו קראנקע קיצוניות ווי איידער נארמאלע מעסיקייט?

לגבי אונזער געזעלשאפט קען מען ענטפערן אז ביבער, אין זיין קנאקעדיגן ארטיקל פאר׳ן וועקער (נומער 6) ״דער קייזער גייט נאקעט״, האט זייער גוט ארויסגעברענגט דעם phenomenon פון groupthink מיט וואס אונזער געמיינדע איז געשלאגן (מכח אונזער געזעלשאפט׳ס זיין אזוי insular און cohesive/close-knit ווייל מ׳פילט א געפאר פון דרויסן, וואס דאס איז בעצם די טעם פון די התייסדות פון די ארטאדאקסישע, און נאכדעם חרדי׳שע, באוועגונג. וואס דאס איז איינע פון די antecedents פון groupthink, ועיין בדברי דר. אירווינג זשאניס).

יעצט, דר. מאאס (2014), לגבי טעראריזם און ראדיקאלעזאציע, קלערט אז groupthink קען צוברענגען צו ראדיקאליזם. לפי״ז קען זיין אז דאס איז די טעם פארוואס ס׳איז דא אזא נייגונג ביי אונז צו עקסטרעמיזם (לעירד ווילקאקס זאגט טאקע אז מ׳זעהט דאס פארקערטע; ביי עקסטרעמיסטן זעהט מען אסאך groupthink).

איך פארשטיי אז ס׳איז אסאך מער קאמפליצירט ווי נאר דאס (מיינטס נישט אז איך בין אן עקסטרעמיסט וואס באנוצט זיך מיט שווארץ-און-ווייס וועג פון טראכטן...). איך זאג סתם להערה בעלמא.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג יולי 08, 2019 6:58 pm#432843
Re: עקסטרעמיזם - אין די וועלט, אין אידנטום און ביי אונז
גלות יוד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט כלאים שעטנז פרה אדומה איז אויך עקסטרעם? וואס מיינט מעסיג און פארגלייך צי וואס? עס קומט דא אויס אז איש הישר בעיניו יעשה און אפשר ssm אויכט? ווי הייבט זיך עס אן ווי ענדיגט זיך עס און וואס דארף זיין די סטאנדארד?

איך גלייב אז (א חלק פון) וואס קופערניקוס מיינט איז אז מ׳דארף זעהן (objectively) משווה צו זיין די Normative [כלליות׳דיגע/ראציאנאלע] וועג פון באטראכטן די נושאים מיט אונזער פערזענליכע/רעליגיעזע Descriptive וועג פון זיי באטראכטן. אין אזא פאל, ווען מ׳האט די ביידע פערספעקטיוון צונאזאם ווערט מען, אין אלגעמיין, נישט צוגעצויגן צו אן עקסטרעם ודוק (והרבה יותר וכו׳).


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג יולי 09, 2019 7:04 pm#432911
Re: עקסטרעמיזם - אין די וועלט, אין אידנטום און ביי אונז
שמעקעדיג האט געשריבן:
איין זאך - דו ביסט א עקסטרעמיסט אויף דיינע ענינים - צו מאכן פשרות און גיין מיט מעסיגקייטן. איז דאס אויך א סארט עקסטרעמיזם..???

איך פארשטיי אז ס׳איז נישט ממש וואס דו מיינסט (אלס וויץ) אבער אינטרעסאנט. (פון די וויקיפידיע ענטרי אויף עקסטרעמיזם.)
IMG_4908.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk