Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » ל"ג בעומר, וואס איז דאס?

ל"ג בעומר, וואס איז דאס?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
32 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 96 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12275
מיטוואך מאי 02, 2018 11:40 pm#401296
ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
שטייט אין ספר תולדות יעקב יוסף א משל. א בן מלך איז פארשיקט געווארען צו א ווייטע מדינה. זייענדיג דארט, צווישען פויערן און פראסטע יונגען, האט ער זיך געשפירט ווי א פיש אויף דער ערד, נישט אין פלאץ און אומבאקוועם. ער האט זיך אבער נישט פארגעסען, און א בן מלך איז ער געבליבען.

איין שיינעם טאג, האט ער באקומען א בריוו פון טאטען. די שמחה איז געווען עד אין לשער. א קלייניקייט?! א בריוו פון קעניג, א ווינק פון
דער גרויסע פיהרער אז ער דערמאנט זיך פון איהם! א פראכט!

ער האט געוואלט זיך פרייען, אבער אליינס קען מען דאך נישט. וואס האט ער געטוהן? איינליידענען די פויערן איז דאך אויך נישט אין פלאץ, ט׳ווי קענען זיי דערהייבען די שמחה פון א בריוו פון קעניג? האט ער באשטעלט א סעודה מיט א משתה היין, און צו דעם האבען זיי פארשטאנען. ויאכלו וישתו וייטב לבם, און גענומען האט מען זיך טאנצען. די פויערן האבען געטאנצען פאר די גוטע וויין וואס זיי האבען אריין געזויפט, אבער דער בן מלך האט זיך געפרייט מיט זיין בריוו פון קעניג.


קוקענדיג די ל"ג בעומר שמחה, הייב איך נישט אן צו פארשטייען, ולשמחה מה זו עשה? מיט וואס פרייט מען זיך? וואס איז די יו"ט? פארצייל מיר נישט קיין שטיקעל תורה פון א מאמר פון איינער פון היסטאריא. וואס איז דיין שמחה? מיט וואס ביסטו היינט אזוי פריילעך? יעדער יו"ט איז נישט אזוי, מ׳פרייט זיך און מ׳לייגט צו פלייש מיט וויין, פאר די ׳פויער׳ אינעווייניג. דא זעט זיך אויס ווי די מוזיק אליינס איז די שמחה, נישט קיין היכי תימצי ארויס צו ברענגען אן אנדערע שמחה.

וצל"ע וה׳ יאיר עיני.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך מאי 02, 2018 11:57 pm#401297
אותו שאלה שאלתי היום למו"ר. ואמר לי שישי מרבי יוסף ענגיל הרבה דרשות מענין ל"ג בעומר, ולא נזכר שם כלום מרשב"י. אלא מענין קבלת התורה המתחלת מיום הזה וכו'.
וגם בחת"ס יש הרבה שיום זה מתחיל יו"ט שבועות.
דאנערשטאג מאי 03, 2018 2:05 am#401319
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
איסר האטלקי האט געשריבן:למה שמחים בל''ג בעומר

ער שרייבט דארט אז די מנחת אלעזר זי"ע פלעגט פארציילן דעם סיפור יעדעס יאר נאכ'ן הדלקה, די פראבלעם איז נאר אז די מנחת אלעזר זי"ע פלעגט נישט צינדן קיין הדלקה...

די מנחת אלעזר זי"ע האט יא איינמאל דערציילט דעם סיפור ביים ל"ג בעומר טיש, און די מעשה איז נישט געוועהן ביי זיין טאטע, נאר ביי הרה"ק ר' משה ב"ר דן זי"ע אבד"ק דאלינא, תלמיד הבעש"ט
דאנערשטאג מאי 03, 2018 3:13 am#401323
אהרן טייטלמאכער מסביר את חומר איסור ההדלקה בלג בעומר
השרף האלוקי רעב אהרן טייטלמאכער בדרשה אודות חומר האיסור להדליק מדורות בלג בעומר.
ומה עוד החטא מתעצם ומתגדל כשמדליקים ההדלקה עם גארטעל

m https://youtu.be/htlLLDSxV0A m
דאנערשטאג מאי 03, 2018 6:23 am#401333
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
מ׳טאנצט פאר א שטיקעל תורה? מ׳פרייט זיך ווייל ערגעץ איז עס פארענטפערט געווארען? און מ׳האט נישט קיין שום פראבלעם אז ביז פאר עטליכע געציילטע יאר צוריק, האט מען ניטאמאל געוואוסט פון די אלע זאכען? דער חפץ חיים איז נישט איינגעפאלען אזאז זאך, ביים צאנזער רב האט מען פון ל"ג בעומר נישט געוואוסט. און יעצט טאנצט מען צוליעב די אלע חשבונות?

מ׳טאנצט ווייל עס איז דא מוזיק. נקודה. דאס איז די פויער וואס טאנצט מיט די פויער. ותו לא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 03, 2018 7:56 am#401334
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
אפשר ביי אחינו הליטפאקעס האט מען נישט געוואוסט פון ל"ג בעומר ביז אפאר יאר צוריק, אבער ביי אונז חסידים איז דאס בכלל נישט קיין נייעס זאך, אלע אדמור"ים איהדערהיים האבן געפירט א ל"ג בעומר טיש, נאר דאס מאכן הדלקות אינדרויסן פון מירון דאס איז עפעס וואס האט זיך אנגעהויבן נאכ'ן קריג, און דא אין אמעריקא איז דאס ממש נישט מער ווי אפאר יאר אלט
דאנערשטאג מאי 03, 2018 9:08 am#401342
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
שקר וכזב! ביי חסידישע רבי׳ס, אחוץ געציילטע ממש וואס האבען זיך געוואלט האלטען ארץ ישראל׳דיגע, האט מען נישט געפראוועט ל"ג בעומר. אפשר א לחיים ווי א געהעריגע יארצייט, ותו לא.

יא, א מנהג צו גייען אויף טריפס איז יא געווען, אבער פאר קינדער. און נישט קיין הדלקה (וואס שמעקט בכלל נישט פון א אידישע מנהג) און נישט קיין מוזיק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 03, 2018 9:14 am#401343
ישראל אע"פ שאין נביאים בני נביאים הם, דאס שרייבט ר' צדוק על כגון דא
מיר האט נאך נישט געכאפט דעם חזיון, אבער וואס איז שייך צי ערווארטן פין איינער וואס איז אזוי פאגרעבט וואו מיר
איך בין יא מקנא דעם וואס ס'האט געכאפט

אז ס'איז דא א תירץ צי טאנצען דאן לאמער גיין א קאריהאט, פרעג שוין נישט אזוי פיל
דאנערשטאג מאי 03, 2018 9:21 am#401344
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שקר וכזב! ביי חסידישע רבי׳ס, אחוץ געציילטע ממש וואס האבען זיך געוואלט האלטען ארץ ישראל׳דיגע, האט מען נישט געפראוועט ל"ג בעומר. אפשר א לחיים ווי א געהעריגע יארצייט, ותו לא.


בילד
דאנערשטאג מאי 03, 2018 9:34 am#401346
Re: ל
הקטן האט געשריבן:ישראל אע"פ שאין נביאים בני נביאים הם, דאס שרייבט ר' צדוק על כגון דא
מיר האט נאך נישט געכאפט דעם חזיון, אבער וואס איז שייך צי ערווארטן פין איינער וואס איז אזוי פאגרעבט וואו מיר
איך בין יא מקנא דעם וואס ס'האט געכאפט

אז ס'איז דא א תירץ צי טאנצען דאן לאמער גיין א קאריהאט, פרעג שוין נישט אזוי פיל

ווען זאגט מען די לאזונג פון 'אע"פ שאינם נביאים....', און ווען נוצט מען די אנדערע לאזונג פון 'הייפעלע ברכיים אשר לא כרעו לבעל'? ווער האט די רעכט צו שטעלן די ליניע?
דאנערשטאג מאי 03, 2018 10:41 am#401353
ברוך השם מען זוכט אויס נייע ימים טובים, ווייל אויס זעהן בארד, און די רעביס קעיטערען צום עולם, מהאי טעמא האט סאטמארער רבי פין מאנרא אנגעהויבן מאכען הדלקות אליין, אפילו ער זעלבסט האט גערעדט קעגן דעם, ווייל וואס דארף ער צוקוקען ווי פישטי רבי מאכט הדלקות, ער קען אליין אויך.

ענליך צו דעם שטייט אין רמב"ם אז דער אויבערשטער האט געהייסן מקריב זיין קרבנות, ווייל אידען זענען געוועהן אזוי אנגעבינדן אין עבודה זרה, האט כביכול געברויכט געבען אן אפציע מקריב צו זיין קרבנות פאר אים, פשוט ווייל אויב נישט וואלט מען געדינט עבודה זרה.

ממילא אין די היינטיגע דורות ווען עס פאדערט כשרע ענטערטעינמענט כאמור באשכול הטישען, און די אינגע דורות זוכען עס, און די עלטערע האבן עס אויך נישט פיינט, מאכען אלע רבי'ס צוביסלעך הדלקות.

ר' ליטוואק, וויפיל יאר גיבט איר און עס איז דא א הדלקה אין ב.מ.ג.?
דאנערשטאג מאי 03, 2018 10:52 am#401357
ר' ליטוואק
איך קען מיר אבער נישט איינהאלטען און ארויסברענגען א נקודה, אויב האט איר געהערט די דרשה פין ר' אהרן ווי ער האקט אויף הדלקות פרעגט ער די שאלות פין דער חכם, מה העדות וכו', וואס זענען די הלכות פין א הדלקה? ווי גרויס דארף עס זיין? און ער פירט אויס אז עס איז נישטא קיין מסורה ממילא קען ער נישט וויסען וויאזוי צו מאכען א הדלקה, קען ער עס נישט מאכען. (זעהט אויס אז זייט די דרשה האט ער שוין ערהאלטען א מסורה איש מפי פיש).
אבער איר ר' ליטוואק פרעגט וואס איז דאס? ממש א שאלת תם!!! און אין דיין תגובה פרעגסט אביסל מער באריכות, מער אויף די בחינה פין מה העבודה הזאת לכם. וואס דאז איז די שאלת הרשע, וואס איז דא געשעהן מיט אייך ר' ליטוואק, אדער ווי א תם אדער ווי דער רשע, אבער איר קענט נישט פרעגען א שאלת חכם?
דאנערשטאג מאי 03, 2018 10:54 am#401358
אישתישבי האט געשריבן:ר' ליטוואק, וויפיל יאר גיבט איר און עס איז דא א הדלקה אין ב.מ.ג.?


מ'האט פונקט נעכטען געקלערט די שאלה אין 'סמעדרעש. ב"ה מיין קינדער גייען צו א חדר וואס פייערט נישט קיין הדלקה. אבער זיי זענען די איינציגסטע חדר וואס איז אזוי.

עס איז טאקע א ווייטאג צו זע'ען ווי מענטשען האבען אזא שוואכען זיך אזש זיי לאזען זיך פאלען פאר די אלע פוסטע זאכען. מיין קינדער האבען געבעטען אז איך זאל זיי נעמען קיין סטאלין נעכטען, און איך האב זיי געזאגט 'ניין', אבער פיהל מענטשען האבען נישט געקענט ביישטיין די נסיון.
דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:08 am#401359
הגם איך פארשטיי נישט וואס איז די ביג דיל, וואס שטערט אייך צו נעמען די קינדער?
דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:08 am#401361
ליטוואק, מיט וואס איז א פייער ערגער ווי שרייבן אויף קאווע שטיבל?

יענער מיינט ער רעדט צו מלאכים דורכ'ן פייער, דו רעדסט זיך איין אז דו טוסט אויף פאר אידישקייט דא.

יענער שטופט צייט און באקומט אטענשאן פון די פארענטשעס, דו האסט וואס צו טון און באקומסט לייקס.

יענער מיינט אז אלע עולמות דרייען זיך ארום זיין פייער, דו מיינסט אז גאנץ קאווע שטיבל דררייט זיך ארום דיר.

יענער פרעדיגט חסידות, דו בויעסט התנגדות.

יענער אדמו''ר טוט עס אין פובליק אויפן גאס, דו טוסט עס אויפן פרייען אינטערנעט.

איין חילוק: יענער פארגלייזט זיך די אויגן, און דו לאזט עס אפן פול טיים.
דאנערשטאג מאי 03, 2018 12:50 pm#401398
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:ר' ליטוואק, וויפיל יאר גיבט איר און עס איז דא א הדלקה אין ב.מ.ג.?


מ'האט פונקט נעכטען געקלערט די שאלה אין 'סמעדרעש. ב"ה מיין קינדער גייען צו א חדר וואס פייערט נישט קיין הדלקה. אבער זיי זענען די איינציגסטע חדר וואס איז אזוי.

עס איז טאקע א ווייטאג צו זע'ען ווי מענטשען האבען אזא שוואכען זיך אזש זיי לאזען זיך פאלען פאר די אלע פוסטע זאכען. מיין קינדער האבען געבעטען אז איך זאל זיי נעמען קיין סטאלין נעכטען, און איך האב זיי געזאגט 'ניין', אבער פיהל מענטשען האבען נישט געקענט ביישטיין די נסיון.


וואס שטערט דיך אז דיינע קינדער גייען זעהן ווי מענטשן טאנצן אין זינגען ביי א פייער? וואס קען שוין זיין אזוי שלעכט? נאכדערצו אז מ'רעדט פון סטאלין וואס ביי זיי לייגט זיך עס סאך מער אויפן שכל ווי אנדערע ביי זיי אין חסידות איז עס א געהעריגע יו"ט.
דאנערשטאג מאי 03, 2018 12:57 pm#401400
איך דערהייב נישט די שאלה. וואס איז שלעכט מיט שקר? דאס איז עפעס א שאלה?
דאנערשטאג מאי 03, 2018 12:59 pm#401401
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיין קינדער האבען געבעטען אז איך זאל זיי נעמען קיין סטאלין נעכטען, און איך האב זיי געזאגט 'ניין', אבער פיהל מענטשען האבען נישט געקענט ביישטיין די נסיון.

דו מיינסט אוודאי צו זאגן און נאך פיהל מענטשן האבן נישט געקענט ביישטיין די נסיון.
דאנערשטאג מאי 03, 2018 1:01 pm#401403
דו ביזט סתם א פרומער אויף יענעמס חשבון. ראפשיצער רב האט שוין געזאגט אז 'פרום' איז ראשי תיבות פון פ'יהל ר'שעות ו'וייניג מ'צוות.
דאנערשטאג מאי 03, 2018 1:54 pm#401412
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז דיין שמחה? מיט וואס ביסטו היינט אזוי פריילעך? יעדער יו"ט איז נישט אזוי, מ׳פרייט זיך און מ׳לייגט צו פלייש מיט וויין, פאר די ׳פויער׳ אינעווייניג. דא זעט זיך אויס ווי די מוזיק אליינס איז די שמחה, נישט קיין היכי תימצי ארויס צו ברענגען אן אנדערע שמחה.

וצל"ע וה' יאיר עיני.

זאג, קענסט אונז אפשר אויסזאגן וועלכע מוזיק דו הערסט אויס (אויב בכלל...)? און פון וועמען? איך זיך עפעס א ריפלעיסמענט פון די אלע ל"ג בעומר, מירונער און שמחת בית השואבה טענץ. איך שפיר עפעס אז ס'איז א פאלשע שמחה, ס'איז נאר די מוזיק.
דאנערשטאג מאי 03, 2018 6:03 pm#401454
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך דערהייב נישט די שאלה. וואס איז שלעכט מיט שקר? דאס איז עפעס א שאלה?


וואס הייסט שקר? עס איז א יומא דהילולא פין ר' שמעון, אין מירון איז אייביג געווען טענץ אין שמחה, ווייל מען האט עס נישט געמאכט אין חוץ לארץ אדער אפילו אין ארץ ישראל נישט אין מירון, מיינט נישט, אז ווען מען מאכט די שמחה איבעראל איז עס שקר. איך זאג נישט, מיר באדערט אויך דער בל תוסיף פין דעם, אבער מיט שקר האט עס נישט.

אלע דיינע קשיות, וואס די פרעגסט וואס די שמחה איז וכו', קענסטו פרעגען אויף מירון גופא, און דארט שטייט דאך אין כתבי אר"י גענוג סיבות אויף דער שמחה. אלא מאי ביסטו א מסורה איד וואס קוועטשט אים אז מען מאכט א שמחה אין מקומות וואס מען האט נישט אמאהל געמאכט? זייט ווען ביסטו אזוי אדוק אין מסורה?
דאנערשטאג מאי 03, 2018 6:48 pm#401464
שקר איז ווען מ'זאגט כתבי אר"י און מ'מיינט קאושער ענטערטעינמענט. 'אין מירון איז אייביג געווען', איז לאו דוקא אמת. יא, עס איז אייביג געווען מענטשען דארט. אבער דאס מיינט נישט אז די מענטשען זענען עפעס וואס מיר ווילען נאכמאכען. מיין רבי זזג האט געלערנט אין כפר חסידים אין די י' יארען, און ער האט מיר דערציילט אז ער האט אמאל געכאפט א טרעמפ מיט שלמה גורן קיין מירון, און עס איז נישט געווען קיין עקסטער כ'ניאקישע צוזאמענקומפ, מילד גערעדט.

די טענה איז נישט צו איך בין אדוק אין מסורה, נאר אז די וואס זענען יא אדוק אין מסורה האבען נישט וואס צו זוכען דארט.

און בעיקר, וואס ווילען מיר דארט אויפטוהן? ווען מיין ברודער מאכט חתונה, פריי איך מיר. אבער מיין גוף האלט מיר עפעס צוריק? גיב איך איהם א טרינק און א טעלער עסען מיט מוזיק, און אלס טאנצט צוזאמען. דא איז עס נאר די טעלער עסען מיט די מוזיק, ווייל אינערליך איז עס גארנישט, וויפיהל סייטס וואס דער אויבען וועט לינקען.
דאנערשטאג מאי 03, 2018 6:53 pm#401465
דו ווילסט זיין דיפרעסט? כל הכבוד. אבער וואס זענען דיינע קינדער שולדיג?
דאנערשטאג מאי 03, 2018 6:59 pm#401468
אזוי? איידער די נייע מנהג איז ערפינדעט געווארען זענען אלע אידען געווען דעפרעסט?
דאנערשטאג מאי 03, 2018 7:36 pm#401470
בני יששכר מאמר ג' לחודש אייר סעיף ג' האט געשריבן:ותבין לפי זה אשר נתאמת לנו מאנשי אמת, אשר השמחה ביום הזה על ציון ר' שמעון בן יוחאי היא שלא כטבע, "אור צדיקים ישמח" (משלי יג ט):
דאנערשטאג מאי 03, 2018 8:37 pm#401486
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
נאכאמאל, דיין געפילען ווערען ערוועקט פון א מראה מקום?

אז איך ווען זיך מוזען בעסער מסביר זיין, איז אזוי. א מענטש זיצט זיך אין סוכה נאך זיין כפרה יוכ"פ, נאך דער קורבה לה׳ פון אן עשי"ת, א התעוררות פון ר"ה, און ער איז בשמחה. גיבט ער פאר׳ן גוף מיטצופרייען און יאלא, מ׳קען טאנצען. אזוי טאנצט זיך אום שמח"ת, ווייל מ׳האט א יו"ט. אוודאי זענען דא נישט אזעלכע דערהויבענע אידען דארט אויך, און ביי אונז הערשט מער די גשמיות׳דיגע שמחה ווי די רוחניות׳דיגע, אבער דער שידוך איז דא. די נשמה פון די שמחה איז די רוחניות׳דיגע. די גשמיות, ווי גרויס עס זאל נאר זיין, איז די טפל.

וואס איז די נשמה פון ל"ג בעומר? אויפ׳ן אמת, נישט ׳שטיקלעך תורה פון נאך די פאקט׳, נאר די אמת׳ער באדייט. וואס זוכט מען אויפצוטוהן? פארוואס ביסטו פריילאך? דער משקה און מוזיק קומט צו העלפען די שמחה, אדער דאס איז די גאנצע שמחה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 03, 2018 9:45 pm#401495
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז די נשמה פון ל"ג בעומר? אויפ׳כן אמת, נישט ׳שטיקלעך תורה פון נאך די פאקט׳, נאר די אמת׳ער באדייט. וואס זוכט מען אויפצוטוהן? פארוואס ביסטו פריילאך? דער משקה און מוזיק קומט צו העלפען די שמחה, אדער דאס איז די גאנצע שמחה?

נקודת-אמת האט געשריבן:
בני יששכר מאמר ג' לחודש אייר סעיף ג' האט געשריבן:ותבין לפי זה אשר נתאמת לנו מאנשי אמת, אשר השמחה ביום הזה על ציון ר' שמעון בן יוחאי היא שלא כטבע, "אור צדיקים ישמח" (משלי יג ט):

אז איך וועל דיר מדגיש זיין די פוינט וועסטו פארשטיין וואס איך וויל ארויסברענגען?
דאנערשטאג מאי 03, 2018 10:01 pm#401498
אמאהל איז טאקע נישט געוועהן א פרעקשען פין די אידען וואס איז היינט דא, אבער מען איז געקומען קיין מירון פין טערקיי, עס איז דא א ספר יסוד יוסף וואס זאגט אז אויב מען וויל פארען בחינם קען ארץ ישראל זאל מען זיך מיטכאפען מיט די אידען פין טערקיי וואס פארען אויף לג בעומר!! און דאס גייט צוריק מיט הונדרעטער יארען!!! און ר' חיים וויטאל שרייבט אז דער אר"י איז געקומען אויף לג בעומר ווען ער האר נאך געוואוינט אין מצרים!!

אוודאי היינט אז עס קומען פינף הונדערט טויזענט אידן דורך דער טאג טאנצט מען אסאך מער.

אבער די שמחה איז פשוט פאר דעם וואס רשב"י האט מגלה געוועהן סודות התורה. קענסט מיר טענה'ן אז די האסט נישט מיט דעם, אבער הא גופא קשיא, האב יא!!

איך פארשטיי אז פארשידענע ליטווישע האבן אפגעלאכט פין לג בעומר אבער פארפאלן, דער יו"ט איז אריין און איז דא.
דאנערשטאג מאי 03, 2018 10:14 pm#401500
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שקר איז ווען מ'זאגט כתבי אר"י און מ'מיינט קאושער ענטערטעינמענט. 'אין מירון איז אייביג געווען', איז לאו דוקא אמת. יא, עס איז אייביג געווען מענטשען דארט. אבער דאס מיינט נישט אז די מענטשען זענען עפעס וואס מיר ווילען נאכמאכען. מיין רבי זזג האט געלערנט אין כפר חסידים אין די י' יארען, און ער האט מיר דערציילט אז ער האט אמאל געכאפט א טרעמפ מיט שלמה גורן קיין מירון, און עס איז נישט געווען קיין עקסטער כ'ניאקישע צוזאמענקומפ, מילד גערעדט.
.


די מנחת אלעזר זי"ע איז טאקע מ'האי טעמא נישט געגאנגען קיין מירון ביינאכט ווייל די רבנים פון ירושלים און פון צפת האבן איהם געזאגט אז ביינאכט איז דא דארטן גרויסע פריצות, אבער בייטאג איז ער יא געגאנגען און ס'זענען געוועהן דארטן א ריזיגער עולם ערליכע אידן און מ'האט געטאנצט און געזינגען און זיך געפרייט, ר' משה גאלדשטיין שרייבט אין מסעות ירושלים אז די שמחה דארטן איז גאר גרויס און דער עולם גייט מיט בגדי שבת ויו"ט, ומי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו
פרייטאג מאי 04, 2018 11:21 am#401542
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאכאמאל, דיין געפילען ווערען ערוועקט פון א מראה מקום?

אז איך ווען זיך מוזען בעסער מסביר זיין, איז אזוי. א מענטש זיצט זיך אין סוכה נאך זיין כפרה יוכ"פ, נאך דער קורבה לה׳ פון אן עשי"ת, א התעוררות פון ר"ה, און ער איז בשמחה. גיבט ער פאר׳ן גוף מיטצופרייען און יאלא, מ׳קען טאנצען. אזוי טאנצט זיך אום שמח"ת, ווייל מ׳האט א יו"ט. אוודאי זענען דא נישט אזעלכע דערהויבענע אידען דארט אויך, און ביי אונז הערשט מער די גשמיות׳דיגע שמחה ווי די רוחניות׳דיגע, אבער דער שידוך איז דא. די נשמה פון די שמחה איז די רוחניות׳דיגע. די גשמיות, ווי גרויס עס זאל נאר זיין, איז די טפל.

וואס איז די נשמה פון ל"ג בעומר? אויפ׳ן אמת, נישט ׳שטיקלעך תורה פון נאך די פאקט׳, נאר די אמת׳ער באדייט. וואס זוכט מען אויפצוטוהן? פארוואס ביסטו פריילאך? דער משקה און מוזיק קומט צו העלפען די שמחה, אדער דאס איז די גאנצע שמחה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ר' ליטוואק,
היות איך זעה איז האבן דא א גרויסע בעל מדריגה אויף ק"ש, אויף א ערענסטער האט, אפשר טוט איר אונז מיטטיילן די שמחה וואס איר האט ביי אנדערע ימים טובים. לייגט אראפ איר שמחה אויף פסח למשל, ווען איר האט א שאלות תם וואס פרעגט אייך מה זאת, וואס איז דאס? אויף סוכות זעה איך אז איר האט א שמחה פין כפרת עוונות פין יום כיפור, איז פארוואס מאכט איר נישט טענץ אויף יום קדוש? ווי אויך שבועות, מה זאת?
מאנטאג אפריל 22, 2019 8:08 am#428846
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
פון הרב נתן סליפקין׳ס רעצענזיע אויפ׳ן ביך Who Stole my Religion פון Dr. Richard H. Schwartz.
IMG_4355.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk