Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » א ניי בוך פאעזיע אויף אידיש און העברעיש פון שלום בערגער

א ניי בוך פאעזיע אויף אידיש און העברעיש פון שלום בערגער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12270
דינסטאג מאי 01, 2018 10:39 am#401065
א ניי בוך פאעזיע אויף אידיש און העברעיש פון שלום בערגער
טייערע ליינערס און דיכטערס,

איך בין זייער צופרידן אייך מודיע זיין וועגן מיין נייעם באלד פאעזיע "ווי לעבט זיך דארטן?" דאס נעמט אריין קירצערע לידער אויף אידיש און העברעיש און א לענגערע פאעמע, אזא מין לוח מיט מחשבות וועגן די טעג פון דער וואך.

איך וויל אונטערשטרייכן וויפיל איך האב גענאשט פון אייער בעיונ'דיגע לייענישן פון מיין ווערק, מיט אייער ערנצע קריטיק און טענות.

דאס בוך איז נאר $6 און מ'קען דאס קויפן אויף אמאזאן דא.

יי"כ,

שלום בערגער
דינסטאג מאי 01, 2018 2:36 pm#401107
טוט עס ענהאלטן די פאעסיעס וואס זענען געוועהן דא אין ק"ש?
דינסטאג מאי 01, 2018 2:46 pm#401109
עמער ווארטן אויף א ריוויא פון ATUB @איך אויך ATUB
דינסטאג מאי 01, 2018 4:07 pm#401125
נייע לידער
אישתישבי האט געשריבן:טוט עס ענהאלטן די פאעסיעס וואס זענען געוועהן דא אין ק"ש?


אפשר א פאר. מערסטנס זיינען ביז אהער אין ערגעץ נישט ארויס.
דינסטאג מאי 01, 2018 8:09 pm#401148
ATUB @newkave ATUB ייש''כ פאר די אינווייט, אבער כהאב ב''ה בעסערס וואס צו טוהן מיט מיין צייט ווי ריוויוען קרעפפי ביכער. נאכדערצו אז עס גייט מעגליך נישט מער און נישט ווייניגער בייטן מיין בליק אויפן לעבן בכלל.

''איר װעט לאַכן, װײנען, טראַכטן, מחולק זײַן און אפֿשר בײַטן אײַער קוק אױפֿן לעבן בכלל''.
מיטוואך מאי 02, 2018 11:43 am#401195
ביסט א יודען עתידות? אפשר דאך? ליין עס אדורך וועסטו וויסן אויב עס טוישט דיין לעבן.

ר' שלום איר קענט אפשר לייגען דא א טיז? אזוי ווי אפאר בלעטלעך צו קענען רייצען דער נייגער?
מיטוואך מאי 02, 2018 1:58 pm#401213
א פארשפייז
אישתישבי האט געשריבן:ביסט א יודען עתידות? אפשר דאך? ליין עס אדורך וועסטו וויסן אויב עס טוישט דיין לעבן.

ר' שלום איר קענט אפשר לייגען דא א טיז? אזוי ווי אפאר בלעטלעך צו קענען רייצען דער נייגער?


יא, דאס קלינגט גוט. איך וועל דאס טאן שפעטער די וואך אי''ה