Bloomingburg האט געשריבן:עס פארט ארום קליפס ווי יונגלעך ווי אויך יונגערלייט זינגען פאר הרבנית מבעלז, וואס איז די היתר און אויב איינער קען געבן א באריכט איבער איהר גרויסקייט (די בעלזא חסידים פארקויפען איהר אלס א זעלטענע הייליגע פרוי)
כ'האב נאכנישט געזען די קליפס, און כ'האב נישט קיין קלארע מהלך בנוגע קול באשה. אבער אויב די עצם געדאנקן פון זינגען פאר איר, טיש פראווען פון איר, און איר רביסטעווע בכלל, זעט דיר אויס קוריאז און קאמיש, דאן האסטו גאר ווייניג ידיעות אין היסטאריע פון חסידות.
זינט דעם גרינדונג פון חסידות זענען מערערע פרויען געווען אינוואלווד, לפעמים עד כדי פירן טיש און נעמען קוויטלעך. א קורצע בליק, וועט ווייזן אז עס האט זיך אנגעהויבן ממש מיטן אנטשטייאונג פון חסידות. אדל דער טאכטער פונעם בעל שם, איז שוין געווען א רביצין מיט באק ציינער, א קוויטל נעמער און ישועות פועלער, אזש דער בעל שם האט איר מרמז געווען אין פסוק א'ש ד'ת ל'מו ר"ת אדל.
אנדערע בארימטע פרויען זענען געווען דער טאכטער פון ר' מאיר'ל פרעמישלאנער, א ישועות מאכער מיטן שטעקן פונ'ם טאטן. טאקע אין בעלז איז געווען דער טאכטער פון שר שלום, הרבנית אשת ר' יצחק'ל בראדער (אאל"ט), וואס האט גענומען קוויטלעך און געפירט געהעריג רביסטעווע, און ר' שלום האט געזאגט אויף איר גרויסע הפלגות, ווי למשל אז ס'פעלט איר גארנישט קיין השגות חוץ דער קאלפיק.
און ווי קען מען פארגעסן פונ'ם לודמירער מויד, א פרוי וואס האט טאקע געפירט רביסטעווע מיטן גאנצן קנאק, געזאגט תורה פאר חסידים, האט פארמאגט לודמירער שטיבלעך אין אוקריינא רוסלאנד, מיט חסידים וואס זענען געקומען אין די מאסן. זי, אנדערש פון די אנדערע אדמורות, איז נישטאמאל געווען א טאכטער פון אן אדמור, נאר האט אנגעהויבן פון אונטן פונ'ם בארג און זיך דערדראפעט אדאנק איר צדקות און מדריגות (זי איז געווען אזוי פרוש ומובדל, אז זי האט נישט חתונה געהאט)
קוריאז? יא. חסידות האט אלעמאל פארמאגט קוריאזע שטריכן. מיט בעלזא דירעקט האט עס נישט קיין שייכות.