די פרטים פון דער תלמוד תורה ווייס איך נישט, אבער אין אלגעמיין זענען די עקסקלוסיוו חדרים געבויט אויף א שיטה אז מ'נעמט נישט אריין, נאר אין געוויסע פעלער נעמט מען יא. אזוי איז עס אין כמעט אלע ישיבות, און אמאל ביי חדרים אויך. די חדר נעמט לכתחלה יא אריין. איי, עס וועט זיך מעגליך מאכען פראבלעמען און געוויסע קינדער וועלען זיין א פראבלעם? וועט מען דעמאלס מוזען זען. אבער דער דיפאלט איז יא, נישט ניין.
קוקענדיג ארום אין לעיקוואד, זעי איך נישט קיין מענטשען מיט וועמען מ'קען נישט גייען אין חדר. איך זעי נישט קיין מענטשען וואס לאזען לכתחילה די קינדער קוקען טעלעוויזשען, קיינער גיבט נישט די קינדער א סמארטפאון, איך זעי נישט די גרויסע תורה. מאנכע זענען אנדערש ווי מיר? נו נו, איז וואס איז? די חדר ווי איך שיק איז טאקע נישט איינפארביג, און אסאך קינדער קומען פון פארשידענע אפשטאמען. די חדר דרשנ'ט צו די עלטערען וועגען טכנולוגיה, אבער תקנות זענען נישט דא.
בכלל, די ציל אין לעיקוואד איז אנדערש. אין מאנסי\ברוקלין, זוכען די מוסדות צו באטרעטען די עלטערען, און דערפאר מאכען זיי תקנות. אין לעיקוואד זוכען מאנכע די סעגרעגאציע גופא, און זיי מאכען חדרים דאס אויסצופיהרען. זיי וועלען אייביג עפעס טרעפען מיט וואס אויסצושליסען א מענטש פון חדר, נאר ווייל אן דעם איז עס שוין נישט עקסקלוסיוו. דאס איז אן אנדערע מענטאליטעט.