Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מלבושי מתים

מלבושי מתים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12300
מאנטאג מאי 14, 2018 9:50 am#402580
מלבושי מתים
איינער ווייסט אפשר פון א מנהג אדער א מקור פון אנטיען א קיטל פאר נשים מתים??
מאנטאג מאי 14, 2018 10:20 am#402587
די מקור אנצוטאן פאר מענער א קיטל ווייסטו יא?

(אויב זענט איר פון די ח''ק, וואלט איר נישט געפרעגט די דאזיע פראגע)
מאנטאג מאי 14, 2018 10:28 am#402590
מען טוט נישט אהן די קיטל פאר מענער נאר אויב איז עס געמאכט פין לינען, פשתן. חסידים זענען מקפיד נישט צו טראגען קיין פשתן בחייהם, פונקט אזוי ווי מען טראגט נישט קיין בגדי צמר, מחשש שעטנז, ממילא איז דא גאר ווייניג קיטלעך וואס מען טוט אהן די מתים.
מאנטאג מאי 14, 2018 10:41 am#402592
אישתישבי האט געשריבן:מען טוט נישט אהן די קיטל פאר מענער נאר אויב איז עס געמאכט פין לינען, פשתן. חסידים זענען מקפיד נישט צו טראגען קיין פשתן בחייהם, פונקט אזוי ווי מען טראגט נישט קיין בגדי צמר, מחשש שעטנז, ממילא איז דא גאר ווייניג קיטלעך וואס מען טוט אהן די מתים.


אנטשולדיגט איר זענט פילייכט נישט אינפארמירט:

פאר א מאן טוהט מען אן א מצנפת, כתונות, מכנסיים, קיטל, אבנט, טלית, און סובב. ( אין סאטמאר אויך א ט''ק, און זאקן)
פאר א פרוי: מצנפת, כתונות, מכנסיים, שירצל, קיטל, און סובב. (אין סאטמאר אויך זאגן)

ביים היימישן עולם טיט מען אין ציגאב אויך אן דער קיטל מיט וועלכע דער נפטר איז געגאנגען בחיים חיותו, פארשטייט זיך בלויז אויב ס'איז פון פשתן. ( און מ'נעמט אראפ די קנעפ....)
מאנטאג מאי 14, 2018 11:11 am#402595
לאט, לאט,
אפשר קען איינער אריינקומען קלאר מיט אינפארמאציע
פונקטליך וואס מ'טוט, וואס איז דער סדר, וואספארא בגדים מטוט אן און וויזוי זיי זעען אויס? פאר דעי אלע וואס זענען נישט אין חברה קדישא זאלן אויך וויסן
און פארוואס עפעס זאגסטו אז חסידים גייען נישט קיין בגדי פשתן, כ'האב אלס געמיינט אז אונזערע קיטלעך זענען בדווקא יא פון לענען אנדערש פון די ביליגע איזרעילי קיטלעך וואס זענען שיין ווייס און זענען געמאכט פון פאליעסטער
מאנטאג מאי 14, 2018 11:34 am#402596
קאך

סארי פאר נישט אריין קומען קלארער, איך האב גערעדט פין טראגן דער קיטל וואס מען האט געטראגן ביים לעבן. מאנכע לייגן אריין דער קיטל אין קבר, טאמער איז עס נישט פשתן.

אויב די ביסטו יא פין חברה קדישא (מיטן ניגון פין חומש פירען) רוב אזוי ביטע זייט מגלה סוד וואס די חברה קדישא לייט זאגען אז זיי קענען זעהן אויב מען איז געווען ערליך אדער נישט.
מאנטאג מאי 14, 2018 11:42 am#402597
אישתישבי האט געשריבן:קאך

סארי פאר נישט אריין קומען קלארער, איך האב גערעדט פין טראגן דער קיטל וואס מען האט געטראגן ביים לעבן. מאנכע לייגן אריין דער קיטל אין קבר, טאמער איז עס נישט פשתן.

אויב די ביסטו יא פין חברה קדישא (מיטן ניגון פין חומש פירען) רוב אזוי ביטע זייט מגלה סוד וואס די חברה קדישא לייט זאגען אז זיי קענען זעהן אויב מען איז געווען ערליך אדער נישט.


א גרויסע זאך מיין קינד האסטו געפרעגט...

כ'וועל דיר זאגן, אבער וויסן זאלסטו.... ווי נאר די ווערסט געוואר דעם דאזיגען געהיימענניש, וועסטו פילייכט זיין געצווינגען שוין דורך צו גיין מיין פראפעסענאלע באהאנדלונג....

די ווילסט נאך אלס וויסען?
מאנטאג מאי 14, 2018 1:33 pm#402606
איך וועל שוין פארשאפן א צווייטען, יעצט זאג....
מאנטאג מאי 14, 2018 1:39 pm#402611
אישתישבי האט געשריבן:איך וועל שוין פארשאפן א צווייטען, יעצט זאג....


אלעדיגט....

צו את ביתך... כי מחר אתה תמות....

ווען די פארענדינגס די צוואה טיה דיר אויס די שוך מיט די זאקן, און לייג דיך אריין אין בעט מיט די פנים צום וואנט, און צינד אן 5 ליכט צום קאפנס...און זאג ווידי הגדול של רבינו ניסים, און לאמיר וויסן....
מאנטאג מאי 14, 2018 5:29 pm#402635
נאך אהן פראווען א ווידוי, וואס וועסטו שוין קענען זעהן?
מאנטאג מאי 14, 2018 10:41 pm#402661
ער וויל אנטייל נעמען און שטיין ביים בעטל בעת דער סדר הווידוי קומט פאהר פילייכט וועט ער עטליכען גוטע געדאנקן אויסקלייבן פון צווישן דיינע עבירות וואס וועסט דארט מזכיר זיין
דינסטאג מאי 15, 2018 9:40 am#402707
אישתישבי האט געשריבן: חסידים זענען מקפיד נישט צו טראגען קיין פשתן בחייהם


וואס איז מיט א זיידענע בעקעטשע?
דינסטאג מאי 15, 2018 10:21 am#402718
טאקע דערפאר זענען חסידים געגאנגען זייד, כדי נישט צו גיין וואל. פאליעסטער איז נאכנישט געווען.
דינסטאג מאי 15, 2018 11:17 am#402721
רביה"ק זי"ע: דער טעם וואס חסידים. און ספעציעל צאנזער איניקלעך, זענען נישט געגאנגען וואל/צמר, איז געווען וועגן חשש שעטנז...!
דינסטאג מאי 15, 2018 11:18 am#402722
אזויווי דער בעש"ט האט געזאגט.
דינסטאג מאי 15, 2018 11:23 am#402724
פון מלבושי מתים איז געווארן ספרי חיים