Under maintenance
הויפט זייט » שמחה אייכענשטיין פאר אסעמבלי

שמחה אייכענשטיין פאר אסעמבלי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12256
מיטוואך אפריל 25, 2018 1:36 pm#400660
שמחה אייכענשטיין פאר אסעמבלי
קימט יעצט אריין די נייעס אז נאך וואס דוב הייקינד האט געמאלדן אז נאך 36 יאר וועט ער נישט לויפן פאר ווידערווילונג האט ער יעצט געזאגט אז ער וועט שטיצן שמחה אייכענשטיין צו לויפן אויף זיין פלאץ.
מיטוואך אפריל 25, 2018 1:51 pm#400663
He's supporting Simcha Eichenstein, director of political and governmental services for the de Blasio administration, as his replacement
m http://www.nydailynews.com/new-york/bro ... -1.3954077 m
מיטוואך אפריל 25, 2018 2:37 pm#400668
א רביש קינד?
מיטוואך אפריל 25, 2018 5:24 pm#400677
יא יוסף מרדכי אייכענשטיין'ס זון
מיטוואך אפריל 25, 2018 8:00 pm#400685
א בילד, ביטע...!
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 1:14 am#400710
Re: שמחה אייכענשטיין פאר אסעמבלי
berlbalaguleh האט געשריבן:א בילד, ביטע...!
שמחה איז דער וואס שטייט רעכטסבילד
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 12:18 pm#400749
ווילאנג צוריק האט ער זיך געשוירן ס'בארד און פיאות?
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 2:57 pm#400757
אפאר יאר צוריק
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 3:03 pm#400758
אינטערסאנט אז ווי ס'זעהט אויס האט ער שוין שטיצע פון אלע זייטן הגם ער האט נאכנישט אפיציעל מודיע געווען אז ער לויפט.
אויך איז אינטערסאנט די שטיצע פון דוב הייקינד, ס'איז נישט קיין סוד אז ער האט געפלאנט צולויפן אפילו אויב הייקינד בלייבט.
(קען זיין אז דאס איז טאקע די סיבה אז הייקינד האט אויפגעגעבן, וויבאלד ער האט געוויסט אז אייכענשטטין גייט האבן שטארקע שטיצע אין ער קען נאך פארלירן קעגן עם האט ער מחליט געווען יעצט ארויס צוגיין מיט א גיטע נאמען אז ער האט אלעמאל געווינען אין יעדער וואונטשט עם אזוי שיין יעצט פאר די אויפטוהענגען פון אלע יארן... #קאנספיראציע)
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 9:25 pm#400789
שמחה האט זיך היינט אפיציעל אפגעזאגט פון זיין פאזיציע אין די מעיארס אפיס אין דערקלערט זיין קאנדידאטאר פאר די אסעמבלי זיץ פון די אכט אין פערציגסטע דעסטריקט וואס פארטרעט בארא פארק אין א חלק פין פלעטבוש.
שמחה האט די שטיצע פון די געוועזענע אסעמבלימאן דוב הייקינד אין אזוי אויך האבן גרויסע קהילוץ ווי באבוב אין בעלז שוין דערקלערט זייער שטיצע אין פון פלעטבוש האט ער די שטיצע פון די צוויי גרויסע עסקנים חזקאל בעננעט אין ליאן גאלדענבערג.
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 9:29 pm#400790
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 9:30 pm#400791
שמחה מיט דוב אויף דרייצענטע עוועניא היינט
m http://www.boropark24.com/dov-hikind-an ... ng-voters/ m
פרייטאג אפריל 27, 2018 11:57 am#400854
אין די יוד די וואך רימט משה דוד נידערמאן אויס שמחה אייכענשטיין אז ער איז גיט פאר די פאזיציע
מיטוואך מאי 16, 2018 2:22 am#402820
Six of Boro Park’s Largest Kehillos Endorse Simcha Eichenstein
m https://hamodia.com/2018/05/15/six-boro ... chenstein/ m

Community Matters Interviews Assembly Candidate Simcha Eichenstein
m https://m.soundcloud.com/simcha-eichens ... ichenstein m
פרייטאג מאי 18, 2018 2:48 am#403090
דער שוין היינט באקאנטער העשי טישלער (געלאפן אין די סיטי קאנסיל פארמעסט לעצטע יאר) האט געמאלדן אז ער וועט לויפן קעגן שמחה אייכענשטיין פאר די אסעמבלי זיץ.
טישלער האט א שיטה אז א קאנדידאט טאר נישט לויפן אן קיינעם קעגן עם, ער מיז וויסן אז די בענקל באקימט ער נאר ווייל ער גייט אויפטוהן.
העשי פלעגט הייסן זיינע קינדער לויפן אין היינט טוהט ער עס אליינס.
מיטוואך מאי 23, 2018 2:23 pm#403242
העשי ווייסט פון די אטורני דזשענעראל פאזיציע...?

אויב שמחה וועט טאקע נישט האבן קיין קעגנער, חוץ וואס ער וועט געווינען קומט זיך עס אים, לויפענדיג כסדר צווישן די טראפן, יעדער שטיצט אים (לעת עתה)
מיטוואך מאי 23, 2018 3:14 pm#403247
יא איינס פון שמחה'ס גרויסע מעלות וואס האט עם אסאך געהאלפען אין זיין פריעדיגע פאזיציע איז אז ער ווייסט וויאזוי צו זיין גיט אין ארבעטן מיט אלע זייטן.
דאס קען זיין א גרויסע טובה פאר די יודן בעזה"ש
מיטוואך מאי 23, 2018 4:02 pm#403250
Hey! Welcome back @sheftle. We missed you
מיטוואך מאי 23, 2018 10:17 pm#403277
Re: שמחה אייכענשטיין פאר אסעמבלי
יין שרף האט געשריבן:Hey! Welcome back @sheftle. We missed you
איך האב געזעהן פריער אז @שעפטל איז צוריק נאר כ'האב גלייך געטראכט אז ס'איז מסתם א נייער ניק...
שלום עליכם וועלקאם בעק.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
מיטוואך יוני 06, 2018 1:56 pm#405182
בן ישי האט געשריבן:דער שוין היינט באקאנטער העשי טישלער (געלאפן אין די סיטי קאנסיל פארמעסט לעצטע יאר) האט געמאלדן אז ער וועט לויפן קעגן שמחה אייכענשטיין פאר די אסעמבלי זיץ.
טישלער האט א שיטה אז א קאנדידאט טאר נישט לויפן אן קיינעם קעגן עם, ער מיז וויסן אז די בענקל באקימט ער נאר ווייל ער גייט אויפטוהן.
העשי פלעגט הייסן זיינע קינדער לויפן אין היינט טוהט ער עס אליינס.

אינטערוויא מיט טישלער איבער זיין לויפן פאר אסעמבלי.
ער זאגט אז ער וועט פירן א קלינע קאמפיין און ער האט ליב שמחה...און ער בעט שוין איבער ווייל ער ווייסט אז ער וועט מאכן טעותים...
m https://m.youtube.com/watch?feature=you ... BCxVMYnMT4 m
דאנערשטאג יוני 07, 2018 2:19 pm#405343
העשי טישלער געבט א קיש פאר שמחה בשעת'ן צאמנעמען פעטישעןס פאר זיין לויפן פאר דיסטריקט לידער
דאנערשטאג יוני 07, 2018 2:25 pm#405346
דערווייל הייסט עס אז טישלער וועט נאר לויפן פאר דיסטריקט לידער און נישט פאר אסעמבלי
דאנערשטאג יוני 07, 2018 7:51 pm#405388
בן ישי האט געשריבן:דערווייל הייסט עס אז טישלער וועט נאר לויפן פאר דיסטריקט לידער און נישט פאר אסעמבלי

ער האט דאך אליין געזאגט ער לויפט פאר ביידע?
דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:15 pm#405389
איסר האטלקי האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:דערווייל הייסט עס אז טישלער וועט נאר לויפן פאר דיסטריקט לידער און נישט פאר אסעמבלי

ער האט דאך אליין געזאגט ער לויפט פאר ביידע?

היינט האט ער געזאגט אז ער לויפט נאר פאר לידער (וועט מען מוזן ווארטן וואס דער מארגן וועט ברענגען...)
זונטאג יוני 10, 2018 6:41 pm#405603
Re: שמחה אייכענשטיין פאר אסעמבלי
ווער איז דער טישלער? א נארמאלער מענטש?