המלוכה והממשלה האט געשריבן:דער גרויסע מחנך פון א''י הרב מנחם באמבאך וועט היינט נאכט זיין אין בלומינגראוו פאר א דינער.
IMG-20180527-WA0035.jpg
דא קען מען זעהן אביסל וועגן די ארבייט פון הרב באמבאך
https://youtu.be/n7A_ZbbbktI
איך בין געווען ביי יענע דינער, עס איז געווען גאר אינפארמאטיוו אין א געשמאקע אטמאספערע. איך בין נישט קאנווינסד אז אמעריקא איז גרייט פאר אזא ישיבה, חוץ אויב עס וועט אפירקומען אזא לייב ווי ר' מנחם.
ר' מנחם, וועם איך קען שוין א פאר יאר, איז א רוח שאינה מצויה. דער איז א פלייסיגער און ענערגישע מענטש וואס טוט און טוט און הערט נישט אויף. ער שפרינגט אריין אין איין פראיעקט נאכן אנדערע בשעת וואס די איינציגסטע דרייוו וואס ער האט איז זיין וויזיע און דעטערמינאציע.
זיין גאנצע וועזן איז איין שטיק פאזיטיוועטי און אמונה אזש עס גיסט זיך איבער צו אלע וואס זענען ארום אים. טראץ די פילע רדיפות וואס ער און זיין משפחה שטיין אויס פון די סיקריקים האט ער זיך קיינמאל נישט פארלוירן.
ער איז אן אמת'ע אינספיראציע און א געוואלדיגע קאנדידאט פאר א וועקער אינטערוויו.
.