Under maintenance
הויפט זייט » תלמוד תורה יגדיל תורה גור איז מבטל קעמפ/קאנטרי!

תלמוד תורה יגדיל תורה גור איז מבטל קעמפ/קאנטרי!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12230
פרייטאג אפריל 13, 2018 5:08 pm#399754
תלמוד תורה יגדיל תורה גור איז מבטל קעמפ/קאנטרי!
ת''ת יגדיל תורה אין בארא פארק האט געמאלדן אז חדר גייט געהעריג אנגיין אין די זומער אין שטאט. נאר פאר דריי וואכן פון ט' באב ביז ר''ח אלול וועט זיין דעי קעמפ מיט טריפס און אקטיוויטיס
פרייטאג אפריל 13, 2018 5:25 pm#399755
וואס איז זייער סיבה?
פרייטאג אפריל 13, 2018 5:55 pm#399756
איך זיך נאך צו פארשטיין די סיבה פארוואס מ'גייט יא.
פרייטאג אפריל 13, 2018 6:04 pm#399757
עבאוט טיים איינער נעמט זיך איבער די משוגעת פון קעמפ /קאנטרי. מ'לעבט ב"ה אין פיינע עירקאנדישאנט הייזער, חדרים און בתי מדרשים און דאס אוועק פארן פאר צוויי חדשים איז בלויז אן אפקומעניש.
חסידית גור איז אייגענארטיג און גיט נישט קיין דעעם וואס די גאס טיט און וואס אנדערע וועלן טראכטן. מהם ילמדו וכן יעשו.
אשריכם!
פרייטאג אפריל 13, 2018 6:09 pm#399758
ווער איז נעקסט?
מוצ"ש אפריל 14, 2018 10:16 pm#399762
ווי איך הער איז עס אדאנק די קאמפעטישען צווישן די צוויי ת''ת'ס. די נייע האט נישט קיין קעמפ מילא קען די אלטע אויך נישט ווייל די נייע גייט זיין נאכמער פרום....

אין אנדערע נייעס צום קומענדיגן יאר נעמט מען נישט אן אין גור קינדער וואס די עלטערן דרייוון אדער טראגן שווארצע טייטס ועוד כמה תקנות. דאס הייסט אז 40 פראצענט עלטערן דארפן זיך בייגן אדער לייגן.

#ווען דער רבי ווערט פלוצלינג פרום אויף דער עלטער.
מוצ"ש אפריל 14, 2018 10:28 pm#399765
דער וואס ווייסט ווייסט אז די סיבה פון די נייע תלמוד תורה האט גארנישט מיט פרומקייט, נאר מיט איין זאך, אז די אלטע איז נישט אויף דער רבי'ס נאמען. אן דער רבי ווייל מאכען זיכער אז שאול האט נישט קיין שייכות בעלות.

די גערער זענען מומחים אין סופרעסען אינפארמאציע, חסידים דארט ציטערן פארן טויט, פשוטו כמשמעו טאמער זאגן זיי פאר פרעמדע די אמת'ע אינפארמאציע, נישט די פארקויפטע פראפאגאנדע.
מוצ"ש אפריל 14, 2018 11:10 pm#399768
אמת אז ס'מעגליך אז עס האט נישט מיט פרומקייט, אבער די סיבה וואס דו געבסט אן איז שקר וכזב. דער רבי האט אלעס סייווי.

איינע פון די הויפט סיבות צום נייעם ת''ת איז די מחלוקה אצל משפחת הנגידים אחים קליין, אונטערן שלייער פון פרומקייט. זיי ווילן נישט שטיצן יגדיל ווייל דער יורש באקומט כבוד ביי זיי.

אנדערע שפוקעלירן אז דעם רבי'נס רצון איז ס'זאל זיין צוויי ווייל ער וויל שיקן איינע פון זיינע קינדער צו ווערן רבי אין ב''פ, דעריבער וויל ער א מוסד פארן ב''פ רבי און אן אונטערנאציאנאלער מוסד. דאס איז די מערסטע קרוב אל המציאות אויב נישט פרומקייט.

איך בין נאכאלץ ביים מיינונג אז די סיבה איז ווייל דער רבי האט געכאפט א פרומע נשמה אויף דער עלטער. קוק אויפן מציאות וויפיל זאכן ווערן געטוישט איבער די וועלט יעצט צו מאכן אלעס פרומער. פרעג דיך נאך. די אינגעלייט אין ב''פ שעלטן דעם רבי'ן אויף זיינע נייע תקנות.
זונטאג אפריל 15, 2018 11:34 am#399811
איסר האטלקי האט געשריבן:אין אנדערע נייעס צום קומענדיגן יאר נעמט מען נישט אן אין גור קינדער וואס די עלטערן דרייוון אדער טראגן שווארצע טייטס ועוד כמה תקנות. דאס הייסט אז 40 פראצענט עלטערן דארפן זיך בייגן אדער לייגן.

#ווען דער רבי ווערט פלוצלינג פרום אויף דער עלטער.

דאס איז נישט אין די ת"ת נאר אין די מיידל שולע. און לויט וואס כ'הער האבן ביזדערווייל נאר איין הונדערט פון פיר הונדערט משפחות באקומען אקצעפטענס בריוון אויף קומענדיגן שנת הלימודים. קיינער ווייסט נישט וויאזוי ס'וועט זיך אויסקאכן, לערערינס פאר פאראלעל קלאסן ווייסן נישט אויב ז'וועלן האבן דזשאבס קומענדיגן יאר.
זונטאג אפריל 15, 2018 11:54 am#399815
קוקנדיג אינעם בריוו האב איך אויפגעפאסט אז די אויסדרוק ''פך שמן טהור'' באלאנגט שוין מער נישט אויסשליסליך פאר סאטמאר.
זונטאג אפריל 15, 2018 12:03 pm#399818
געוואלדיג האט געשריבן:קוקנדיג אינעם בריוו האב איך אויפגעפאסט אז די אויסדרוק ''פך שמן טהור'' באלאנגט שוין מער נישט אויסשליסליך פאר סאטמאר.

דאס איז גניבה וגזילה.

מ'ווארט מיר אויף קארט ארדער עס צו טוישן צו פך שמן טהור 45 אר סאמטינג.

לענינינו, איז דאס מורא'דיג גוטע נייעס, ס'אינטערסירט מיך נישט אויב גור'ע פאליטיק איז אינוואלווד אדער נישט, די תוצאה איז זיכער גוט.

ווי באקאנט האלט די דרוק אויף די מנהלי המוסדות אין איין וואקסן צו אפשטעלו די משוגעת פון קעמפ, וואס בשעת סאטמער האט געעפנט אונטער ר' יודל ראזענבערג ע"ה, איז עס נישט געווען קיין גרויסע הוצאה, און אויב איינער האט זיך נישט גקענט ערלויבן, האט מען יענעם זייער שנעל מוחל געווען דעם ביל. איז עס אבער היינט געווארן זייער פארגעשריטן און קאסט א געוואלד מיט געלט אויפצוהאלטן, און ווייניגער מענטשען קענען זיך דאס ערלויבן.
זונטאג אפריל 15, 2018 12:36 pm#399825
קעמפ מיט ספארטס, שווימען, דראמא, מוזיק, פאעזיע דיוועלאפמענט, כארקאטער און זעלבסשטענדיגקייט דיוועלאפמענט איז א גוטע זאך. דאס לערנען און דאווענען אין קעמפ קען אויך לפעמים זיין אויף א העכערן ניווא. קעמפ איז אויך געווארען א חלק פונעם אידישן ערציאונג דא אין אמעריקע אין א גוטע וועג. מחנכים קענען אנקומען צום קינד אינעם זומערדיגען אטמאספערע אין אן אופן וואס איז נישט מעגליך אינעם פארמאכטען קלאססרום אטמאספערע ווי סאיז נישט דא אפילו א שעה א גאנצע שעה אין טאג פאר ריקריעשען.
נאר וואזשע דען עס קאסט צו פיעל , אזוי ווי פרייוועט חדרים, שכ״ל, ישיבות, חתונות, מעבל, וואינען אין נוא יארק, ועוד דברים שאין הדעת סובלתם וואס זענען געווארען א חלק בלתי נפרד פון אידישקייט אין אונזער קאלטור פונעם נאכן קריג חסידישע לעבנס שטייגער. דאס מבטל זיין איז נישט גוט און וועט נישט ארבעטן מכמה טעמים. און ווייל אנדערע מוסדות וועלען דאס יא צושטעלן און עלטערן וועלען לויפען אהין. נאר וואס דען מען קען עס צושטעלען פאר זעקס וואכען אדער מיט וויניגער עקפענסעס.
אויב מען וועט דאס מבטל זיין כליל וועט מען פאטענציאל פארלירען אן אפפארטוניטי פון חינוך.
זונטאג אפריל 15, 2018 12:45 pm#399829
תורה ומדע האט געשריבן:און ווייל אנדערע מוסדות וועלען דאס יא צושטעלן און עלטערן וועלען לויפען אהין.

:roll:
זונטאג אפריל 15, 2018 1:04 pm#399834
די דעי קעמפס דא אין שטאט קאסטען נישט אזויפיל ווי די קעמפס אין קאנטרי. ווי אויך די וואס באלאנגן צו קהילות און שיקען צו זייערע דעי קעמפס און האבען נישט, באדערען זיי ווייניגער.

כאילו אונזערע חדרים האבן נישט גענוג פרעשור אויף די קינדער צו זיין אין א באקס, און צוויי חדשים האבן די קינדער אביסעל מער פלאץ זיך צו באוועגן אן האבן א גוד טיים איז עס א משוגעת.
זונטאג אפריל 15, 2018 1:37 pm#399846
ס'א געוואלטאוונע געדאנק אונטער צו ברעכן די קעמפס, ממש זה נהנה וזה נהנה, אבער צו טראכטן פאר א רגע אז יגדיל תורה טוט דאס כדי גרינגער צו מאכן פאר די קינדער גרעניצט זיך מיט טיפשות עד לב השמים.
זונטאג אפריל 15, 2018 5:27 pm#399867
גור האט א פרבלעם ווייל זיי האבן צוטיילט די ת"ת אויף צוויי אבער האבן נאר איין קעמפ. בכלל מסתמא שטערט זיי נישט מבטל צו זיין דעם גאנצן קאנטרי מנהג וואו אסאך גור'ע יונגעלייט חבר'ן זיך מיט נישט קיין גור'ע, און די קאנטראל דארט איז שוואכער ווי דאס וואס זיי האבן אין שטאט.

אבער די פערדישקייט פון הייסן עלטערן וואס פארן אין קאנטרי איבערצולאזן קינדער אין שטאט מיט משפחה און באקאנטע? ממש, מ'איז יעצט אויפגעקומען מיטן איידיע אז אויב לערענט מען נאר צען חודשים א יאר גמרא און נישט עלף איז עס א געפערליכע ביטול תורה. די קוריקיולום האט זיך פלוצים פארגרעסערט מיט צען פראצענט, וואס ס'פעלט זיך יעצט אויס אן איבעריגע חודש דאס צו פארטיגן.
זונטאג אפריל 15, 2018 5:57 pm#399871
הייסט עס אז טאמער חלילה וואלטן ביידע חדרים געגאנגען זומער אינעם זעלבן קעמפ, און די קינדער פון די נייע חדר וואלטן זיך גע'חבר'ט מיט קינדער פון די אנדערע וואלט עס געווען אזוי געפערלעך ווי ווען א גור'ע אינגערמאן חבר'ט זיך זומער מיט א נישט גור'ע?
זונטאג אפריל 15, 2018 6:28 pm#399873
דאס זענען דקות'דיגע ענינים וואס מ'קען נישט לאזן פאר סתם יונגעלייטלעך צו זאגן א דעה דערין.

דאס איז אן אינטערעסאנטע עקספערימענט, ס'דאס ערשטע מאל וואס אן אדמו"ר זאל סאנקציאנירן א טיילונג אינדערהאלב זיין אייגענע חסידות. ס'וועט זיין אינטערעסאנט צו אבזערווירן די אנטוויקלונגען, ונראה מה יהיו חלומותיו.
מאנטאג אפריל 16, 2018 11:26 am#399925
אין גור - זענען די רבי'ס אינוואלווד אין אלע פרטי פרטים וואס גייט נאר פאר, ספעציעל אין די מוסדות - א ירושה פון די בית ישראל - כידוע, שמעתי אז אין גור איז נישט געווען די רציחה'דיגע שלעגערייען פון די מלמדים, מפחד הבית הבית ישראל, אויב איינער קען קאנפירמען.
מאנטאג אפריל 16, 2018 1:28 pm#399932
אין גער איז ניש גיוון קיין אייגענע חדרים
מאנטאג אפריל 16, 2018 2:57 pm#399940
פערציג יאר צוריק איז געווען יגדיל תורה בחיי הבית ישראל.
מאנטאג אפריל 16, 2018 4:01 pm#399943
בית ישראל נפטר תשלז
מאנטאג אפריל 16, 2018 8:50 pm#399966
cictim האט געשריבן:אין גור - זענען די רבי'ס אינוואלווד אין אלע פרטי פרטים וואס גייט נאר פאר, ספעציעל אין די מוסדות - א ירושה פון די בית ישראל - כידוע, שמעתי אז אין גור איז נישט געווען די רציחה'דיגע שלעגערייען פון די מלמדים, מפחד הבית הבית ישראל, אויב איינער קען קאנפירמען.

דאס קען איך נישט זאגן אבער דאס יא אז ער האט אכטונג געגעבן אויף אלעמען אפילו אויף די ספיד ביים דאוענען אז זאל נישט זיין צו שטייט (מפי חסידים זקינים)
מאנטאג אפריל 16, 2018 11:26 pm#399971
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס זענען דקות'דיגע ענינים וואס מ'קען נישט לאזן פאר סתם יונגעלייטלעך צו זאגן א דעה דערין.

דאס איז אן אינטערעסאנטע עקספערימענט, ס'דאס ערשטע מאל וואס אן אדמו"ר זאל סאנקציאנירן א טיילונג אינדערהאלב זיין אייגענע חסידות. ס'וועט זיין אינטערעסאנט צו אבזערווירן די אנטוויקלונגען, ונראה מה יהיו חלומותיו.


לאו דווקא, עס אז דער ערשטער מאל אפשר ביי חדרים. אין בעלזא און גור אין א"י טיילט די באהערדע איין ווי יעדעס בחור זאל לערנען, און זיי האבן פינף צו צען ישיבות.
מאנטאג אפריל 16, 2018 11:47 pm#399973
העלא ר' געפילטע!
נישט געוואוסט ביסט א גור'ע חסיד.
אלענפאלס, יהא בואך וחזרתך לשלום.
דינסטאג אפריל 17, 2018 12:21 am#399974
מענטשן שרייען אז פון איין זייט איז קעמפ גוט פאר קינדער זיי ליפטערן זיך אויס וכו' , אבער די אמת איז מה פתאום, קעמפ איז זייער שווער פאר קינדער , די קינדער זענען ביטערליך הוימסיק זיי בענקן זייער שטארק פאר טאטע מאמע . ס'איז זיי זייער שווער . עס לאזט אפילו איבער פאר טייל קינדער א טראמא. פאר אכט וואכן לייגט זיי עפעס א פרעמדע זכר שלאפן.

ס'שוין העכטס צייט אז דאס מעדנעס זאל זיך שוין סטאפן
דינסטאג אפריל 17, 2018 12:48 am#399977
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס זענען דקות'דיגע ענינים וואס מ'קען נישט לאזן פאר סתם יונגעלייטלעך צו זאגן א דעה דערין.

דאס איז אן אינטערעסאנטע עקספערימענט, ס'דאס ערשטע מאל וואס אן אדמו"ר זאל סאנקציאנירן א טיילונג אינדערהאלב זיין אייגענע חסידות. ס'וועט זיין אינטערעסאנט צו אבזערווירן די אנטוויקלונגען, ונראה מה יהיו חלומותיו.

דו ביסט נישט באהאווענט מיט גור, דאס איז פון די קלייניגקייטן. א מצוה אין די תורה ברויך רשות יעדענס מאל וואס מזאגט לשם יחוד
דינסטאג אפריל 17, 2018 8:02 am#399997
קאצקע ציקער האט געשריבן:מענטשן שרייען אז פון איין זייט איז קעמפ גוט פאר קינדער זיי ליפטערן זיך אויס וכו' , אבער די אמת איז מה פתאום, קעמפ איז זייער שווער פאר קינדער , די קינדער זענען ביטערליך הוימסיק זיי בענקן זייער שטארק פאר טאטע מאמע . ס'איז זיי זייער שווער . עס לאזט אפילו איבער פאר טייל קינדער א טראמא. פאר אכט וואכן לייגט זיי עפעס א פרעמדע זכר שלאפן.

ס'שוין העכטס צייט אז דאס מעדנעס זאל זיך שוין סטאפן

פאר רוב קינדער איז דאס נישט ריכטיג. אפשר די ערשטע טאג-צוויי, אבער זיי גלייכן עס דערנאך.
פארגעס נישט אז קעמפ היינט איז ווייט נישט ווי אין אונזערע יארן. היינט איז עס איין שטיק פאן.
דינסטאג אפריל 17, 2018 8:09 am#400000
די פוינט איז נישט דא צי קעמפ איז א גוטע זאך צי נישט. איך האלט גדאדע אז קעמפ איז זייער א גוטע זאך, אבער אז מ'קען זיך עס נישט ערלויבן, קען מען נישט. א פרייוועט דזעט איז אויך א גוטע זאך, סא וואט?
דינסטאג אפריל 17, 2018 11:43 pm#400084
100 פראצענט. איך האב נאר מעורר געווען א נקודה אויף זיינע ווערטער.

הלואי ווען קעמפ ווערט בטל ומבוטל.
מיטוואך אפריל 18, 2018 12:01 am#400086
שמעקעדיג האט געשריבן:הלואי ווען קעמפ ווערט בטל ומבוטל.

מ'דארף עס נישט מבטל זיין. ס'קען זיין אזויווי פרייוועט דזעטס, ווער ס'קען זיך עס ערלויבן קויפט עס, און ווער נישט נישט.
מיטוואך אפריל 18, 2018 8:24 am#400100
דאס מיין איך דאך. די פליכט אז יעדער זאל מוזן גיין.
מיטוואך אפריל 18, 2018 12:14 pm#400130
ווער ס'קען מסביר זיין די פרטים פון די גאנצע טיילונג אין די מוסדות פון גור אין ב"פ,

איך האב לעצטנס געזעהן א סקוהל-באס פון קראסנא מיט סטיקער'ס אויף דעם פון גער.

איך פארשטיי אז ס'איז א גאנצע פאליטיק פון אונטערן טיש, אנגעטוהן מיט א לבוש פון א מכלומרשטע פרומקייט

ווער ס'קען די פרטים זאל ביטע מהנה זיין דעם עולם און מסביר זיין.

אפשר געהערט דאס אין צימעס אבער דאך
מיטוואך אפריל 18, 2018 12:41 pm#400132
נקודת אמת: ייש"כ. איך, פונקט ווי דו ווארט צו הערן עכטע אינסייד אינפארמעישן איבער די טיילונג. איין זאך איז זיכער אז די פרומקייט איז נאר א לבוש. א יעדער איז מלבש זיינע פערזענליכע אמביציעס און מחלוקות אין א לבוש פון פרומקייט...!

איך האב מיט עטליכע יאר צוריק געפיהרט בערך 60 קינדער פון יגדיל תורה אויף מיין באס. האביך געהערט פון די תינוקות של בית רבן (נאכגעזאגט וואס זייערע עלטערן האלטן.) א שטארקע אומצופרידנהייט מיט די הנהלה. דארט זיצן א טאטע מיט א זון. און זיי האלטן זיך פאר מושלי בכיפה. אויך איז דא א יונגערמאן וועלכער איז א חתרן בלתי נלאה (אזוי ווי יצחק רבין האטציך אויסגעדרוקט אויף שמעון פערעס). א גוטער 2 פעיסער. וועלכער האט אייביג באהאלטענע כוונות אונטער זיין רעקל. און ער שטעלט אן א פנים פון א תמים. וועלכער מיינט קיינמאל גארנישט...!

אבער דאס אלעס איז, כאמור, נאר געבויעט אויף אלטע אינפארמאציא און השערות. איך ווארט בכליון עיניים אז איינער זאלל געבן א גוטן פירוש אויפ'ן מצב , וואס איז עולה על הדעת...! ייש"כ.