Under maintenance
הויפט זייט » בריוון פונעם רא"מ בן גוריון צו האדמו"ר מקלויזענבורג זצ"ל

בריוון פונעם רא"מ בן גוריון צו האדמו"ר מקלויזענבורג זצ"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12227
פרייטאג אפריל 13, 2018 10:46 am#399698
בריוון פונעם רא"מ בן גוריון צו האדמו"ר מקלויזענבורג זצ"ל
נחשפו כמה מכתבים מראש הממשלה דוד בן-גוריון אל האדמו"ר מצאנז ר' יקותיאל יהודה הלברשטאם זצ"ל

כמה ציטוטים:

"מובטחני כי נבואת עמוס תתקיים"

"וברכתי שלוחה לכנס לא רק למען הצלחת קרית צאנז היקרה - אלא למען היות דוגמא לאלפית ולרבבות של בני עמנו החרדים בארה"ב שיבואו כמוכם לבנות ארצנו"

"וכן יבואו המון יהודים לארצם. תבוא עליך ברכת על מפעל שיבת ציון שזכית לו, והלוואי ילכו אדמורים אחרים בעקבותיך"

"אני מקוה שזוהי התחלה - וחסידיך בחו"ל ילכו בעקבותיך ויבואו להתיישב בארץ האבות, וגם תשמש דוגמא ומופת לרבנים ולאדמורי"ם וליהודים טובים אחרים שילכו בעקבותיך ויבואו לבנות ארצנו היקרה, ויקרבו על ידי כך גאולת העם היהודי"
פרייטאג אפריל 13, 2018 11:05 am#399700
עס איז דא א בילד ווי דער קלויזנבורגער רבי א צאנזער אייניקל בייגט זיך פאר דעם פורק עול בן גריון
פרייטאג אפריל 13, 2018 11:08 am#399701
וואו? (נישט אז איך גלייב נישט, נאר ס'וואלט מיר געווען זייער אינטערעסאנט צו זען)
פרייטאג אפריל 13, 2018 11:38 am#399703
בילד

גראדע שטייט דער אדמור גאנץ גראד
פרייטאג אפריל 13, 2018 11:46 am#399705
זיין פנים שיינט פון קדושה...
פרייטאג אפריל 13, 2018 11:50 am#399706
אינטערסאנטער האט געשריבן:עס איז דא א בילד ווי דער קלויזנבורגער רבי א צאנזער אייניקל בייגט זיך פאר דעם פורק עול בן גריון


באוויסטע בילד. גראדע קוקט עס אויס ווי בן גריון בייגט זיך פארן קלויזנבורגער צדיק. ער שתדלט פאר היימישע אידן. די קלויזנבורגער האט אסאך אויפגעטוהן פאר אידישקייט. און געהאלפן טויזנטער אידן בשעת די מלחמה און נאך די מלחמה. מיין זיידע אפילו ער איז געוועהן א פארברענטער וויזניצער חסיד פלעגט וויינען ווען ער האט גערעדט פונעם קלויזנבורגער רב זצ״ל. ער האט זיך באקאנט געמאכט מיט אים אין די פי לאגערן. ער האט אים געהאלטן פאר איינע פון זיינע רביס. דער קלויזנבורגער איז געוועהן זיין שדכן בזיוויג שני נאכן פארלירן זיינע ווייב און קינדער ביים קריג. ער האט זיך געזארגט פאר אידן און פארן כלל זיין גאנץ
לעבן. ער איז געוועהן א גאון עצום, א גרויסע מענטש. אסאך מיטגעמאכט ביי די קריג. זי״ע.
פרייטאג אפריל 13, 2018 11:52 am#399707
זורח האט געשריבן:בילד

גראדע שטייט דער אדמור גאנץ גראד

בילד

גראדע איז עס נישט דער אדמור
בילד
פרייטאג אפריל 13, 2018 1:14 pm#399720
סתם פארדרייט א אשכול מיט א נערישע בילד פון איינשטיין וואס קומט בכלל נישט אריין דא.
פרייטאג אפריל 13, 2018 1:17 pm#399721
שבת אחים האט געשריבן:סתם פארדרייט א אשכול מיט א נערישע בילד פון איינשטיין וואס קומט בכלל נישט אריין דא.

און די בילד וואס זורח געברענגט, קומט יא אריין, הא?! what do you say to that
פרייטאג אפריל 13, 2018 1:28 pm#399725
די בילד פון זורח קומט יא אריין, צו אפווארפן די פאלשע סאטמארער לעגענדע.
פרייטאג אפריל 13, 2018 1:32 pm#399728
ביי אונז וואו איך בין אויפגעוואקסן זענען זיי סאטמארער רב און סיי קלויזנבורגער רב געוועהן גרויסע מענטשען. אלו ואלו דברי אלקים חיים. מען דארף זיין נעריש נאכדעם וואס מ׳ליינט זיין ביאגראפיע צוהאלטן אז ער איז נישט געוועהן קיין אדם גדול. וואס ער האט אלץ געטוהן פאר אידן נאך די מלחמה.
פרייטאג אפריל 13, 2018 1:33 pm#399729
מ'זאגט נאך, אז די קלויזענבורגער רב האט דעמאלטס געזאגט אז ער גייט דוקא אן א הוט אזוי ווי ווען מ'גייט אין בית הכסא.
פרייטאג אפריל 13, 2018 1:34 pm#399730
געוואלדיג האט געשריבן:די בילד פון זורח קומט יא אריין, צו אפווארפן די פאלשע סאטמארער לעגענדע.

כ'האב באמת נישט געכאפט וואס ער וויל. גראדע זע איך נישט די פירכא, אבער וואטעווער.
פרייטאג אפריל 13, 2018 2:47 pm#399746
Re: בריוון פונעם רא"מ בן גוריון צו האדמו"ר מקלויזענבורג זצ"ל
אינטערסאנטער האט געשריבן:עס איז דא א בילד ווי דער קלויזנבורגער רבי א צאנזער אייניקל בייגט זיך פאר דעם פורק עול בן גריון
ביסט נישט מער ווי גערעכט. ׳מילא סתם א מענטש, ער מוז טוהן טובות פאר א אידען, זאגאר שתדל׳ן ביי בן גוריונ׳ן פאר אנדערע. אבער א צאנזער אייניקעל? דער צאנזער זיידע האט שוין אלע אייניקלעך מוציא געווען מיט צדקה און טובות עד סוף כל הדורות

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג אפריל 13, 2018 7:17 pm#399760
.
זונטאג אפריל 15, 2018 3:34 pm#399859
כ'האב אויסשליסליך נישט געמיינט דעם קלויזענבורגער ז''ל. כ'האב עס געשריבן אויפן אלטן פון שדה בוקר....
זונטאג אפריל 15, 2018 4:03 pm#399862
קאך_לעפל האט געשריבן:זיין פנים שיינט פון קדושה...

וועמענס פנים? (איך זעה מער ווי איין פנים אין בילד)
זונטאג אפריל 15, 2018 8:35 pm#399877
עגלה ערופה: דו ווייסט גאנץ גוט וועם ער מיינט דא. ער און זיין גרופ האלטן זיך נישט צוריק פון מבזה זיין מלאכי אלוקים ממש. א איד וואס איז זיך מוסר נפש פאר תורה ומצוות א יעדע רגע פון טאג. צוליעב עפעס א נארישע פערזענליכע מחלוקת אדער חילוקי דיעות צווישן צוויי גרויסע לייט...האביך געשריבן אז זייער פרצוף שיינט פון דאס פארקערטע פון קדושה וטהרה...!
מאנטאג אפריל 16, 2018 10:34 am#399921
שבת אחים האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:עס איז דא א בילד ווי דער קלויזנבורגער רבי א צאנזער אייניקל בייגט זיך פאר דעם פורק עול בן גריון


באוויסטע בילד. גראדע קוקט עס אויס ווי בן גריון בייגט זיך פארן קלויזנבורגער צדיק.


דער פורק האט אלס אזוי גערעדט צו יעדן, דאס איז געווען זיין שפת הגוף ותנועת ידיו אויב איז ער געשטאנען בשעת'ן רעדן.
דינסטאג אפריל 17, 2018 8:47 pm#400070
נישט אין קיין פארגלייך מיט דער קלויזענבורגער, אבער בן גוריון האט אויך אסאך אויפגעטאן פאר אידישקייט.
מיטוואך אפריל 18, 2018 1:36 am#400092
Re: בריוון פונעם רא"מ בן גוריון צו האדמו"ר מקלויזענבורג זצ"ל
נע, סאך מער ווי דעם קלויזענבורגער.
פארוואס נישט?