אויך געלייענט דעם ארטיקל שבת און גרויס הנאה געהאט. כ'האב ממש לעצטנס געלייענט אויף וויקיפידיע, די היסטאריע פון אידן און אונגארן, פון וואס ס'איז מיר אויסגעקומען א אינטרעסאנטע מסקנא.
לעולם דאס וואס אין אונגארן איז בכלל געווארן א מערכה וועגן אידיש, איז נישט אז אין אונגארן איז אידיש געווארן פארהייליגט און אין אנדערע מקומות נישט, נאר פונקט פארקערט, אין אנדערע לענדער ווי פוילן און ליטא איז אידיש פארבליבן די שפראך פון אפילו די פרייע אידן, נאר אין אונגארן איז נישט אזוי געווען, נאר אידן האבן אלע גערעדט אונגאריש, עד כדי כך אז די מער שוואכערע האבן שוין בכלל נישט פארשטאנען קיין אידיש, און פארדעם איז דארט בכלל געווען א מערכה צו מ'מעג זיין א דורש לועז אין בית מדרש, אז די פשוטי עם זאלן קענען פארשטיין וואס מ'רעדט.
נו וואס איז טאקע די סיבה פארוואס אין אונגארן איז די גויאישע שפראך געווארן אזוי פאפולער? אויף דעם איז מיר אויסגעקומען די תירוץ ווי דער שרייבער רירט אביסל אן אינעם ארטיקל, אז ביז פאר נישט קיין סאך פריער פונעם זמן החתם סופר, האבן אידן כמעט נישט געקענט וואוינען אין אונגארן, אין רוב מקומות בכלל נישט, און ווי יא איז עס געווען מיט שווערע גזירות און שטייערן. דאס האט זיך געטוישט ווען די מאדיאראן האבן געאפפערט פאר די אידן פולע גלייכבארעכטיגונג פאר די אויסטויש אז זיי גייען אנהייבן צו שטודירן די גויאישע שפראך און זיך מער איינעגלידערן מיט זיי. די אידן האבן זיך צוגעכאפט דערצו, און נאך עטליכע יאר האט טאקע די אונגערישע מלוכה ערלויבט פאר אידן זיך געהעריג צו באזעצן אין גאנץ אונגארן.
דאס האט געפירט אז א אסאך אידן האבן זיך אנגעהויבן באזעצן אין אונגארן און וויבאלד זיי האבן אלע געברויכט לערנען די גויאישע שפראך, האבן זיי שטארק מצליח געווען פינאנציעל פיל מער פון זייערע ברודער אין די אנדערע לענדער.
עס איז איראניש אז מען לערנט אפ פון די אונגארישע אידן זייער מלחמה בעד די אידישע שפראך, בעת וואס די עכטע מוסר השכל איז, אז די גאנצע אונגארישע אידנטום וואס האבן גענאסן פון א ברייט בעלבאטיש לעבן, ובתוכם רוב פון אונזערע עלטערן די וואס זענען פארבליבן יראים ושלימים ערליכע ארטאדאקסישע אידן ביז היינט, איז נאר צושטאנד געקומען א דאנק די 'גזירה' פון די ארטיגע רעגירונג צו לערנען אונגאריש, וואס אפילו די גאר פרומע אונגארישע אידן האבן אלע געקענט ליינען און שרייבן די גויאישע שפראך.