נאך 36 יאר וועט דוב הייקינד נישט לויפן פאר ווידערווילונג
אסעמבלימאן דוב הייקינד וואס רעפענזירט בארא פארק אין די אומגעגענט די לעצטע 36 יאר האט היינט געלאזט וויסן אין א ווידיאו ווי ער גייט איבער זיינע אויפטוענגען זיינע לאנגע יארן דינענדיג אין די אסעמבלי, אז ער גייט נישט לויפן פאר ווידערווילונג די יאר.
הייקינד איז באוויסט פאר זיין גיט הארץ אין זיינע פולע הילף פאר טויזענטע יחידים במשך זיינע יארן, ווי אויך איז ער א אויסגעשפראכענע קעמפער פאר מדינת ישראל אין א קעמפער קעגן די איבערגעבליבענע נאציס.
רוב יארן ווען ער איז געלאפן האט ער נישט געהאט קיין שטארקע קעגנער וואס איז געלאפן קעגן עם (הגם שונאים האט ער געהאט אסאך סיי סאטמערע וואס ס'האט זיי געשטערט זיין שטארקע שטיצע פאר די מדינה ווי אויך אסאך פאליטישע שונאים)
לעצטע מאל וואס ער איז געלאפן האט ער צום ערשטן מאל געהאט א שווערע קאמפיין ווען קעגן עם איז געלאפן נחמן קאללער וואס נאך אסאך שווערע קאמפיינען אין אסאך געלט האט ער צום סוף געווינען מיט א שיינע אויבערהאנט.
לעצטע יאר איז זיין זוהן יוני געלאפן איבערצונעמן דוד גרינפעלדס סיטי קאנסיל זיץ אבער האט נאך א שווערע קאמפיין אין אסאך געלט מיעוס פארלוירן צו קלמן יעגער.
בלייבט צו זעהן ווער עס וועט יעצט אריינטאנצן צו פרובירן צו געווינען דעם זיץ, מ'קען זיך פארשטעלן אז כדרכה של בארא פארק וועט מען האבן א צוויי היימישע קאנדידאטן מיט א שמותיגע קאמפיין.