Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שחיטה פרשה אירופה! אינטערוויו משה ארי׳ פרידמן אויף זאב ברנר

שחיטה פרשה אירופה! אינטערוויו משה ארי׳ פרידמן אויף זאב ברנר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12259
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 6:16 am#400717
שחיטה פרשה אירופה! אינטערוויו משה ארי׳ פרידמן אויף זאב ברנר


משה ארי׳ פרידמן, פון אנטווערפען - וויען, איז אויף זאב ברענער ראדיו מפרסם די פסקים פון פוסק הדור מרן רבי משה פיינשטיין זצ״ל אין דעם עניין פון סטאננינג (באטויבונג) ביי די שחיטה!

m https://youtu.be/9fqyfQSvFvk m
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 7:06 am#400718
עיין תשובות שרידי אש תשובות מכל גדולים לאסור ההימום לפני שחיטה
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 7:50 am#400719
יע דער צודרייטער מאפ''א איז טשיף ראביי אוף וויענע. וואס איז נייעס?
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 8:02 am#400720
רבי יחיאל יעקב וויינבערג זצ״ל בעמח״ס ״שרידי אש״ בענין היתר ה
גימפל

עס איז פינקט פארקערט!

רבי יחיאל יעקב וויינבערג זצ״ל איז געווען באקאנט אלץ ראש הלוחמים לטובת די באטויבונג און עס מתיר געווען,

עס האט זיך נאר געשאפן א חילוקי דעות צווישן איהם אין אנדערע גדולי ישראל בשעתו צי מען מעג מפרסם זיין דעם פסק פון דעם אמת׳ן דעת תורה און פסק הלכה בעניין ההימום,
געווען אנדערע גדולי ישראל וואס האבן געהאלטן ער זאל נישט מפרסם זיין די פסקי הלכה ווייל דאס קען גורם זיין אז מען זאל דאס אויך איינפירן אין אלע אנדערע לענדער אויף דער וועלט,
דער גאנצע ספר שרידי אש איז אויף דעם געווען געשטעלט להיתר פארשטייט זיך!

הרב יחיאל יעקב וויינבערג זצ״ל רב פון בערלין, תרמ״ד (פולין) נפטר געווארן ד׳ שבט תשכ״ו
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 9:40 am#400721
Wow גאנץ א שנעלע דריי, קוים געווען פארנומען מיט אונז, זיך געלאפן קושן מיט אחמאדינידזשאד אין איראן און מיט חיזבאללא אין לבנון, און שוין צוריק אונז צו פיקסן... א הארציגן דאנק הרב מלפנים וויען והגללים...
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 3:09 pm#400761
אייביג די חברה וואס האבן אינז פיינט פרובירן אינז צו העלפן...
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 5:57 pm#400771
Re: שחיטה פרשה אירופה! אינטערוויו משה ארי׳ פרידמן אויף זאב ב
ער איז דער וואס האט איינגעשריבן זיינע מיידלעך אין בעלזער ת"ת?
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 7:12 pm#400780
איינשרייבן די אינגלעך אין בעלזא מיידעל סקול אנטוורפן,
אינטער חכם

ער האט דעמאלס איינגעשריבן די אינגלעך אין די בעלז מיידעל סקול אנטוורפן אין די מיידלעך אויך נאר ביי די מיידלעך סקול פין בעלז, ( נישט ביי אינגלעך)

אויב איך געדענק גיט האט זיך עס דעמאלס גערעדט פין א קורצע צייט ווייל א קורצע צייט נאכדעם האט שוין אריינגעלייגט אלע זיינע קינדער אין די יסודי התורה בית יעקב אין אנטוורפן,
אין ווי עס זעהט אויס זענען זיי זייער שיין מצליח לשם ולתפארת
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 8:20 pm#400784
געוואלדיג האט געשריבן:Wow גאנץ א שנעלע דריי, קוים געווען פארנומען מיט אונז, זיך געלאפן קושן מיט אחמאדינידזשאד אין איראן און מיט חיזבאללא אין לבנון, און שוין צוריק אונז צו פיקסן... א הארציגן דאנק הרב מלפנים וויען והגללים...

געוואלדיג: און וואס איז געווארן מיט זיינע יונגעלעך. זיי זענען שוין היינט בחורים. צי גייען זיי נאכאלץ אין א מיקס'ד סקול...?! און כהיום הזה גייט נאך זיין ווייב אזוי שטארק חסידי'יש אנגעטון...?!

איך האב מורא אז איין טאג וועט ער נאך ערשיינען מיט א קאפיע. אויב דער מוסלמענער וועג פון ..."לעבן"...וועט איהם געפעללן...!
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 8:22 pm#400785
מודים-דרבנן האט געשריבן:אינטער חכם

ער האט דעמאלס איינגעשריבן די אינגלעך אין די בעלז מיידעל סקול אנטוורפן אין די מיידלעך אויך נאר ביי די מיידלעך סקול פין בעלז, ( נישט ביי אינגלעך)

אויב איך געדענק גיט האט זיך עס דעמאלס גערעדט פין א קורצע צייט ווייל א קורצע צייט נאכדעם האט שוין אריינגעלייגט אלע זיינע קינדער אין די יסודי התורה בית יעקב אין אנטוורפן,
אין ווי עס זעהט אויס זענען זיי זייער שיין מצליח לשם ולתפארת

מודים דרבנן: די יסודי התורה איז א תלמוד תורה. א ביסל מער מאדערן ווי די חסיד'ישע ת"ת'ס...! די בעסערע מענטשן. די עליטע פון אנטווערפן שיקן אהין די קינדער....!
פרייטאג אפריל 27, 2018 1:01 am#400815
מער מאדערנער מוסד
berlbalaguleh

די ביזט גערעכט זיי גייען טאקע שוין זייט דעמאלס אין די מאדרנע ״יסודי התורה בית יעקב״ די עליטע פין אנטוורפן ווי די ריפסט עס
דאס האב איך טאקע געשריבן,
פרייטאג אפריל 27, 2018 6:59 am#400818
בערל בעל עגלה: דא א פיקטשער וואס איך האב פונקט געטראפען פון איינער פון זיינע טעכטער׳ס גרעדשועישען טאקע פון די יסודי התורה בית יעקב סקול.
פרייטאג אפריל 27, 2018 10:16 am#400826
מודים דרבנן: ייש"כ. איך מיין אז ער (משה אריה פרידמאן) האט א ניצוץ פון די נשמה פון ליפא שמעלצער...ער איז פושט צורה ולובש צורה...און זיין משפחה טאנצט מיט מיט איהם...!
פרייטאג אפריל 27, 2018 10:24 am#400827
מודים-דרבנן האט געשריבן:בערל בעל עגלה: דא א פיקטשער וואס איך האב פונקט געטראפען פון איינער פון זיינע טעכטער׳ס גרעדשועישען טאקע פון די יסודי התורה בית יעקב סקול.

ווער זענען די אידן פון ל. צו ר.
פרייטאג אפריל 27, 2018 10:43 am#400830
איסר האיטלקי: איך זעה אויפ'ן פיקטשער נאר זיין גרויסע טאכטער און זיין רביצין. און זיין קלענערע טאכטער. זיין אייגענע משפחה...!
פרייטאג אפריל 27, 2018 2:58 pm#400872
מודים, כ'האב הנאה ווי דו האסט 'פונקט געטראפן' א בילד פון איינעמםס טאכטערס גראדועישאן. ווי לאנג דו וועסט דיך האלטן אין די ראמען וועט אלעס זיין גוט, אבער געדענק גוט וואס א קליגער איד האט אמאל געזאגט ''די ניקס אויף קאווע שטיבל זענען אסאך קליגער ווי מען מיינט''.
מוצ"ש אפריל 28, 2018 5:25 pm#400884
ליפא שמעלצער? פושט צורה ולובש צורה?
בערל בעל עגלה

איך ווייס נישט צי מען קען דאס בכלל פארגלייכען, אין אגב מיר געפעלט די יעצטיגע לבוש בעסער ווי פריער!
עס מיר אויס זייער צי זיין דער דרך הממוצע, אדער האב איך אפשר א טעות אין דעם?

א גיטע וואך
זונטאג אפריל 29, 2018 5:45 am#400912
מודים דרבנן: ווען ער וואלט אנגעהויבן מיט דעם לבוש און דעם דרך, וואלט גוט געווען. ער טאנצט אבער פון איין סטייל צום צווייטן. און פון איין דרך החיים צום צווייטן...!
זונטאג אפריל 29, 2018 6:07 am#400913
איך אויך האט געשריבן:מודים, כ'האב הנאה ווי דו האסט 'פונקט געטראפן' א בילד פון איינעמםס טאכטערס גראדועישאן. ווי לאנג דו וועסט דיך האלטן אין די ראמען וועט אלעס זיין גוט, אבער געדענק גוט וואס א קליגער איד האט אמאל געזאגט ''די ניקס אויף קאווע שטיבל זענען אסאך קליגער ווי מען מיינט''.

דעם בילד האט ער 'פונקט' געטראפן, און 'אויב געדענקט ער גוט' לערנען זיינע קינדער אין יסודי התורה.

@איך אויך, עס איז דא א חשבון די וויפילטע ניק דאס איז? בפשטות איז אין ניק אחד עושה שתי שליחיות..., ביי יעדע פרשה קומט א נייע