זונטאג יוני 03, 2018 2:02 pm#404488
די מענטשן-פראגע איז מסודר; צייט אז סאטמאר זאל ווערן מאטשור

ס'איז צייט צו זאגן "געים אווער" פאר דעם שפיל וואס לויפט שוין פון תשנ"ט ביז תשע"ח
פון: העניך, ק"ש
אין די מינוטן פיבערט קהילת סאטמאר מיט דעם גרויסן "כינוס כללי" וואס קומט פאר היינט כ' סיון תשע"ח. אין דעם גרויסן "נעסאו קאליסיום" סטאדיום וועלן זיך צוזאמענקומען ערגעץ צווישן 12 און 18 טויזנט חסידי סאטמאר, אנגעבליך צו חזר'ן די סאטמארער התנגדות אויף דעם רעיון הציונות.
דער דאזיגער כינוס ווערט ארגאניזירט דורך האדמו"ר מסאטמאר הרב אהרן טייטלבוים, און קומט נאכדעם וואס אן ענליכע פארזאמלונג איז פארגעקומען פאראיאר ארגאניזירט דורך האדמו"ר מסאטמאר הרב זלמן לייב טייטלבוים.
הרב זלמן לייב האט פאראיאר געוויזן א געוואלדיגן כוח מיט'ן צונויפזאמלען אן ערך פון 14,000 סאטמארער אידן מוחה צו זיין אויף די ציונים, און אן ענליכן כוח וועט הרב אהרן היינט באפעסטיגן מיט זיין כינוס כללי.
לאמיר א קוק טאן אויף דעם פאראיאריגן כינוס מיט א ניכטערן בליק. לאמיר אננעמען דעם נאראטיוו אז מ'האט פשוט געמיינט כולו לה' מוחה צו זיין קעגן די ציונים. למעשה, היינט ווען איינער רעדט וועגן יענעם כינוס, רעדט קיינער נישט וועגן די דרשות קעגן די ציונים, וועגן דעם עפעקט וואס דאס האט געהאט אויף די "גזירות", וועגן דעם חיזוק וואס עס האט געגעבן פאר די "אינם מתייצבים" קרייזן אין א"י – מ'רעדט פון איין זאך: דעם כוח וואס הרב זלמן לייב האט אוועקגעשטעלט מיט'ן קענען צונויפברענגען אזויפיל מענטשן אונטער איין דאך. און דאס איז באמת דער איינציגסטער לאנג-טערמיניגער עפעקט פון דעם כינוס. ביי דעם פאראיאריגן "כינוס הרבבות" איז באשטעטיגט געווארן ווי א פאקט אז ר' זלמן לייב איז א גרויסער רבי מיט אן איינפלוס למחצה לשליש ולרביע אויף ארום 15,000 זכרים מגיל חמש ולמעלה, און ווארשיינליך אויך אזויפיל ממין הנקיבה.
און דאס איז אויך גענוי וואס דער היינטיגער כינוס גייט אוועקשטעלן. דער אנדערער סאטמארער רבי איז אויך א ריזיגער רבי, און האט אונטער זיך א געמיינדע בערך אזויפיל ווי דעם ברודער, אדער אפשר נאך מער. דאס גייט היינט באשטעטיגט ווערן אלס א פאקט.
יעצט איז דער סטיל אוועקצושטעלן די פאקטן אין סטאדיומס. אמאל איז עס געווען ביי חתונות. מ'געדענקט נאך ווען ר' אהרן האט געמאכט א ריזיגע חתונה פאר א קינד, און נישט לאנג דערויף האט ר' זלמן לייב דאס פרובירט איבערצושטייגן. אין רעאקציע האט ר' אהרן געמאכט א חתונה וואס איז געווען נאך גרעסער, און ר' זלמן לייב האט ווייטער פרובירט דאס צו מעטשן. ביי איין פונקט איז געווארן קלאר אז דער געים קריכט שוין פון דער נאז. דוכט זיך אז ר' אהרן איז ערשט מיד געווארן פון דעם שפיל, און האט געפראוועט א חתונה ביי זיך אין ביהמ"ד, און וואונדער איבער וואונדער, ר' זלמן לייב האט נאכדעם אויך פארלוירן דעם געברויך צו מאכן ריזיגע חתונות אין דעם ארמארי.
איז איינמאל דער היינטיגער כינוס וועט זיין דערנאך, און די פאקטן איבער דער גרויסקייט פון ר' אהרנ'ס ראביסטעווע וועלן שוין זיין פעסט באשטעטיגט זייט-ביי-זייט מיט דער פאראיאריגער באשטעטיגונג פאר ר' זלמן לייב, האלט איך אז מ'קען שוין לאזן דעם מענטשן-געיעג גיין שלאפן.
דער געים איז געווען פאן פאר 19 יאר, אנגעפאנגען פון דעם מענטשן געיעג צווישן ר' זלמן לייב'ס הכתרה און ר' אהרנ'ס "יסוד איתן", ביז דער מענטשן-געיעג פון די צוויי ריזיגע כינוסים. ס'איז צייט אז יעדער זאל אפמאכן "געים אווער" – און ווי מ'פירט זיך ביי א געים צווישן קליינע קינדער, לאמיר זיין ברייטהארציג און דערקלערן "יעדער האט געוואונען!"
ס'איז צייט אז סאטמאר זאל יעצט אריינגיין אין א פאזע פון ערוואקסנקייט, מאטשוריטי, און אויפהערן דעפינירן פארזאמלונגען לויט וויפיל מענטשן עס באטייליגן זיך. האט איר אמאל געזען אמעריקע און כינע זיך פארהערן צווישן זיך ווער עס האט מער מענטשן? אז ס'איז קלאר אז מ'איז גרויס און מעכטיג לאזט מען זיך אפ פון די נארישקייטן, און מען גייט צו עפעס מער באדייטפול. ס'איז צייט אז סאטמאר זאל טוישן דעם שמועס פון "וויפיל מענטשן האבן זיך באטייליגט?" צו "וויאזוי זענען די פארזאמלטע אינספירירט געווארן? וואס האט מען אויפגעטון? וואספארא פאזיטיווע שינויים האט דער רבי מחדש געווען? וויאזוי גייט אונזער לעבן יעצט זיין בעסער?"
ס'איז צייט אז די באשטעטיגטע ריזיגע רבי'ס זאלן נעמען דעם מאנדאט פונעם ציבור, און זאלן ערנסט טראכטן פון דעם אחריות וואס זיי האבן פאר דעם וואוילזיין פון די אלע מענטשן. דאס מיינט נעמען שטעלונגען אפילו זיי זענען אומפאפולער – נישט נאר אומפאפולער ווייל די שטעלונגען זענען צו עקסטרעם, נאר אויך אמאל ווייל זיי זענען צו ליבעראל.
זאל מען אוועקגיין פון א סאטמארער מסיבה און שמועסן פון דעם אהבת התורה וואס מ'האט געשעפט, פון די עצות פאר'ן לעבן, פון דעם געפיל אז די פירערשאפט קעירט פאר די אלפי החסידים. זאל מען אהיימקומען פון א מסיבה און נישט רעדן פון וויפיל מענטשן עס זענען געווען, נאר פונעם פראגראם. לערנט זיך אויס פון "בוני עולם" – צו רעדן פון וויפיל מענטשן האבן געהערט שלמה באכנער'ס דרשה איז געווען גוט פאר עטליכע יאר, יעצט דארף מען שוין רעדן פון די אינספיראציע און הנאה רוחני וגשמי.
נאך די צוויי כינוסים איז צייט אז סאטמאר זאל ווערן מאטשור. נאך 19 יאר האבן ביידע סאטמארס באשטעטיגט זייער מעכטיגקייט, און האפנטליך קומט יעצט א צייט פון סערווירן דעם ציבור וואס דער ציבור דארף פאר א ליכטיגן לעבן בגשמיות וברוחניות.