Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » טיפס פאר עירקאנדישאן באנוץ

טיפס פאר עירקאנדישאן באנוץ

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12278
דאנערשטאג מאי 03, 2018 2:26 pm#401415
טיפס פאר עירקאנדישאן באנוץ
איך האב מיך ב''ה אריבערגעצויגן צו א נייע דירה. אין מיין אלטע דירה האב איך געהאט סענטראל עיר קאנדישאן, אבער יעצט האב איך ווינדאו יוניטס.

איך זוך טיפס צו סעיווען ענערדזשי און וויאזוי אויסצושטעלן די עירקאנדישאנס די מערסטע פראקטיש און באקוועם.
דאנערשטאג מאי 03, 2018 3:33 pm#401426
וויפיל די וועסט ניצען אזויפיל וועט איר באצאלן.

טאמער האסטו קינדער וואס עס גייט זיי נישט אהן אויסצולעשן דער כלי אינדערפרי, שטעל אהן שבת זייגערס זאל עס אויסלעשן ביינאכט צוועלעף אזייגער, קענסט עס טוהן אין דעם בעדרום אויך, אויב די שלאפסט גענוג טיף.
דאנערשטאג מאי 03, 2018 7:06 pm#401469
עס איז בעסער פאר די צירקולאציע צו האלטן די עיר קאנדישען אין די הייך ווי אינטן פונעם פענסטער, אויך אויב איז שייך צו לייגן די עיר קאנדישען דארט ווי די זון שיינט נישט דירעקט, ציט עס ווייניגער לעקטער.
דאנערשטאג מאי 03, 2018 8:21 pm#401480
א סילינג פען איז אויך א גרויסע הילף פאר די צירקולאציע פון די אפגעקיהלטע לופט. און ס'שפארט פון דעם עלעקטריק בילל. ווייל דער קאמפרעססאר דארף נישט ארבעטן אזוי שטארק...!.