דאנערשטאג מאי 24, 2018 3:34 pm#403353
טרייסל: דעמאגראפיק פון סאטמאר-מהר"א פאלט שטארק
אין א צייט וואס כלל ישראל מאכט מיט מבית ומבחוץ, וויל יעדער נאר הערן בשורות טובות אז קהילות קדושות פארגרעסערן זיך, און אז אמאליגע ערטער וואקסן אויס און קענען שוין נישט פארנעמען דעם פארגרעסערטן ציבור. ווען מען הערט אז א קהילה קדושה דארף בויען א נייעם ביהמ"ד צוליב אפס מקום, וואקסט יעדן איד'ס הארץ פון פרייד אז דאס חרדישן אידנטום וואקסט און בליט לשם ולתפארת.
דערפאר איז אויפגענומען מיט גרויס טרייסל און ווייטאג די נייעס אז קהילת סאטמאר תחת דגלו פון האדמו"ר הגה"ק ר' אהרן האט דראסטיש געדארפט רעדוצירן דאס פלאץ פאר איר'ס א צוזאמקום כדי צו קענען אנפילן א זאל.
עס געדענקט זיך נאך גוט וועגן די זעלבע קהילה קדושה האט געמאכט ריזיגע צוזאמקונפטן אין דער גיגאנטישער ארמארי געביידע, וואו צענדליגער טויזנטער אידן האבן זיך באטייליגט ביי פארשידענע מאורעות -- יסוד איתן, חתונות, כ"א כסליו, וכו'. ביי יעדער פון די מסיבות איז דער ארמארי אנגעפילט געווארן מיט רבבות אלפי ישראל, צענדליגער טויזנטער חסידי סאטמאר, אזש אפילו אריבער 50,000 באטייליגטע ביי איינער פון די גרויסע חתונות בבית המלכות, ווי דעמאלט פראמינענט באריכטעט.
זעענדיג אז בשנת תשע"ח קען שוין ליידער די קהילה נישט צוזאמענברענגען אזויפיל צענדליגער טויזנטער מענטשן אויף צו קענען אנפילן די ארמארי געביידע, איז די קהילה געווען געצווינגען ארויסצודונגען דעם קלענערן "נעסאו קאליסעאום" פאר דעם "כינוס כללי", וואו עס קען אריין בלויז קנאפע 17,000 מענטשן.
כלל ישראל האפט אז דאס איז בלויז א צייטווייליגן איבערגאנג, און די קהילה קדושה וועט צוריקבליען צו איר אמאליגער גרויסקייט, און וועט נאכאמאל קענען אנפילן דעם גיגאנטישן ארמארי און אנדערע גיגאנטישע געביידעס מיט די צענדליגער טויזנטער באטייליגטע, ווי אין דעם זיסן אמאל.
חדש ימינו כקדם.