דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:07 am#402943
וואו איז אונזער שטימע? ווילן מיר עפעס פון "שומרים"?

העניך, קאווע שטיבל
עס וואונדערט אסאך מאל צי ווי א געמיינדע זענען מיר ווי א חרש שאינו מדבר. האבן מיר א שטימע? האבן מיר מיינונגען? ווילן מיר עפעס? האבן מיר פארלאנגען?
ס'טוט זיך א טומל וועגן עדיוקעישאן, און דווקא איינער וואס איז מער נישט במחנינו פירט די מערכה. אין מיינע שמועסן מיט משפחה, חברים וידידים ווייס איך אז א גרויסער פראצענט פון אונזער ציבור ווייסט אז דער מצב פון לימודי חול אין די מוסדות איז א חורבן און א געפערליכע עוולה. אבער ווי ווייט מיר ווילן א שינוי לטובה בלייבט א מיסטעריע. ווילן מיר טאקע, אדער לעבט העניך אין דמיונות? איז אלעס פערפעקט פיין ווי משה דוד נידערמאן שרייט, און איז דער ציבור מסכים מיט אים? מיר ווייסן גארנישט קלאר ווייל קיינער רעדט נישט. מיר זענען שטים.
ווי וויכטיג עדיוקעישאן איז, ווערט אונזער שטימקייט פראבלעם נאך שארפער דערקענט ווען עס קומט צו זאכן וואס זענען ממש סכנת נפש ונשמה. פאריגע וואך איז ארעסטירט געווארן אן איש מכובד במחנינו אויף שרעקליכע באשולדיגונגען פון מאנס זיין א 15-יעריג אידיש מיידל אין לויף פון א תקופה פאר עטליכע חדשים צוריק. דער דאזיגער איד איז נישט סתם א פערזענליכקייט, נאר דער סאמע פירער פון דער בארא-פארקער "שומרים" ארגאניזאציע וואס ברויך צו באהיטן אונזער געמיינדע פון ממש אזעלכע שוידערליכע פארברעכנס.
ווער עס האט געלייענט די באריכטן ווייסט אז די באשולדיגונגען זענען נישט קיינע קאליקעס. זיי זענען פעסט באזירט אויף רעקארדירונגען און אנדערע ראיות. אמת, דאס זענען נאר באריכטן, און אמת, מיר ווייסן אז "אינאסענט אנטיל פרואוון גילטי," און דערפאר הערט איר מיך נישט שרייען אז מ'דארף דעם איד שוין אריינשפארן אין טורמע – ס'איז קלאר אז ער דארף דורכגיין א געהעריגן משפט.
אבער אין דער גאנצער ציוויליזירטער וועלט ווייסט מען אז ווען ערנסטע באשולדיגונגען קומען ארויס אויף א מענטש וואס איז אין א מצב פון מאכט, הייבט מען אויף א ויצעקו. די באשולדיגונגען קעגן ניו-יארק אטוירני דזשענעראל עריק שניידערמאן זענען ווייט נישט געווען אזוי הארב ווי אויף אונזער שומרים-פירער, אבער די נאטירליכע רעאקציע איז געווען א ויצעקו פונעם פאלק, א דעקלעראציע פון מענטשן אין מאכט ווי גאווערנאר קאומא, און א רעזיגנאציע פונעם באשולדיגטן.
די באשולדיגונגען קעגן דעם בארא-פארקער איד זענען נישט סתם א קוריאז, נאר א קריזיס ממש! דא רעדט מען פון דעם מענטש וואס שטייט אין שפיץ פון דער ארגאניזאציע וואס דארפן היטן רואיגקייט, געזעצליכקייט, און מאראלישקייט אין דעם אידישן בארא פארק. דאס איז דער מענטש וואס האלט מיט יעדע פריוואטע געשיכטע אין שטאט, אלע פערזענליכע פראבלעמען, אלע אינדיווידועלע קריזיסן, יעדע שמוץ, יעדע טרויער און צער. צו הערן אז דער מענטש אליין איז עלול אויף אזא שרעקליכן פארברעכן קעגן א אידישער טאכטער דארף צעטרייסלען יעדן אידיש הארץ!
אבער וואס טוט זיך ביי אונז? די שטילקייט איז דאך ממש שוידערליך. איך רעד שוין נישט פון דעם פאקט אז קיין שום רב אדער עסקן שפירט נישט ווי ער דארף עפעס טון אדער זאגן וועגן אזא קריזיס. אבער וואו זענען מיר?! זענען מיר אקעי אז דער מענטש זאל ווייטער שטיין אין שפיץ פון שומרים? איז ער נאך בכלל אין שפיץ פון שומרים? קען איך טראסטן שומרים? זענען מיר אקעי אז ער זאל קענען זיך דרייען צווישן אונז און האבן צוטריט צו נאך פאטענציאלע קרבנות? זענען מיר אקעי אז די אלע וואס ווייסן וואס גייט פאר און זאגן און טוען גארנישט, זאלן ווייטער זיצן שטיל ווי כאילו עס מיינט נישט זיי און עס מיינט נישט אונז?
איך ברעך מיך קאפ און איך פרוביר צו פארשטיין די אלע עסקנים וואס לאזן זיך הערן אויף זייערע פלאטפארמעס אויף טוויטער און אנדערע מקומות. איך קען זיי נישט איינטיילן וואס זאל זיי יא שטערן און וואס נישט. אהרן ווידער און אנדערע מעגן ווערן צעטרייסלט ווען מאסטער וויל איינפירן שינויים אין לימודי חול אבער נישט ווערן צעטרייסלט ווען אונזער באשולדיגטער איז דער פירער פון שומרים. אבער וואס גייט פאר אין זייער מוח? קעירן זיי באמת נישט? האבן זיי באמת מער מורא אויף דעם עתיד פון זייערע קינדער אויב ישיבות וועלן לערנען מער לימודי חול ווי אז מאנסים פון 15-יעריגע זאלן נישט ווערן פארשריגן און פארדאמט און בלייבן אין מאכט-פאזיציעס?
איך מיין אז ווען מ'רעדט פונעם ציבור איז נישט קיין שאלה אז יעדער נארמאלער מענטש איז צעשוידערט פון די באריכטן, און וויל אן ענטפער פון שומרים און אונזערע עסקנים. די פראגע איז נאר וואו מיר זענען. וואו איז אונזער שטימע?
ווי קען זיין אז דאס אויסדערוועלט פאלק וואס גייט אט אט פייערן דעם אתה בחרתנו זאל נישט קענען הייבן א שטימע ווען עס קומט צו דאס סאמע ערגסטע? ווי קען זיין אז א פאלק וואו מ'איז אפגעהיטן מיט כל מיני זהירות אפילו אויף אן אבק פון א מנהג, זאל זיך נישט קענען עפענען דעם מויל ווען די שומרים ארגאניזאציע – א יסוד פון אונזער פיזישער און מאראלישער סעיפטי אין די לעצטע 40 יאר – איז אונטער אזא שרעקליכער פראגע-צייכן?
נאר די טמא'נע גוים פון אלע שיכטן פון פאלק פארשטייען אז שניידערמאן דארף רעזיגנירן פאר'ן פאטשן א פאר פרויען, אבער מיר, דער עם הנבחר, קריכן אריין אין מייזן-לעכער ווען אונזערס א קאמיוניטי פירער ווערט באשולדיגט אין מאנס זיין א 15-יעריג מיידל?!
קעירן מיר פאר אונזער קדושה אדער נישט? קעירן מיר פאר דעם וואוילזיין פון אונזערע קינדער אדער נישט? האבן מיר א שטימע אדער נישט?