Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » קאווע שטיבל • צום ערשטן מאל: "תמונה" מאגאזין אין פרינט!

קאווע שטיבל • צום ערשטן מאל: "תמונה" מאגאזין אין פרינט!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12305
מיטוואך מאי 16, 2018 2:44 pm#402871
צום ערשטן מאל: "תמונה" מאגאזין אין פרינט!
די לעצטע עטליכע חדשים ערשיינט א נייער קינדער מאגאזין מיט'ן נאמען "תמונה", געווידמעט פאר חרדישע מיידלעך. די ארויסגעבערינס פון דעם מאגאזין האבן מחליט געווען אריינצולייגן די שווערע עבודה צוזאמענצושטעלן אן אויסגאבע וויבאלד זיי האבן איינגעזען אז די לעכערליכע פאליסי פון רוב חרדישע אויסגאבעס נישט צו דרוקן בילדער פון צניעות'דיגע פרויען איז שעדליך פאר אונזערע טעכטער.

איך קען נישט מער ווי מסכים זיין מיט די ארויסגעבערינס, און כ'האב שוין עטליכע מאל געשריבן וועגן דער נושא, סיי די שעדליכקייט פון דעם מנהג פאר חינוך ילדות, און סיי ווי עס איז אפגעפרעגט פון דעם פאקט אז די פרומסטע אויסגאבעס האבן אמאל נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו דרוקן בילדער פון פרויען.

"תמונה" איז א שיינע אויסגאבע פאר אידישע טעכטער, און ווייזט פאר די מיידלעך אז זיי זענען אויך א חלק פון כלל ישראל. די בילדער פון מענטשן וואס זיי זעען דארפן נישט זיין דווקא מענער אדער אנארעקסישע מאדעלן אויף בילבארדס, נאר וואוילע אידישע פרויען קענען זיין א חלק פון דעם פנים פון כלל ישראל.

אין די לעצטע חדשים איז דער מאדעל פון דער אויסגאבע געווען נאר אנליין, אבער יעצט איז צוגעלייגט געווארן די אפציע עס צו קענען קויפן אין פרינט. דאס איז א וויכטיגע אנטוויקלונג, ווייל פאר קינדער איז שווער צו געבן אן אנליין מאגאזין.

קויפט "תמונה" סיי מהנה צו זיין אייערע טעכטער, און סיי צו שטיצן אזא נאבעלע פראיעקט.

m https://www.amazon.com/gp/product/1718693877/ m
מיטוואך מאי 16, 2018 3:48 pm#402874
קודם וויל איך קלאר מאכן אז איך פערזענלעך גייט מיך נישט אן אויב מען לייגט יא אדער נישט אריין קיין בילדער פון נשים. עס איז מיר קלאר אז די וואס זענען קעגן לייגן בילדער, יש להם על מה לסמוך, אבער פערזענלעך ווער איך נישט offended פון די בילדער.

אבער דעס וואס די מאכסט אזא לייכטזיניגע סטעיטמענט וועגן ענארעקסיע, האלט איך אז דו געבסט מער קרעדיביליטי פאר די אוסרים. לאמיר זעהן ווי פיל געווענליכע אויסזעהענדיגע פרויען אדער מער נישט געווענליכע וועלן האבן די זכיה אז זייערע בילדער וועלן אריינגיין אינעם אויסגאבע.
מיטוואך מאי 16, 2018 3:56 pm#402875
yatzmachp האט געשריבן:אבער דעס וואס די מאכסט אזא לייכטזיניגע סטעיטמענט וועגן ענארעקסיע, האלט איך אז דו געבסט מער קרעדיביליטי פאר די אוסרים. לאמיר זעהן ווי פיל געווענליכע אויסזעהענדיגע פרויען אדער מער נישט געווענליכע וועלן האבן די זכיה אז זייערע בילדער וועלן אריינגיין אינעם אויסגאבע.

כ'בין נישט קלאר וואס דו מיינסט צו זאגן. כ'האב געזאגט אז די איינציגסטע מענטשן פון וועלכע אונזערע טעכטער זעען בילדער, זענען אדער מענער אין אונזערע אויסגאבעס, אדער אויסגעדארטע פרויען מאדעלן אויף בילבארדס. ביידע זענען שלעכטע מעסעדזשעס פאר אונזערע קינדער.
מיטוואך מאי 16, 2018 4:31 pm#402878
ראובן האט געשריבן:

און די ציהל דא איז צו געבן א פלאטפארמע פאר מיאוסע, כדי צו 'באלאנצירן' דעם מעסעדזש, איא?

איך ווייס אויך אז צומאל פלעגט זיך אריינצוכאפן תמונות נשים אין די אמאליגע אויסגאבע (לאו דווקא ווי דו לייגסט עס אראפ, 'קיין שום פראבלעם', ווי כאילו דאס איז געווען א טעגליכע ערשיינונג), אבער אויב כלל ישראל האט אזא גדר (לאו דוקא כאניאקישע אויסגאבעס, אדער קהילה צייטונגען, אפי' די מער 'אויפגעקלערט אויסגאבעס היטן דעם גדר. איין משפחה האט זיך געוואגט צו טשעפענען דערמיט מיטן ארויפלייגן מרת קלינטאן אויפן דעקל, און קוק וואס איז געשעהן! זי האט מיאוס פארלוירן...) זעה איך נישט די גרויסע 'נחיצות' צו אראפווארפן דעם גדר. עפעס פעלט פאר די פרויען וואס זענען אויפגעוואקסן די לעצטע 50 יאר?
מיטוואך מאי 16, 2018 5:36 pm#402882
כה לחי!
מיטוואך מאי 16, 2018 7:48 pm#402888
אין דעם עפיזאד פון Headlines in Halacha איז דא א שיינע שמועס פון דר. לעסלי קליין וואו זי ברענגט ארויס באריכות דאס וואס ראובן זאגט.

m http://www.podbean.com/media/share/pb-yx84m-68fe81 m
מיטוואך מאי 16, 2018 7:54 pm#402889
איך קויף עס פאר מיינע אינגלעך. די מעסידזש איז פשוט אז פרויען זענען מענטשן.
מיטוואך מאי 16, 2018 7:58 pm#402890
ביבער האט געשריבן:איך קויף עס פאר מיינע אינגלעך. די מעסידזש איז פשוט אז פרויען זענען מענטשן.

כ'מיין אז ס'איז געווידמעט פאר מיידלעך מכח די נושאים וואס ווערן באשריבן, נישט דווקא וועגן ס'האט בילדער פון פרויען.
מיטוואך מאי 16, 2018 11:22 pm#402905
יעקב מענטש האט געשריבן:זעה איך נישט די גרויסע 'נחיצות' צו אראפווארפן דעם גדר. עפעס פעלט פאר די פרויען וואס זענען אויפגעוואקסן די לעצטע 50 יאר?

גראדע יא

פרויען וואס אנערקענען זייער סטעטיס אין אונזער קאמיוניטי פילן זיך אראפגעקוקט, און נישט געשעצט.

מיר געבן צו אסאך מער ווי מענטשן ווי דיר געבן קרעדיט.

עס קומט זיך אונז פיל מער אנערקענונג.

אויב מען קען אונז געבן power דורך באזייטיגן א self-inflicted גדר, פארוואס דען נישט.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 1:17 am#402919
די עסקנים וואס לייגן ארום די וועקער זאלן זעהן אז די מאגאזין זאל אויך אנקומען צו די נויס סטענדס/גאז סטאנציעס אין די היימישע געגנטער ותבא עליהם ברכה
דאנערשטאג מאי 17, 2018 8:30 am#402936
Re: צום ערשטן מאל: "תמונה" מאגאזין אין פרינט!
ליידער די מערהייט פון היימישע פרויען (על כל פנים וואס איך קען ) ערלויבן זיך אפי'נישט צו טראכטן אז עפעס פעלט פון זייער סטאטוס

Sent from my XT1060 using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 17, 2018 8:58 am#402940
אז "מאמענט" מאכט אן אינטערוויו מיט יקיש פייוויש פארשטייט יעדער אז מאמענט דארף אינוועסטירן צייט, געלט און מי צו האבן א שיינעם קלארן בילד פון ר' יקיש. יעדער פארשטייט אז דאס בילד איז וויכטיג פאר'ן ארטיקל און פאר'ן קאווער. אבער פלוצלינג ווען עס קומט צו פרויען איז מען נישט אזוי קלאר פארוואס און פארווען ס'איז וויכטיג צו האבן בילדער.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 9:35 am#402941
ראובן האט געשריבן:
yatzmachp האט געשריבן:אבער דעס וואס די מאכסט אזא לייכטזיניגע סטעיטמענט וועגן ענארעקסיע, האלט איך אז דו געבסט מער קרעדיביליטי פאר די אוסרים. לאמיר זעהן ווי פיל געווענליכע אויסזעהענדיגע פרויען אדער מער נישט געווענליכע וועלן האבן די זכיה אז זייערע בילדער וועלן אריינגיין אינעם אויסגאבע.

כ'בין נישט קלאר וואס דו מיינסט צו זאגן. כ'האב געזאגט אז די איינציגסטע מענטשן פון וועלכע אונזערע טעכטער זעען בילדער, זענען אדער מענער אין אונזערע אויסגאבעס, אדער אויסגעדארטע פרויען מאדעלן אויף בילבארדס. ביידע זענען שלעכטע מעסעדזשעס פאר אונזערע קינדער.

וואט די העק, אויסער זען בילדער אויף בילבארדס זען אינזער מיידליך 3D בילדער פין אלע סארט פרויען און אלע שעפעס אין סייזעס, זיי זענען נישט געפראגרעמעט ארויפציקיקען אויף דעם בילבארד מאדעל און זענען יא געפראגראמט ארויף ציקיקען אויף רעבעצען מלכה -

אין די גוישע גאס איז דא וואס קאמפלענען אז וויבאלד די בילדער אויף די בליבארדס זענען פין מאגרע סעלעברעטיס זענען מיר געפראגראמט אז דאס איז "שיין" און דאס געט צי אז מיידלעך זאלן זיין אנארעקסיק. דו ארויסגעבער דר. קליין פין תמונה האט געבארגעט דעם קאנסעפט אן ציפיל טראכטן אויב ס'איז א צישטעל, און ראובן האט דאס סך הכול נאכגעשריבן
דאנערשטאג מאי 17, 2018 3:31 pm#403015
בת קול האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:זעה איך נישט די גרויסע 'נחיצות' צו אראפווארפן דעם גדר. עפעס פעלט פאר די פרויען וואס זענען אויפגעוואקסן די לעצטע 50 יאר?

גראדע יא

פרויען וואס אנערקענען זייער סטעטיס אין אונזער קאמיוניטי פילן זיך אראפגעקוקט, און נישט געשעצט.

מיר געבן צו אסאך מער ווי מענטשן ווי דיר געבן קרעדיט.

עס קומט זיך אונז פיל מער אנערקענונג.

אויב מען קען אונז געבן power דורך באזייטיגן א self-inflicted גדר, פארוואס דען נישט.

א גוטן חשובע אידענע. מ'האלט שוין אין די שלושת ימי הגבלה ווי דער פסוק אל תגשו אל אשה גילט שוין, אבער משום חומר הענין האב איך באשלאסן צו ענטפערן.

איך בין עפעס נישט קלאר ווי פונקטליך ס'פעלט 'אנערקענונג' צו די פרויען.

אויב קענט איר מצייר זיין פונקטליך ווי די פרוי באקומט נישט די אנערקענונג אויף די פלאץ ווי דער מאן באקומט עס יא, און וויאזוי טוישן דעם גדר בשייכות מיט תמונות נשים אין פאבליק מאגאזינען גייט העלפן דעם ציהל, וואלט עס היבש צוגעהאלפן צום שמועס.

מ'וועט קענען רעדן עפעס זאכליך אנשטאט אבסטראקטיווע טערמינען.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 5:20 pm#403026
ווען איך זיץ ביי מיין טאטע/שווער און ס'גייט א שמועס, אויב פרעג איך א שאלה, לייג צו צום שמועס, געבן מיין אפיניען, מורמלט זיך שוין די שוואגער אינטער איך זאל שטיל זיין.

ווען איך וויל אריין אין געשעפט פאלט נישט ביי פאר א מאן צו האלטן אפען די טיר, עס זאל נישט אריין האקן אין מיר אדער מיין קערידש. (אבער געוויס ווען א פרוי טראגט שבת וועט ער זיך נעמען שרייען שבת, ווייל א פרוי וועט אוודאי גארנישט צוריק שרייען. )

פרויען אין די חרדישע וועלט דארפן זיין גוטע געטרייע מאמעס און ווייבער, אויב פרובירט מען זיך ארויף בויען אפילו אויף א אויסגעהאלטענעם אויפן ווערט מען פארשריגן.( רחל פרייער און גאנץ עשרת נשים פון הצלה.)

איך דארף נישט בילדער פון פרויען ווייל איך וויל זיי זעהן, נאר ווייל דאס נעמט אונז ארויס פון אונזער פארשטיפטן ווינקל, און צווינגט אייך, הויכגעשעצטע מענער, צו אנערקענען אונזער עקזיסטענץ, און אונזער רעכט דערצו.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 5:20 pm#403028
.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 5:26 pm#403031
Re: צום ערשטן מאל: "תמונה" מאגאזין אין פרינט!
בת קול האט געשריבן:ווען איך זיץ ביי מיין טאטע/שווער און ס'גייט א שמועס, אויב פרעג איך א שאלה, לייג צו צום שמועס, געבן מיין אפיניען, מורמלט זיך שוין די שוואגער אינטער איך זאל שטיל זיין.

איך שטעל מיך פאר אז דיין שוואגער פאלט אפילו נישט ביי עפעס צוצולייגן צום שמועס אויף די פרויען זייט.
בת קול האט געשריבן:ווען איך וויל אריין אין געשעפט פאלט נישט ביי פאר א מאן צו האלטן אפען די טיר, עס זאל נישט אריין האקן אין מיר אדער מיין קערידש. (אבער געוויס ווען א פרוי טראגט שבת וועט ער זיך נעמען שרייען שבת, ווייל א פרוי וועט אוודאי גארנישט צוריק שרייען. )

.

איך זעה כסדר חניאקישע חסידישע יונגעלייט האלטן אפן די טיר פאר פרויען, (און וויפיל יונגעלייט שרייען שבת? פינעף אפשר? )
דאנערשטאג מאי 17, 2018 5:38 pm#403032
בת קול האט געשריבן:ווען איך זיץ ביי מיין טאטע/שווער און ס'גייט א שמועס, אויב פרעג איך א שאלה, לייג צו צום שמועס, געבן מיין אפיניען, מורמלט זיך שוין די שוואגער אינטער איך זאל שטיל זיין..

ביי אונז אידן איז דא א הלכה פון צניעות, ס'איז דא די טרוקענע הלכה וואס איז מותר און וואס איז אסור, און נאכדעם איז דא פרושים וואס זענען מער מחמיר און אלץ איז יסודתם בהררי קודש.

ווען א פרעמדע פרוי וויל מיטשמועסן מיט מענער דהיינו "פארברענגען" אוין א לעבהאפטן שמועס מיט פרעמדע מענער, איז דאס בפשטות אסור עפ"י שו"ע (אזוי געדענק איך), ס'האט גארנישט מיט ווייניג אנערקענונג פאר פרויען, און ס'מיינט נישט אז די פרוי'ס מיינונג איז ווייניגער ווערד, סך הכל קען זי נישט זיין קיין שותף אין פארברענגען שמועס מיט פרעמדע מענער. "רעספעקט" אדער 'אנערקענונג' קומט בכלל נישט אריין דא

בת קול האט געשריבן: ווען איך וויל אריין אין געשעפט פאלט נישט ביי פאר א מאן צו האלטן אפען די טיר, עס זאל נישט אריין האקן אין מיר אדער מיין קערידש..

דאס איז עפ"י רוב א מדות פראבלעם, מענטשען האלטן נישט קיין טיהר פאר מענער אויך נישט, און אויב איינער טוט דאס אלץ פרומקייט, איז ער זיך פשוט טועה ולאו על הכלל כולו יצא, ס'איז א מיעוט מענטשען וואס זענען אזוי.

בת קול האט געשריבן:פרויען אין די חרדישע וועלט דארפן זיין גוטע געטרייע מאמעס און ווייבער, אויב פרובירט מען זיך ארויף בויען אפילו אויף א אויסגעהאלטענעם אויפן ווערט מען פארשריגן.( רחל פרייער און גאנץ עשרת נשים פון הצלה.)

אויב איינער האלט אז עזרת נשים איז א פראבלעם מיט צניעות, מיינט דאס אז ער זוכט צו 'אונטערדרוקן' פרויען? ער וויל פשוט נישט אז זיי זאלן האבן די זעלבע power ווי מענער?. דאס איז א אויסגעטראכטע ליגענט געווארן פארשפרייט דורך או טי די ניקעס וואס זוכן צו מאכן טוישונגען אין די געזעלשאפט. האט נישט קיין שום באזיס אין רעאליטעט!

בת קול האט געשריבן:איך דארף נישט בילדער פון פרויען ווייל איך וויל זיי זעהן, נאר ווייל דאס נעמט אונז ארויס פון אונזער פארשטיפטן ווינקל, און צווינגט אייך, הויכגעשעצטע מענער, צו אנערקענען אונזער עקזיסטענץ, און אונזער רעכט דערצו.

עגעין! איר פיהלט זיך אונטערדרוקט על לא דבר, און דערפאר זוכט איר וועגן וויאזוי זיך צו באפרייען פון די תפיסה וואס עקזעסטירט אין אייער אילוזיע.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 5:45 pm#403033
[quote="אונטער חכם"]
ווען איך זיץ ביי מיין טאטע/שווער און ס'גייט א שמועס, אויב פרעג איך א שאלה, לייג צו צום שמועס, געבן מיין אפיניען, מורמלט זיך שוין די שוואגער אינטער איך זאל שטיל זיין.

איך שטעל מיך פאר אז דיין שוואגער פאלט אפילו נישט ביי עפעס צוצולייגן צום שמועס אויף די פרויען זייט.

די פאונט איז נישט צו יענע שוואגער וואלט אריינגערעדט אין א פרויען שמועס, נאר אז א מאן וואלט מען קיינמאל נישט פארשוויגן.

ווען איך וויל אריין אין געשעפט פאלט נישט ביי פאר א מאן צו האלטן אפען די טיר, עס זאל נישט אריין האקן אין מיר אדער מיין קערידש. (אבער געוויס ווען א פרוי טראגט שבת וועט ער זיך נעמען שרייען שבת, ווייל א פרוי וועט אוודאי גארנישט צוריק שרייען. )

איך זעה כסדר חניאקישע חסידישע יונגעלייט האלטן אפן די טיר פאר פרויען,

און וואס טוסטו?

(און וויפיל יונגעלייט שרייען שבת? פינעף אפשר? )

פארוואס שרייען זיי נישט אויף מענער?
דאנערשטאג מאי 17, 2018 6:01 pm#403034
יעקב מענטש האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:ווען איך זיץ ביי מיין טאטע/שווער און ס'גייט א שמועס, אויב פרעג איך א שאלה, לייג צו צום שמועס, געבן מיין אפיניען, מורמלט זיך שוין די שוואגער אינטער איך זאל שטיל זיין..

ביי אונז אידן איז דא א הלכה פון צניעות, ס'איז דא די טרוקענע הלכה וואס איז מותר און וואס איז אסור, און נאכדעם איז דא פרושים וואס זענען מער מחמיר און אלץ איז יסודתם בהררי קודש.

ווען א פרעמדע פרוי וויל מיטשמועסן מיט מענער דהיינו "פארברענגען" אוין א לעבהאפטן שמועס מיט פרעמדע מענער, איז דאס בפשטות אסור עפ"י שו"ע (אזוי געדענק איך), ס'האט גארנישט מיט ווייניג אנערקענונג פאר פרויען, און ס'מיינט נישט אז די פרוי'ס מיינונג איז ווייניגער ווערד, סך הכל קען זי נישט זיין קיין שותף אין פארברענגען שמועס מיט פרעמדע מענער. "רעספעקט" אדער 'אנערקענונג' קומט בכלל נישט אריין דא

בת קול האט געשריבן: ווען איך וויל אריין אין געשעפט פאלט נישט ביי פאר א מאן צו האלטן אפען די טיר, עס זאל נישט אריין האקן אין מיר אדער מיין קערידש..

דאס איז עפ"י רוב א מדות פראבלעם, מענטשען האלטן נישט קיין טיהר פאר מענער אויך נישט, און אויב איינער טוט דאס אלץ פרומקייט, איז ער זיך פשוט טועה ולאו על הכלל כולו יצא, ס'איז א מיעוט מענטשען וואס זענען אזוי.

בת קול האט געשריבן:פרויען אין די חרדישע וועלט דארפן זיין גוטע געטרייע מאמעס און ווייבער, אויב פרובירט מען זיך ארויף בויען אפילו אויף א אויסגעהאלטענעם אויפן ווערט מען פארשריגן.( רחל פרייער און גאנץ עשרת נשים פון הצלה.)

אויב איינער האלט אז עזרת נשים איז א פראבלעם מיט צניעות, מיינט דאס אז ער זוכט צו 'אונטערדרוקן' פרויען? ער וויל פשוט נישט אז זיי זאלן האבן די זעלבע power ווי מענער?. דאס איז א אויסגעטראכטע ליגענט געווארן פארשפרייט דורך או טי די ניקעס וואס זוכן צו מאכן טוישונגען אין די געזעלשאפט. האט נישט קיין שום באזיס אין רעאליטעט!

בת קול האט געשריבן:איך דארף נישט בילדער פון פרויען ווייל איך וויל זיי זעהן, נאר ווייל דאס נעמט אונז ארויס פון אונזער פארשטיפטן ווינקל, און צווינגט אייך, הויכגעשעצטע מענער, צו אנערקענען אונזער עקזיסטענץ, און אונזער רעכט דערצו.

עגעין! איר פיהלט זיך אונטערדרוקט על לא דבר, און דערפאר זוכט איר וועגן וויאזוי זיך צו באפרייען פון די תפיסה וואס עקזעסטירט אין אייער אילוזיע.

אויב שמועסן איז נישט אויסגעהאלטען, וואס פונקטליך טוסטו יעצט?
מיין פאונט איז אז א מאן וואלט מען נישט פארשוויגן.

גראדע זענען דא מענער וואס האלטן נישט די טיר ווייל זייער חניקישקייט מאכט זיי בלינד צו אונז.

און יא, עס איז זיכער מער צניעות'דיג אז א הצלה מאן זאל דעליווערן מיין בעיבי.

זאכן ווי דרייוון א קאר, זינגען אין פאבליק, נישט דארפן טראגן א פארשוויצטע קאפ צודעק, און נאר דארפן ארויסנעמען די מיסט יעדן טאג, איז עפעס וואס דו נעמסט צופיל פארגרענטעד.

דו דארפסט נישט פארטיידיגן יעדע אומרעכט. יא, פרויען זענען די אראפגעקוקטע אין אונזער געזעלשאפט. עס זענען דא פילע זאכן וואס הלכה וועט קיינמאל ערלויבן צו טוישן, אבער וואס מען קען יא, האט נישט קיין שום זין מען זאל זיי אנהאלטן.

ווי לאנג מען וועט אונז פארשטעקן, וועלן די שטארקע און אינטעליגענטע פון אונז, אראפגיין פון וועג.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 9:15 pm#403052
בת קול האט געשריבן:
אויב שמועסן איז נישט אויסגעהאלטען, וואס פונקטליך טוסטו יעצט?
זיך שרייבן מיט אן אומבאקאנטע איז ביי אייך די זעלבע זאך ווי פארברענגען פערזענליך?
מיין פאונט איז אז א מאן וואלט מען נישט פארשוויגן.
הייפעטעטיקלי? קען זיין. אבער אין די פרומע געזעלשאפט וועט זיך א מאן נישט דערוואגן אריינצורעדן.
גראדע זענען דא מענער וואס האלטן נישט די טיר ווייל זייער חניקישקייט מאכט זיי בלינד צו אונז.
אינטערעסאנט אז איר שפירט אזוי, ווייל איך קען אייך גאראנטירן אז דער כאניאקישע אינגערמאן שפירט גאר פארקערט. ער שפירט זיך ווי אין פעקל דווקא די פרוי איז אין זיין מח מער באפרייט און קען שפאצירן וואו אימער, און ער איז פארנומען א גאנצע צייט זיך היטן. אויסער די פאר צעווילדעוועטע וואס זענען כסדר פארנומען קלעבן צעטלעך מיט אנווייזונגען פאר די פרויען, זענען די רוב כאניאקישע איגעלייט דווקא דאס פארקערטע (היות פון צווישן אייערע תגובות איז משמע אז איר זענט נאנט פארבינדן מיט (פארמעקט), איז אדרבה, איר האט מסתמא ביי וועם צו פרעגען און נאכגיין וויאזוי זיי שפירן, איר וועט זיין איבעראשט.
און יא, עס איז זיכער מער צניעות'דיג אז א הצלה מאן זאל דעליווערן מיין בעיבי.
אמת. אבער איך בין נישט זיכער אז די מערכה האט געהאט צו טוהן מיט דעם פאקט אז דאס איז געווען פרויען. איך גלויב אז אויב איך וואלט געעפנט א קאנקורענט צו הצלה וואלט די מערכה געווען די זעלבע (איך מאך נישט אוועק הצלה ח"ו, עס איז זייער נארמאל פאר סיי וועם אין עסקנות אזוי צו רעאגירן, ווייל א עסקן איז בטבע אזא איינער וואס פארלאזט זיך נישט אויף אנדערע, ווען נישט וואלט ער קיינמאל קיין עסקן געווארן נאר זיך פארלאזט אויף אנדערע. כאטשיג עס איז פארט אומגערעכט)
זאכן ווי דרייוון א קאר,

זינגען אין פאבליק,
הלכה
נישט דארפן טראגן א פארשוויצטע קאפ צודעק,
די מענער ביי חסידים האבן עפעס א לייכטערע טראגע?
און נאר דארפן ארויסנעמען די מיסט יעדן טאג,
איך וויל אייך נישט מאכן קיין שלום בית פראבלעמען, אבער ביי מיר, מיין טאטען, מיין שווער, אין שטוב איז דאס אויסדרוקליך דעם מאנס דזשאב. איך ווייס נישט פון וואנעט איר נעמט אז ביי די אלגעמיינע חרדי'שע געזעלשאפט איז דאס דווקא די פרוי.
איז עפעס וואס דו נעמסט צופיל פארגרענטעד.

דו דארפסט נישט פארטיידיגן יעדע אומרעכט. יא, פרויען זענען די אראפגעקוקטע אין אונזער געזעלשאפט. עס זענען דא פילע זאכן וואס הלכה וועט קיינמאל ערלויבן צו טוישן, אבער וואס מען קען יא, האט נישט קיין שום זין מען זאל זיי אנהאלטן.

ווי לאנג מען וועט אונז פארשטעקן, וועלן די שטארקע און אינטעליגענטע פון אונז, אראפגיין פון וועג.
איר שיינט צו זיין אינטעליגענט, בלייבט מיר נאר איבער צו וואונטשן איר זאלט נישט זיין שטארק.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 9:39 pm#403053
@ריכטיג
אייער לעצטע זאץ ברענגט ארויס מיין פוינט.

וואס האט עטץ אזוי מורא פון פרויען וואס האבן א שטארקע כאראקטער?
דאנערשטאג מאי 17, 2018 9:51 pm#403057
איך זעה אז מ'נעמט דא מיינע עקזעמפלען אין מען צולייגט עס ביז מען פארגעסט מיין פונקט.
יא, פרויען זענען נישט אויף די זעלבע לעוועל ווי מענער. איך האב קלאר געזאגט אז אסאך האט צו טוהן מיט הלכה וואס וועט זיך קיינמאל נישט טוישן.

אבער דאס וואס האט נישט מיט הלכה, און מען וויל נישט טוישן, ווייזט קלאר אויף אינדעווידיאלן וואס האבן א פראבלעם מיט געבן power פאר פרויען.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:02 pm#403058
בת קול האט געשריבן:@ריכטיג
אייער לעצטע זאץ ברענגט ארויס מיין פוינט.

וואס האט עטץ אזוי מורא פון פרויען וואס האבן א שטארקע כאראקטער?

גארנישט מיט פרויען, כ'האב זיך באצויגן צו אייער טענה אז שטארק+אינטעליגענט=אראפ פון וועג, כ'האב מורא אז איר וועט אפפארן.

---
אין אישי זענט איר מעורר אז איך האב נישט גוט אפגעלייענט אייער טענה בנוגע ארויסטראגן די מיסט, גערעכט, איך ציה צוריק.

אבער פארט קוקט אויס ווי איר פארזעהט אז דעם עול הפרנסה איז עפ"י רוב ביי חסידים גענצליך דעם מאנס דאגה, נעמטס דאס נישט פאר גרענטעד.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:02 pm#403059
בת קול האט געשריבן:יא, פרויען זענען נישט אויף די זעלבע לעוועל ווי מענער. איך האב קלאר געזאגט אז אסאך האט צו טוהן מיט הלכה וואס וועט זיך קיינמאל נישט טוישן.

זייער אסאך אזויגערופענע 'הלכות' וואס מאכן פרויען זיך פילן אראפגעקלאפט, זענען מער א סאסייעטי זאך ווי הלכה. און דאס אז ס'דא פרויען וואס פילן זיך אראפגעקלאפט, דאס מאכט אז זיי זאלן אנקוקן די עכטע הלכות ווי סעקסיסט, וואס באמת זענען זיי גארנישט אזוי. די פראבלעם איז אז זיי זענען פראגרעמד צו אנקוקן אידישקייט אלץ סעקסיסט, מילא קוקן זיי אלעס אן מיט סעקסיסט גלעזער.

בת קול האט געשריבן:אבער דאס וואס האט נישט מיט הלכה, און מען וויל נישט טוישן, ווייזט קלאר אויף אינדעווידיאלן וואס האבן א פראבלעם מיט געבן power פאר פרויען.

ס'איז נאריש צו טראכטן אז מענער וועלן זיין גרייט אויפצוגעבן אויף זייער סופרעמיסי אזוי גרינג. און די זאלסט זיך נישט איינרעדן אז פרויען זענען צופיל בעסער אין דעם הינזיכט, זיי וויסן אז ס'געווען קולטורן ווי פרויען זענען געווען די אויבערשטע פון שטייסל און זיי האבן געהאט סאציאלע הלכות וואס האבן אונטערדריקט מענער.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:34 pm#403067
ווער דארף קויפן די בלימען פאר שבועות? און וויפיל?
פרייטאג מאי 18, 2018 12:19 am#403076
איך וואלט ווען געענטפערט פאר בת קול ווען איך וואלט געווען זיכער אז דאס איז טאקע א בת קול. די שריפט און שפראך זעהט מיר אויס מער ווי א בס קול ממילא איז נישט אינטערעסאנט צו רעדן צו איינעם וואס שטעלט זיך פאר אז ער ווייסט וואס עס באדערט פאר אונזערע אידישע פרויען.
פרייטאג מאי 18, 2018 12:28 am#403077
Re: צום ערשטן מאל: "תמונה" מאגאזין אין פרינט!
בן אדם האט געשריבן:ווער דארף קויפן די בלימען פאר שבועות? און וויפיל?

איך בין געוואר געווארן הערשט נאך די ערשטע שבועות נאך מיין חתונה, אז די מאן דארף עס קויפן, און עס איז כמו מתנה לכבוד די ווייב.
איך האב מיך עס אויסגעלערנט אויף די שווערע וועג, וד"ל
פרייטאג מאי 18, 2018 9:57 am#403093
ריכטיג האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:@ריכטיג
אייער לעצטע זאץ ברענגט ארויס מיין פוינט.

וואס האט עטץ אזוי מורא פון פרויען וואס האבן א שטארקע כאראקטער?

גארנישט מיט פרויען, כ'האב זיך באצויגן צו אייער טענה אז שטארק+אינטעליגענט=אראפ פון וועג, כ'האב מורא אז איר וועט אפפארן.

אדער קען מען שטיצן אזא פראיעקט ווי דאס וואס דער פותח האשכול ברענגט.
פרייטאג מאי 18, 2018 9:58 am#403094
בן אדם האט געשריבן:ווער דארף קויפן די בלימען פאר שבועות? און וויפיל?

Is this the Jewish version of how much is a watermelon in China?
פרייטאג מאי 18, 2018 10:19 am#403100
טמיר האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:ווער דארף קויפן די בלימען פאר שבועות? און וויפיל?

איך בין געוואר געווארן הערשט נאך די ערשטע שבועות נאך מיין חתונה, אז די מאן דארף עס קויפן, און עס איז כמו מתנה לכבוד די ווייב.
איך האב מיך עס אויסגעלערנט אויף די שווערע וועג, וד"ל

זאג טמיר, דו האסט שוין ריקאוועד פין שפירן זיך אונטערדרוקט?
פרייטאג מאי 18, 2018 11:20 am#403104
ושמחת בחגך אשה בעלה משמחה
פרייטאג מאי 18, 2018 11:50 am#403110
@בת קול

@ריכטיג האט שוין מער ווייניגער געענטפערט אויף אייערע טענות, און איך האב נישט קיין טענות אויב ס'איז אייך שווער געוויסע זאכן וואס ביי אונזער סאסייעטי ליגט דאס אויף די פרויען, אבער איך האב מיך מער באצויגן צו די מסקנה וואס איר ציהט פון דעם, אז דאס ווייזט אז פרויען זענער אונטערדרוקט. אנטשולדיגט אבער איך זעה עס נאכנישט, און איך בין גערן גרייט זיך צו לאזן ווערן אויפגעוויזן אז דאס איז די קעיס.

איר דערמאנט קאפ צודעק, איז דאס עפעס וואס האט צו טוהן מיט אונטערדיקונג? אדער איז דאס א הלכה/חומרא וואס דער עולם פירט זיך אזוי (יעדער אויף זיין מדריגה)??
אפגעזעהן צו איר האט גלייכט עס אדער נישט, קומט דאס נישט פון גרינגשעצונג צו די נשים נאר א טרוקענע הלכה.

ביי אונזער עולם האט יעדער אסאך קינדער, און נאטורליך איז אז די מאן גייט ברענגען פרנסה און די פרוי נעמט קעיר פון די קינדער (איר ווילט זיך טוישן? איך בין מסכים!), ווייל אזוי האט דער אייבערשטער מטביע געווען אז יעדער פון די צוויי מינים איז מער געאייגענט צו די ספעציפישע ארבעט. מיינט דאס אז פרויען זענען אונטערדרוקט??
און אסאך פעלער ווי דער מאן ברענגט נישט די פרנסה, אדער ס'האט זיך אזוי געפיהרט אז די פרוי איז מער ביכולת צו ברענגן געלט, האט איינער שוין אמאל געהאט א פראבלעם צו גיין ארבעטן? אדער עפענען אן אייגענע ביזנעס? איר קען הרב טודרוס זילבער שליט"א ווייב? איר קענט די פרוי וואס פיהרט אן the lingerie shop אין בארא פארק (פארגעסן איר נאמען אויף די מינוט)? איר קענט מרת. לעפקאוויטש פון די דזשולערי סטאר ביי 13th עוו.? וכהנה וכהנה.

ס'קוקט אייך אויס אז איינער דא איז אונטערדרוקט?

איך ווארט צו הערן!

אגב, וויאזוי וואלט איר אנגעקוקט ווען א פרעמדער מאן שופט אריין זיין נאז צווישן א קופקע פרויען און האלט מיט די דיסקוסיע? איר וואלט דאס אויך אפגעטיישט אז מ'וויל נישט הערן דעם מאנ'ס געדאנק? מ'שעצט נישט זיין אפיניאן?
פרייטאג מאי 18, 2018 3:30 pm#403121
יעקב מענטש האט געשריבן:@בת קול

@ריכטיג האט שוין מער ווייניגער געענטפערט אויף אייערע טענות, און איך האב נישט קיין טענות אויב ס'איז אייך שווער געוויסע זאכן וואס ביי אונזער סאסייעטי ליגט דאס אויף די פרויען, אבער איך האב מיך מער באצויגן צו די מסקנה וואס איר ציהט פון דעם, אז דאס ווייזט אז פרויען זענער אונטערדרוקט. אנטשולדיגט אבער איך זעה עס נאכנישט, און איך בין גערן גרייט זיך צו לאזן ווערן אויפגעוויזן אז דאס איז די קעיס.

איר דערמאנט קאפ צודעק, איז דאס עפעס וואס האט צו טוהן מיט אונטערדיקונג? אדער איז דאס א הלכה/חומרא וואס דער עולם פירט זיך אזוי (יעדער אויף זיין מדריגה)??
אפגעזעהן צו איר האט גלייכט עס אדער נישט, קומט דאס נישט פון גרינגשעצונג צו די נשים נאר א טרוקענע הלכה.

די קרוין פון א מיידל איז איר האר. אויב איר פארשטייט נישט וואס עס טוהט פאר א פרוי ווען זי דארף דאס אפשערן, קען איך גארנישט זאגן.

ביי אונזער עולם האט יעדער אסאך קינדער, און נאטורליך איז אז די מאן גייט ברענגען פרנסה און די פרוי נעמט קעיר פון די קינדער (איר ווילט זיך טוישן? איך בין מסכים!), ווייל אזוי האט דער אייבערשטער מטביע געווען אז יעדער פון די צוויי מינים איז מער געאייגענט צו די ספעציפישע ארבעט. מיינט דאס אז פרויען זענען אונטערדרוקט??

אויב מען לאזט נישט צו טויש, איז דאס אינטערדריקונג.

און אסאך פעלער ווי דער מאן ברענגט נישט די פרנסה, אדער ס'האט זיך אזוי געפיהרט אז די פרוי איז מער ביכולת צו ברענגן געלט, האט איינער שוין אמאל געהאט א פראבלעם צו גיין ארבעטן? אדער עפענען אן אייגענע ביזנעס? איר קען הרב טודרוס זילבער שליט"א ווייב? איר קענט די פרוי וואס פיהרט אן the lingerie shop אין בארא פארק (פארגעסן איר נאמען אויף די מינוט)? איר קענט מרת. לעפקאוויטש פון די דזשולערי סטאר ביי 13th עוו.? וכהנה וכהנה.

עפענען א געשעפטל איז נישט די איינציגסטע פאזיציע פון power.

ס'קוקט אייך אויס אז איינער דא איז אונטערדרוקט?

איך ווארט צו הערן!

אגב, וויאזוי וואלט איר אנגעקוקט ווען א פרעמדער מאן שופט אריין זיין נאז צווישן א קופקע פרויען און האלט מיט די דיסקוסיע? איר וואלט דאס אויך אפגעטיישט אז מ'וויל נישט הערן דעם מאנ'ס געדאנק? מ'שעצט נישט זיין אפיניאן?

איך וואלט אים נישט פארשוויגן.
פרייטאג מאי 18, 2018 5:06 pm#403125
.
פרייטאג מאי 18, 2018 5:11 pm#403126
ס'איז 'טיפשות'דיג ביז גאר צו זאגן אז די ועד ארבע ארצות האט געמאכט די תקנה פון שערן די האר ווייל זיי האבן געוואלט אונטערדריקן פרויען. וואס יא, ווען פרויען וואלטן געהאט א ווארט וואלטן זיי עס נישט געקענט מאכן. און אויב דו ווילסט זיך פארשטעלן וויאזוי ס'פילט זיך אפצוגאלן די קאפ, שטעל זיך פאר אז דו דארפסט זיך אפגאלן די גאנצע קאפ, בארד און פיאות אריינגערעכנט. און ס'דא א סיבה פארוואס בעלזע רב האט געזאגט אז ווען א כלה שערט זיך אפ די האר איז עס אזויווי זי איז מקריב א קרבן.
פרייטאג מאי 18, 2018 5:40 pm#403128
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און ס'דא א סיבה פארוואס בעלזע רב האט געזאגט אז ווען א כלה שערט זיך אפ די האר איז עס אזויווי זי איז מקריב א קרבן.

מיט דעם האביך פארענטפערט פארוואס ס׳איז נישט קיין חציצה ביי די טבילה פאר חתונה אפילו ס׳איז עומד ליקצות וויבאלד זי וויל נישט נאר מ׳צווינגט איר ודו"ק. ועי׳ חת"ס תי׳ אחר.
פרייטאג מאי 18, 2018 5:55 pm#403129
:like ביזט א פיינע לץ, כמותך ירבו בישראל.
דינסטאג מאי 22, 2018 2:00 am#403142
Re: צום ערשטן מאל: "תמונה" מאגאזין אין פרינט!
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און אויב דו ווילסט זיך פארשטעלן וויאזוי ס'פילט זיך אפצוגאלן די קאפ, שטעל זיך פאר אז דו דארפסט זיך אפגאלן די גאנצע קאפ, בארד און פיאות אריינגערעכנט.

אי משום הא קענסטו זעהן אז אסאך גוים גאלן זיך אפ דעם גאנצן קאפ, און האבן נישט קיין שום פראבלעם דערמיט , ווייל ביי זייער סביבה הייסט עס שיין.
מיטוואך מאי 23, 2018 4:58 pm#403254
@flatbushgirl רעדט איבער girl power.
m https://www.instagram.com/p/BicUmw2gw4h/ m
מיטוואך מאי 23, 2018 9:25 pm#403275
אונטער חכם האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און אויב דו ווילסט זיך פארשטעלן וויאזוי ס'פילט זיך אפצוגאלן די קאפ, שטעל זיך פאר אז דו דארפסט זיך אפגאלן די גאנצע קאפ, בארד און פיאות אריינגערעכנט.

אי משום הא קענסטו זעהן אז אסאך גוים גאלן זיך אפ דעם גאנצן קאפ, און האבן נישט קיין שום פראבלעם דערמיט , ווייל ביי זייער סביבה הייסט עס שיין.

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, די פאקט איז אז פאר אסאך פרויען איז די זיך אפשערן די האר א מסירות נפש.
זונטאג מאי 27, 2018 12:08 pm#403514
געקויפט דעם אויסגאבע, געשיקט אן אימעיל איבער דער ריבוי השמות, זיי האבן זיך אנטשולדיקט און צוגעזאגט צו שטיין על המשמר.
זונטאג מאי 27, 2018 12:17 pm#403516
כוכב האט געשריבן:געקויפט דעם אויסגאבע, געשיקט אן אימעיל איבער דער ריבוי השמות, זיי האבן זיך אנטשולדיקט און צוגעזאגט צו שטיין על המשמר.

געקויפט פאר דיר? אדער פאר דיין בעסערע האלב? (און אפשר ביזטו גאר די בעסערע האלב...)

וואס איז דאס ריבוי השמות?
זונטאג מאי 27, 2018 2:22 pm#403529
געקויפט פאר מיין טאכטער (נישט געווען איבעריג אימפרעסד). די מאגאזין האט געהאט גאנצע פסוקים און ביי איין פלאץ האבן זיי גענוצט א בלאט פון א ספר פאר א בארדער דעזיין.
מיטוואך מאי 30, 2018 10:09 pm#404034
בת קול האט געשריבן:@flatbushgirl רעדט איבער girl power.
https://www.instagram.com/p/BicUmw2gw4h/

וואס זאגט זי דארט?
מיטוואך מאי 30, 2018 10:59 pm#404049
Re: צום ערשטן מאל: "תמונה" מאגאזין אין פרינט!
אונטער חכם האט געשריבן:אי משום הא קענסטו זעהן אז אסאך גוים גאלן זיך אפ דעם גאנצן קאפ, און האבן נישט קיין שום פראבלעם דערמיט , ווייל ביי זייער סביבה הייסט עס שיין.

איז ביסטו גרייט זיך אפצוגאלן דעם גאנצן קאפ ווייל עס איז דא א גוי ערגעצוואו וואס גייט האלטן עס איז שיין?
דאנערשטאג מאי 31, 2018 7:34 pm#404165
נו, ווען קומט שוין ארויס די נעקסטע? כ'קען קוים ווארטן אויף די לעדי אויפן קאווער! זייט די לעצטע תמונה מאגאזין האלט איך מיך איין פון קוקן אויף די אויסגעלאסענע פרויען אויף די הייוועי אדווערטייזמענטס.
פרייטאג יוני 01, 2018 10:47 am#404275
Re: צום ערשטן מאל: "תמונה" מאגאזין אין פרינט!
החוקר האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:אי משום הא קענסטו זעהן אז אסאך גוים גאלן זיך אפ דעם גאנצן קאפ, און האבן נישט קיין שום פראבלעם דערמיט , ווייל ביי זייער סביבה הייסט עס שיין.

איז ביסטו גרייט זיך אפצוגאלן דעם גאנצן קאפ ווייל עס איז דא א גוי ערגעצוואו וואס גייט האלטן עס איז שיין?

איך בין נישט גרייט ווייל אין מיין סביבה איז נישט אנגענומין אז מענער זאלן זיך אפגאלן דעם קאפ אבער אין מיין סביבה איז יא אנגענומען אז פרויען זאלן זיך אפגאלן דעם קאפ.
פרייטאג יוני 01, 2018 11:42 am#404279
אונטער חכם האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און אויב דו ווילסט זיך פארשטעלן וויאזוי ס'פילט זיך אפצוגאלן די קאפ, שטעל זיך פאר אז דו דארפסט זיך אפגאלן די גאנצע קאפ, בארד און פיאות אריינגערעכנט.

אי משום הא קענסטו זעהן אז אסאך גוים גאלן זיך אפ דעם גאנצן קאפ, און האבן נישט קיין שום פראבלעם דערמיט , ווייל ביי זייער סביבה הייסט עס שיין.

א גוטע קשיא, אבער די פאקט איז אז אסאך פרויען האבן עס נישט ליב. ותישבי יתרץ קושיות ואיבעיות.
זונטאג יוני 03, 2018 7:37 am#404421
Re: צום ערשטן מאל: "תמונה" מאגאזין אין פרינט!
m https://twitter.com/YiddisheA2017/statu ... 03040?s=19 m

1. If you're in the chasidic community and criticize yeshivos: kids get thrown out of school.
2. If you criticize anonymously: "Not listening; you're anonymous."
3. If you leave and criticize: "Shut up! You're not part of the community."

And so the cycle of ignorance continues.

אזוי גייט די סייקל איבער און איבער פון אשכול צי אשכול, אויף אלע נושאים די זעלבע טאקטיק,
1. מען טאר נישט לייגן קיין בילדער פון קיין פרויען,
2. בעצם מעג מען יא,
3. דארפסט א בילד??? פארוואס? (עס איז נאריש).

עדוקעטישיאן.
1. מען טאר נישט לערנען לימודי חול,
2. בעצם מעג מען יא,
3. פארוואס זאל מען לערנען,

וחוזר וחוזר, אזוי ווי א loop אין א נישט גוט געשריבענע פראגראם אין האלט זיך אין איין איבערחזרן, און די חכמה איז וויאזוי יענעם צי פארשווייגן, און דערנאך שלום עלי נפשי, צי טוען זאכן דארף מען נישט זיין גערעכט, עס דארף זיין "ריכטיג" אויב לערנען עדוקעטישיאן מיט קינדער איז "ריכטיג" דארף מען דאס טוען, אפילו מען קען נישט אויפווייזן אז עס גייט צוברענגען 314 דזשאבס א חודש, אויב א האלב פון אינזער קאמיוניטי זענען פרויען און מיר אלץ מענער זענען קובע די כללים און מיר רעכענען זיי נישט אריין אין *למשל* בילדער, -איז עס נישט"ריכטיג"-.