Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » מיזרעבל לעבן

מיזרעבל לעבן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
31 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 81 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12364
דינסטאג יוני 05, 2018 11:52 pm#405072
מיזרעבל לעבן
איך האב נישט געטראפן קיין אשכול זיך צי אויסרעדן.
עס איז זענען דא מענטשן וואס זענען אפיציעל נעבעך'ס. זיי האבן ערנסטע פראבלעמן אין לעבן רח"ל, צי געזונט, קינדער, שלום בית וכדו'
איך בין ב"ה נישט אין די קאטאגאריע, און אדרבה, פאר געוויסע קען איך אפילו אויסקוקן ווי דוקא א מוצלח. למעשה אבער די שלימזלות לויפט מיך נאך ווי צודרייט. אין וועלכע זאך איך פרוביר נאר צי טוהן, איז אלעס מיט די פיטום אראפ. איך באמערק נישט אז עס זאל פאסירן אז פונקט איז גוט אויסגעקומען עפעס. אלץ נאר פארקערט, כ'מיין כ'האב שוין ענדליך עפעס ערייכט, פונקט האט ער פאריגע וואך שוין אהער, און פונקט דארף יענער א פונקציע וואס איך קען נישט אהערשטעלן. און וואס איך פרוביר נאר איז מיט די לינקע פיס. בגשמיות וברוחניות. חבירים האב איך אויך נישט געהעריג, אלץ געווען א שטילער.
די גאנצע טאג איז א לאנגע קייט פון אכזביות און דורכפעלער.
רבונו של עולם, עד מתי???
איינער האט עפעס א עצה?
התבודדות, האב איך שוין געטון.
אוועקווארפן די פאון, וועל איך ק"ש אויך נישט האבן.
נעם א געהעריגע דזשאב? שכוח, די עצה ווייס איך אויך.
קען זיין אז דאס איז מיין תפקיד אויף די וועלט זיך צי מוטשען? אקעי מסכים. אבער וואס איז מיין ווייב שולדיג. דאס איז אויך פונקט איר תפקיד? קען זיין
בכלל די גאנצע ענין פון זיך פארבעסערן בעניני תורה כדאי צי האבן מער הצלחה געפעלט מיר נישט. קודם כל, ווער זאגט עס העלפט? שכר מצוה בהאי עלמא ליכא. צדיקים ורע להם רשעים וטוב להם וכו'. אפילו אויב יא, איז עס א היפאקריטישע מהלך. עס איז ערגער ווי שלא לשמה. ס'טייטש, די עצם זיך פארבעסערן אין דעם ענין אינטערעסירט דיך נישט, אבער כדאי צי האבן א בעסערע דירה לוינט עס שוין יא. הייסט עס ביזט עובד את עצמו

הכלל, איינער האט עפעס אן עצה אדער חיזוק? (ספר שיחות התחזקות האבעך שוין)
מיטוואך יוני 06, 2018 12:00 am#405074
איך פלעג האבן די זעלבע פראבלעם ביז איך האב איינגעזען אז די בעסטע עצה איז אויפצוגעבן פשוטו כמשמעו. ווילאנג דו וועסט נישט שלום מאכן מיט'ן מצב וועסטו ליידן. לעצטנס האב איך געזען אז ס'דא א גאנצע רעליגיע וואס איז געבויט כמעט נאר אויף דעם, אויפצוגעבן אויף אלעם. אזויווי איינער פון זייערע גרויסע חכמים האט געזאגט: "שטארב פאר דיין טויט, און דו וועסט קיינמאל נישט שטארבן", והוא עמוק מאוד. עיין כאן ותמצא נחת.

איין זייער וויכטיגע עצה וואס איך קען דיך געבן איז, זיי נישט self-employed. ווייל דאן דארפסטו צוקומען צו דיין אייגענע מזל, און ס'וועט נישט טויגן. אז דו ארבעטסט פאר א צווייטן וועסטו אסאך מער מצליח זיין, ווייל דו ארבעטסט פאר יענעמ'ס מזל. ועוד, אז דו ארבעטסט פאר א צווייטן באקומסטו באצאלט נישט קיין חילוק צי דו ביזט מצליח צי נישט.
מיטוואך יוני 06, 2018 12:06 am#405076
הער מיך אויס טמיר'ל
איך פארשטיי פינקטליך וואס דיר באדערט ווייל איך זעה מיך אין די זעלבע סיטואציע. ס'האט מיר געדויערט צייט, איך בין דורך אסאך שווערע יארן ביז ב"ה איך בין געקומען צום שכל און איינגעזעהן אז יענעמס גראז איז נישט גרינער. ווי מער איך רעדט מיט מענטשן און מ'הערט וואס טוט זיך ביי אנדערע, באקומט מען אן אנדערע בליק אויף די גאנצע ארום און ארום.
לייף איז פול מיט סטראגעלס פאר יעדעם איינעם, נאר יעדער האט די ברירה וויאזוי זיך צו באגיין דערמיט. די טשעלענזש פון א מענטש איז צו ארבעטן מיט וואס ער האט and make the best out of it. איך בין זיכער אז די האסט געוויסע זאכן אין דיין לעבן וואס איז above average און אויף די זאכן דארפסטי פאוקעסן. און ווען עפעס גייט דיר גוט זאלסטי זעהן עס איסצוקעשן אז ס'זאל דיר גיבן כוח צו קענען דורכגיין ווען ס'קומט א שווערע זמן.
מיטוואך יוני 06, 2018 12:26 am#405077
למשל, ווייניג מענטשן האבן די פריוועליגיע צו שרייבן אויף ק''ש, דאנק דעם בורא און פריי דיך מיט דעם!!!!
מיטוואך יוני 06, 2018 12:43 am#405082
Re: מיזרעבל לעבן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פלעג האבן די זעלבע פראבלעם ביז איך האב איינגעזען אז די בעסטע עצה איז אויפצוגעבן פשוטו כמשמעו. ווילאנג דו וועסט נישט שלום מאכן מיט'ן מצב וועסטו ליידן. לעצטנס האב איך געזען אז ס'דא א גאנצע רעליגיע וואס איז געבויט כמעט נאר אויף דעם, אויפצוגעבן אויף אלעם. אזויווי איינער פון זייערע גרויסע חכמים האט געזאגט: "שטארב פאר דיין טויט, און דו וועסט קיינמאל נישט שטארבן", והוא עמוק מאוד. עיין כאן ותמצא נחת.

איין זייער וויכטיגע עצה וואס איך קען דיך געבן איז, זיי נישט self-employed. ווייל דאן דארפסטו צוקומען צו דיין אייגענע מזל, און ס'וועט נישט טויגן. אז דו ארבעטסט פאר א צווייטן וועסטו אסאך מער מצליח זיין, ווייל דו ארבעטסט פאר יענעמ'ס מזל. ועוד, אז דו ארבעטסט פאר א צווייטן באקומסטו באצאלט נישט קיין חילוק צי דו ביזט מצליח צי נישט.

שכח.
מיט די צווייטע חלק בין איך נישט מסכים. ס'טייטשט איך דארף מחליט זיין ביי מיר אז איך גיי בלייבן א לא יצלח, ממילא זאל איך מיך פארשקלאפן פאר מאקסימום $1000 א וואך. דאס איז גוט פאר איינער וואס האט וואטשערס מיט אלע גוטע פראגראמען, איז עם גענוג נאך א טויזענטער א וואך מהיכא תיתי. אדער איינער וואס האט א גוט באצאלטע פאך אין די האנט, ווי למשל א פראגרעמער.
אבער טאמער לדוגמא איך קען גוט פלאמבינג, זאל איך גיין ארבעטן פאר א פלאמבער, אדער זאל איך פרובירן אליין?
מיטוואך יוני 06, 2018 12:50 am#405084
טמיר היקר, כ'גלייב אז יעדער מענטש האט אמאל געשפירט אין דעם מצב, וגם אני ראובן בתוכם. כ'ווייס נישט פון וועלכע פרטים אין לעבן דו רעדסט, און אויך נישט ווי לאנג דו שפירסט זיך שוין אין דעם מצב. אבער באופן כללי קען איך דיר מחזק זיין אז ס'איז דא א וועג ארויס, און ליכטיגקייט געפונט זיך ביי דער ענדע פונעם טונעל.
מיטוואך יוני 06, 2018 12:53 am#405085
קענסט פרובירן אליינס, אבער נישט אלץ דיין עיקר פרנסה. איך וואלט נישט גענומען די ריסק פון בלייבן אויפ'ן וואסער.
מיטוואך יוני 06, 2018 1:08 am#405089
ראובן האט געשריבן:טמיר היקר, כ'גלייב אז יעדער מענטש האט אמאל געשפירט אין דעם מצב, וגם אני ראובן בתוכם. כ'ווייס נישט פון וועלכע פרטים אין לעבן דו רעדסט, און אויך נישט ווי לאנג דו שפירסט זיך שוין אין דעם מצב. אבער באופן כללי קען איך דיר מחזק זיין אז ס'איז דא א וועג ארויס, און ליכטיגקייט געפונט זיך ביי דער ענדע פונעם טונעל.

דאס גיט דאך אזא חיזוק. אונזער לייב @ראובן וועם מ'שעץ מיר אזוי שטארק זאל קענען זאגן "גם אני בתוכם"
מיטוואך יוני 06, 2018 8:47 am#405105
Re: מיזרעבל לעבן
שמעון וואלף האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:טמיר היקר, כ'גלייב אז יעדער מענטש האט אמאל געשפירט אין דעם מצב, וגם אני ראובן בתוכם. כ'ווייס נישט פון וועלכע פרטים אין לעבן דו רעדסט, און אויך נישט ווי לאנג דו שפירסט זיך שוין אין דעם מצב. אבער באופן כללי קען איך דיר מחזק זיין אז ס'איז דא א וועג ארויס, און ליכטיגקייט געפונט זיך ביי דער ענדע פונעם טונעל.

דאס גיט דאך אזא חיזוק. אונזער לייב @ראובן וועם מ'שעץ מיר אזוי שטארק זאל קענען זאגן "גם אני בתוכם"

עס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט חכמה. שלמה זאגט שוין לא לחכמים לחם. די אבן עזרא האט אויך געהאט א מיזרעבל לייף
מיטוואך יוני 06, 2018 9:01 am#405108
נישט נאר ס'נישט קיין סתירה, ס'גייט צוזאמען.
מיטוואך יוני 06, 2018 9:07 am#405109
עס איז דיין בליק אויף די געשעהענישען, נישט וואס געשעהן באמת. דער בליק האט א נאמען, עס רופט זיך דעפרעסיע.
מיטוואך יוני 06, 2018 9:56 am#405117
פששש.... ממש דברי חכמה.... דו האסט געענטפערט ווי א קלוגער איד, איך מיין זאלסט אנהייבן אויף נעמען מענטשן און געבן אזעלכע קלוגע עצות און סטעיטמענטס, העסט זיכער מצליח זיין... (שטייצעך נישט אונטער א הונדערטער א שעה)
מיטוואך יוני 06, 2018 12:11 pm#405145
איך בין זייער באיינדרוקט פון דיין פליה. קאווע שטיבל מיטגלידערשאפט האט מיך גראדע אסאך געהאלפן אין דעם געביט. אט זענען מיינע דרייצן rather Machiavellian אני מאמינס. אדער אני מציע'ס צו אנהויבן מצליח זיין.

1. טו עפעס סטופיד וואס זאל דיך שאפן א בושה צווישן דיין יעצטיגע צירקל - זיי זענען נישט געזונט פאר דיר.
2. בעט נישט מתנות. נעם מתנות.
3. דריי דיך מיט מענטשן.
4. קאט דאן אין הנאות גשמיות, שלאפן, עסן א.א.וו.. וועסט האבן געביגעלטע העמדער שפעטער.
5. מאך מיינדפולנעס.
6. נוץ אויס א מחלוקה און נעם א צד - זיי אן אפערטוניסט. ס'וועט אייביג זיין מחלוקת.
7. טרעף דיך א פראקטישע חבר.
8. מאך דיך צייט צו לערנען א אומנות. נישט וואס דו האסט ליב. אפילו נישט וואס דו טראכסט דו ביסט גוט פאר. עפעס וואס די מענטש וואס סופארטן דיך האבן אן אינטערעסע - ארבעט נישט פול-טיים.
9. די חברים וואס ענדזשויען דיך פאר וואס דו ביסט ענדערשער אויף עפעס וואס זיי דארפן פון דיך וועלן דיך נישט העלפן - האלט זיי גענוג נאנט דיך צו שאפן קאנטעקטס און פאפולאריטי און גענוג ווייט זיי זאלן נישט פארברענען דיין צייט.
10. ווארט נישט אויף כיבודים.
11. ארבעט פיזיש קודם.
12. פארקוק אויף א צייט אויף עוולות/היפאקריטסווע, ווען דו וועסט שטארק ווערן וועסטו דאן פארריכטן/נוקם זיין.
13. סטאביליטי איז קריטיש - געב אן אפערטוניטי גענוג צייט.

אויב דו וואונדערסט זיך אויף די סתירות צווישן מאנכע פון זיי, לערן דיך אויס צו לעבן מיט סתירות.
מיטוואך יוני 06, 2018 12:42 pm#405151
איהר ברויכט וויכטיג פראפעסיאנעלער הילף. רופט אהן איינע פון די ארגאנזאציעס פון מענטל העלטה (למשל m https://reliefhelp.org/ m relief) זאללען אייך צושדכנען א גוטער טעראפיסט אדער סאשעל וואורקער. מאנכע נעמען אישורענס אדער מעדיקעיד.
מיטוואך יוני 06, 2018 1:39 pm#405173
טראכט גוט וועט זיין גוט
(און דו דארפסט נישט קיין שום טעראפי).
מיטוואך יוני 06, 2018 1:59 pm#405183
אפשר האסטע א עין הרע ??
היינט איז דא ארגנעזעשןס וואס טועהן דערין (עין ישועות?)
מיטוואך יוני 06, 2018 3:48 pm#405218
איך פיהל מיט מיט דיר.

איך בין שוין כמה פעמים געווען אין א סיטואציע, ווי איך האב געשריגן אין מיין קאר, וואס גייט פאר מיט מיר? איז דאס בלויז שלימזלות?? איך בין עפעס א פעליור??

איך קען מיך נישט אפרעדן, איך האב ברוך השם פרנסה, אבער די עקספיריענס האב איך שוין אסאך מאל געהאט.

איין זאך בין איך מחולק מיט דיר.


טמיר האט געשריבן:בכלל די גאנצע ענין פון זיך פארבעסערן בעניני תורה כדאי צי האבן מער הצלחה געפעלט מיר נישט. קודם כל, ווער זאגט עס העלפט?


ווילסט טאקע איך זאל דיר מעתיק זיין א טוץ חז"ל'ס וואס זאגן אז צדקה העלפט? ראה גיטין דף ז. וכו'
טמיר האט געשריבן:שכר מצוה בהאי עלמא ליכא. צדיקים ורע להם רשעים וטוב להם וכו'. אפילו אויב יא, איז עס א היפאקריטישע מהלך. עס איז ערגער ווי שלא לשמה. ס'טייטש, די עצם זיך פארבעסערן אין דעם ענין אינטערעסירט דיך נישט, אבער כדאי צי האבן א בעסערע דירה לוינט עס שוין יא. הייסט עס ביזט עובד את עצמו

הכלל, איינער האט עפעס אן עצה אדער חיזוק? (ספר שיחות התחזקות האבעך שוין)


איך בין נישט אין הימל און איך קען נישט פארענטפערן דעם שכר מצוה, אבער מענטשען זאגן אז ס'העלפט יא. ס'קאסט דיר געלט צו טרייען?

און ניין! ס'איז בהחלט נישט קיין היפאקראטיע!

דוגמא:
איך ווייס אז נישט רעדן ביים דאווענען איז א עוון חמור, און איך האב דאך א יצר הרע יא צו רעדן, דערפאר נעם איך מיך אונטער נישט צו רעדן - וואס איז סייווי אסור - און בזכות זה זאל מיר דער אייבערשטער העלפן. און אויב איך ווער ח"ו נישט געהאלפן, פריי איך מיר אז איך האב מיך ענדליך אפגעוואוינט פון די שלעכטע התנהגות.


איין שטיקעל חיזוק.

ווען מ'נעמט סטאטיסטיקס וועסטו זעהן אז 'רוב' ענטרעפענוירס זענען דורכגעפאלן, און יעדער איינער האט געמיינט אז זיי וועלן עס מאכן. ס'איז מעגליך אז דו ביזט אלעמאל געווען אונטערן רושם אז דו ביזט פון די קלוגערע און גלונגענערע אין סאסייעטי און ס'איז זייער מעגליך אז דו ביזט טאקע! אבער ס'איז שוין איבערגעוויזן געווארן הונדערט מאל אז די קלוג/געלונגען האט נישט קיין שייכות מיט הצלחה, און יעדער איינער קען דיר געבן אומצאליגע דוגמאות פון זיין קרוב/שכן/חבר.


אביסעלע תפילה קען נוצן, איך ווייס אז דו האסט שוין געוואוסט פון די ברעינסטארם איידיע, אבער סארי עפעס מער עפעקטיוו ווי דעם האב איך נישט געטראפן, איי האסט דאס שוין געטוהן און דו זעהסט נישט אז זאכן זאלן זיך רוקן לטובה. מאכט נישט אויס ס'איז נאך אלץ די טאפ אף די ליסט.
מיטוואך יוני 06, 2018 4:52 pm#405230
אדרבה, אפשר וואלט כדאי געווען דער עולם זאל זיך ארויסברענגען מיט וואספארא מהלך המחשבה, טעראפי, ביכער, זיי האבן געטראפן דעם וועג ארויס פון גרוב
עס איז באמת דא א גרויסע צומישעניש אין דעם פעלד זה אומר כה וזה אומר בכה והסך הכל אז מענטשן בלייבן זיך נאך ראנגלען מיט זייערע פראבלעמען נאך יארן עוסק זיין אין כל מיני הילפס מיטלען
די וועלט פון טעראפי איז ברייט און קאמפליצירט מיט קאנטראווערסיע אין יעדן ווינקל
הונדערטער סארט טעראפי'ס פארהאן, וואס א צאל פון זיי טוען זיך אפווארפן איינער דעם צווייטען אלץ אומווירקזאם צו גאר שעדליך
אפילו די ברייט אנגענומענע פאפולערע מהלכים ווי למשל CBT קומען אויך אריין מיט קנאפ איבערצייגענדע, צו גאר צווייפלהאפטיגע סוקסעס ראטעס, מיט נישט ווייניג וואס פאלן צוריק כבתחלה
הכלל, עס איז זיכער גאר שווער זיך צו העלפן, אין מאכן אמת'ע טויש אין לעבן. איז ממילא שטארק וויכטיג און ניצבאר צו האבן ערשטע האנט ערפארונג, עצות, טיפס און חיזוק.
אלזא, לאזט אייך הערן, ולמצווה יחשב
מיטוואך יוני 06, 2018 6:14 pm#405242
קיין זאכליכע עצות האב איך נישט פאר דיר. אבער כאטש א לייק האב איך דיר געקענט איבערגעבען.
מיטוואך יוני 06, 2018 9:34 pm#405265
דערוועקט האט געשריבן:אדרבה, אפשר וואלט כדאי געווען דער עולם זאל זיך ארויסברענגען מיט וואספארא מהלך המחשבה, טעראפי, ביכער, זיי האבן געטראפן דעם וועג ארויס פון גרוב
עס איז באמת דא א גרויסע צומישעניש אין דעם פעלד זה אומר כה וזה אומר בכה והסך הכל אז מענטשן בלייבן זיך נאך ראנגלען מיט זייערע פראבלעמען נאך יארן עוסק זיין אין כל מיני הילפס מיטלען
די וואלט פון טעראפי איז ברייט און קאמפליצירט מיט קאנטראווערסיע אין יעדן ווינקל
הונדערטער סארט טעראפי'ס פארהאן, וואס א צאל פון זיי טוען זיך אפווארפן איינער דעם צווייטען אלץ אומווירקזאם צו גאר שעדליך
אפילו די ברייט אנגענומענע פאפולערע מהלכים ווי למשל CBT קומען אויך אריין מיט קנאפ איבערצייגענדע, צו גאר צווייפלהאפטיגע סוקסעס ראטעס, מיט נישט ווייניג וואס פאלן צוריק כבתחלה
הכלל, עס איז זיכער גאר שווער זיך צו העלפן, אין מאכן אמת'ע טויש אין לעבן. איז ממילא שטארק וויכטיג און ניצבאר צו האבן ערשטע האנט ערפארונג, עצות, טיפס און חיזוק.
אלזא, לאזט אייך הערן, ולמצווה יחשב

ווי קימט דא אריין טערעפי?
איינער האט נישט קיין מזל גייט מען פאר טערעפי? טערעפי טיילט מזל?
מיטוואך יוני 06, 2018 10:13 pm#405270
איין זאך זעה איך, חברים וואס האבן ביזנעסער, האבן מער ווייסע האר(גם אני בתוכם), ווי מיינע חברים וואס ארבייטען ביי יענעם.
ס'איז שווער צו מציע זיין ווען איך ווייס נישט דיינע פעהיקייטן.
ב"ה די עקאנאמיע איז גוט, ס'איז נישט גרינג צו טרעפן גוטע ארבייטער. ווען איך האב אנגעהויבן צו ארבעטן, האב איך געטון קאר סערוויס, כ'האב אויך געארבעט און א גראסערי, אויך אנדערע זשאבס. כ'האב נישט שלעכט פארדינט. מיט דעם אלעם האב איך געזען א ס' איז נישט קיין תכלית.
כ'בין אריין צו איינעם ווי איך קען מיך לערנען א פאך. ער האט מיך געאאפארט האלב וויפיל כ'האב געמאכט ביז דעמאלטס. כ'האב נישט געקוקט אויף דעם, כ'האב געוויסט אז מיין ציל איז צו גיין אליין און א פאר יאר. איך בין געווען גרייט צו האסלען.
ב"ה איי קענט קאמפלעין, פרנסה איז דא. כ'האב אויך פאר יאר נישט געלעקט קיין האניג, נישט קיין חילוק ווי שווער כ'האב געארבעט.
הגם לעצטענס זע איך יונגעלייטלעך וואס מאכן עס שנעלער ווי איך האב נאר ג'חלומט.
היוצא לנו מכל זה: זיי דיך נאך אמאל מתבודד, און טראכט גוט אריין וואסערע פאך דו קענסטוך לערנען. וואס זענען דיינע פעהיקייטן, לייג דיך אריין און עפעס וואס האט א דעמענד סיי ווען די עקאנאמיע איז אויבן אדער אונטן.
למשל: א פלאמבער( אפילו נאר service calls). די גרויסע קאמפאניס האבן נישט קיין צייט פאר קליינע זשאבס, און קאסטעמערס הערן זיי אויף צו קאלן, ווייל זיי קומען נישט. און ווען די עקאנאמיע איז און דער ערד, קענען מענטשן דיין נאמבער.
די זעלבע איז מיט אנדערע הענדי ארבייט.
אויב קענעסטו נישט ארבייטען מיט די הענט, פרוביר קאנסטראקשן מענעזשמענט, מארטגעזש ברוקער, ריעל עסטעיט עזשענט. ריעל עסטעיט מענעזשמענט( דער עולם האט זיך די לעצטע פאר יאר צאמגעקויפט אן א שיעור פראפערטיס. אסאך קענען/ווילן עס נישט מענעזשן), הגם, ס'איז נישט אלעס recession proof. אבער אפשר ביז דעמאלטס, העסטע שוין האבן גענוג צו דורכשוויצן.
ברידער, חזק ואמץ!!
דאנערשטאג יוני 07, 2018 5:06 am#405287
כהאב הנאה צוזעהן די אשכול. איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמרו חזק... דער אמת איז אז ממש יעדער איינער גייט דורך שווערע צייטן אין לעבן איינער מעהר און איינער ווייניגער. מ׳דארף זיך קענען אויפהייבן נאך יעדע קלאפ און גיין/אנגיין ווייטער. אפשר וואלט געוועהן א גיטע עצה פאר דיר זאלסט זוכן א ארבעט וואס דו קענסט זיך אויסלערנען עפעס פאך און איינמאל דו קענסט די מלאכה, און דו ווייסט וויאזוי צופירן אזא געשעפט קענסטו זיין אליינס דער גרויסער בעה״ב (זאלסט נישט פארגעסן דאן צו שטיצן ״די וועקער״ :lol: )למשל איינע פון די זאכן וואס כפתור שלאגט פאר אין זיין תגובה איז ״ריעל עסטעיט מענדזשמענט״, אז דו גייסט ארבעטן ביי איינעם אין די פיעלד פאר אפאר חדשים ביז א יאהר, קענסטו צוביסלעך אליינס אריינגיין דערינען און מאכן דיין אייגענע ״מענדזשמענט קאמפעני״. ריעל עסטעיט מענדשמענט איז א גיטע פרנסה. און סאיז דא א גרויסע פארלאנג פארדעם. דאס איז נאר איין משל. טראכט עפעס וואס וואלט געוועהן פאסיג פאר דיר און פראביר צוטרעפן א דזשאב ביי אזא קאמפעני און ארבעט גוט און געטרייע פאר א שטיקל צייט, און נאך א שטיקל צייט קענסטו ווערן ״א שיינער בעלבאס״. הצלחה וברכה בכל מעשי ידיך.
דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:36 am#405292
און אויב האלט מען שוין נאך אלעם, און יעצט גייט אלעס מיט די לינקע פיס??
דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:48 am#405293
טאמבל סאס האט געשריבן:איך בין זייער באיינדרוקט פון דיין פליה. קאווע שטיבל מיטגלידערשאפט האט מיך גראדע אסאך געהאלפן אין דעם געביט. אט זענען מיינע דרייצן rather Machiavellian אני מאמינס. אדער אני מציע'ס צו אנהויבן מצליח זיין.

1. טו עפעס סטופיד וואס זאל דיך שאפן א בושה צווישן דיין יעצטיגע צירקל - זיי זענען נישט געזונט פאר דיר.
2. בעט נישט מתנות. נעם מתנות.
3. דריי דיך מיט מענטשן.
4. קאט דאן אין הנאות גשמיות, שלאפן, עסן א.א.וו.. וועסט האבן געביגעלטע העמדער שפעטער.
5. מאך מיינדפולנעס.
6. נוץ אויס א מחלוקה און נעם א צד - זיי אן אפערטוניסט. ס'וועט אייביג זיין מחלוקת.
7. טרעף דיך א פראקטישע חבר.
8. מאך דיך צייט צו לערנען א אומנות. נישט וואס דו האסט ליב. אפילו נישט וואס דו טראכסט דו ביסט גוט פאר. עפעס וואס די מענטש וואס סופארטן דיך האבן אן אינטערעסע - ארבעט נישט פול-טיים.
9. די חברים וואס ענדזשויען דיך פאר וואס דו ביסט ענדערשער אויף עפעס וואס זיי דארפן פון דיך וועלן דיך נישט העלפן - האלט זיי גענוג נאנט דיך צו שאפן קאנטעקטס און פאפולאריטי און גענוג ווייט זיי זאלן נישט פארברענען דיין צייט.
10. ווארט נישט אויף כיבודים.
11. ארבעט פיזיש קודם.
12. פארקוק אויף א צייט אויף עוולות/היפאקריטסווע, ווען דו וועסט שטארק ווערן וועסטו דאן פארריכטן/נוקם זיין.
13. סטאביליטי איז קריטיש - געב אן אפערטוניטי גענוג צייט.

אויב דו וואונדערסט זיך אויף די סתירות צווישן מאנכע פון זיי, לערן דיך אויס צו לעבן מיט סתירות.

יוי ביזטו זיס טאמבעל! א חלק פון די נקודות זענען זעט אויס געבויט אויף מאטאמאטישע חשבונות 1°^456%√÷[TRADE MARK SIGN]/[876]>= גוט צוגעטראפן?

די ערשטע נקודה דיינער איז גראדע עפעס וואס כהאב געטראכט אמאל ענליך. איך לאז א צעטל אינדערהיים "I love you chany, I'll miss you, but I can't continue life anymore. Hugs and kisses!) דערנאך ווער איך פארשווינדן פאר א טאג צוויי, און מען טרעפט מיך ערגעץ נעבן ברידזש. איך קען גאראנטירן אז אלעס ווערט געסעטעלט נאכדעם עצה"ט. איך ציה מיך אריבער צי לינדען נ.ז. און מען קויפט איין מלבושים פאר די גאנצע משפחה ביי מעיסיס, וכו וכו מען לעבט זיך א רואיג לעבן אהן פרעשור פון קיינעם
דאנערשטאג יוני 07, 2018 10:18 am#405307
איך שיק דיר כסדר אימיילס
מיטוואך יולי 11, 2018 12:36 am#408471
Re: מיזרעבל לעבן
איך מיין אז הצלחה מיינט בעיסיקלי אז זאכן גייען וויאזוי מען וויל. און לא יצלח איז אלץ פונקט נישט געלונגען, פונקט פארפאסט וכדומה.
בין איך דער איינציגסטער וואס אלץ אריינקומענדיג אין ביהמ"ד פאר מנחה האט מען זיך פונקט געשטעלט אפאר מינוט צוריק?
עניוועי, אלץ איז אבי גערעדט. מען טאר זיך נישט אפרעדן ווייל עס קען זיין אסאך ערגער. (@שמעקעדיג האט שוין ערגעץ געפרעגט אויף די הנחה, אבער שוין)
מיטוואך יולי 11, 2018 11:51 am#408490
אויב דאס זאל זיין די דיפעניציע וואלט איינער וואס וויל האבן פליגלען כדי צי קענען אנקימען שנעל וואו ער וויל, געווען א "לא יצלח"
אויב וויל איך זיין פרעזידענט?
אויב וויל איך דו זאלסט מיר בארגן 1000 דאלער?
אויב וויל איך האבן די נייסטע מאדעל קאר?
אויב וויל איך האבן 12 קינדער ?
אויב וויל איך ס'זאל נישט רעגענען דו נעקסטע 10 וואכן?
און אויב וויל איך זיין א ביליענער?

קימט אויס איינער וואס איז ציפרידען מיט 100 און האט 100 איז א מיצלח און דער וואס דארף 1000 און האט נאר 800 איז א לא יצלח?
איינעמעס הצלחה איז לויט דעם די צווייטערס שלמזל שאפט
אויב דאס איז די קעס קענסטו שנעל טוישן דיין סטאאוס
(אפשר דאס מיינסטו מען טאר זיך נישט אפרעדן)

דו פראבלעם איז אבער אז קיינער גערענטירט דיך נישט קיין 100! און דו האסט נישט קיין שים קאנטראל אויף דיין סטאטאס, פינקט וואו דו האסט נישט קיין קאנטראל אויף די רעגען פין די נעקסטע 10 וואכן.

איך האב ליעב צי זיין אין קאנטראל
מיטוואך יולי 11, 2018 2:41 pm#408503
הקטן האט געשריבן:פארוואס זאל איך אוועק מאכן א פילינג
א פילינג איז א פילינג און האט זיך זיין זכות קיום, און האט זיין מטרה, דאס מיינט אבער נישט אז איך דארף איבער געבען מיין לעבן פאר די פילינג, אדער אז איך קען יא אדער נישט טון וואס איך האלט ס'איז ריכטיג צי טון, געוואנדן לויט דעם פיליניג.

די ווארט פילינג איז זייער אבסטרעקט און איך בין נישט 100% וואס דו מיינסט
העלף ארויס

א. איך האב נישט דער רצון צו טון X - איז טו נישט!
אבער אויב איך וועל נישט טון וועל איך נישט קענען באצאלן מיין רענט
איז זיי מחליט וואס איז דיר וויכטעגער, האבן א דאך איבערן קאפ אדער נישט טון X - קענסט נישט האבן ביידע
די רגע וואס דו האסט מחליט געווען וואס דו ווילסט פיר אויס דיין רצון

ב. איך פראשטיי און האב דעם רצון צי טון X אבער אבער איך קען נישט ווייל איך קען נישט טון X ביז וואו לאנג איך פיל אינסייד א געוויסע פילינג וואס איך ריף "מאטעוואציע"
ביז א וואך קען מען טון X חאטש ס'פעלט יענע פילינג אבער נאך א וואך א וואך א האלב קען מען מער נישט טון X, איז וואס טוט מען.

ג. איך פארשטיי איך דארף טון X
ממילא וויל איך טון X - איך דעם רצון
איך בין אויך מאטיוועטעט צי טון X
אדער איך פארשטיי אז ס'איז נישט וויכטיג צי האבן דעם אינער פילינג וואס איך איידענטעפיי "מאטעוואציע"
אבער דאך קען איך נישט טון X ווייל ווען אימער איך וויל טון X האב איך זייער אן אימבאקוועמע הרגשה
איז ביז א וואך קען איך נעמען אויף מיר דאס צי האבן אבער נאך א וואך קען איך מער נישט, ע"כ קען איך נישט טון X

ד, נאן אף די אבאוו

הקטן איך כאפ נישט סא דו זאגסט אז דו האסט נישט קיין מאטיוועישאן טו עס אן מאטיוועישאן אקעי אבער ס'זייער שווער.
און ווי איך האב פריער געזאגט אנע געז פארט נישט דער מאשין
מיטוואך יולי 11, 2018 5:33 pm#408517
א קאר אן געז קען נישט פארן - ווייל געז איז די ענערגיע וואס דער קאר דרייט איבער פאר מאשען - קענסדיך אויפן קאפ שטעלן אן קיין געז קען קיין קאר נישט פארן.
ס'איז זייער וויכטיג צי וויסען, לדעתי, אז מאטעוואציע איז נישט די זעלבע זאך
"גלייבען" אז דאס איז א צישטעל איז שוין א סיבה צי בלייבן סטאק!

אויב זאל זיין עפעס א צישטעל צי געז וועט דאס זיין מאסקעלן+רצון
רצון איז נישט די זעלבע זאך וואו חשק.

ס'איז א שאד דאס אויסצימישען
מיטוואך יולי 18, 2018 10:54 am#409168
יואש איך בין סטאק, איך האב נישט קיין מאטעוועשן, און אן א געז
קאצקע ציקער האט געשריבן:הקטן איך כאפ נישט סא דו זאגסט אז דו האסט נישט קיין מאטיוועישאן טו עס אן מאטיוועישאן אקעי אבער ס'זייער שווער.
און ווי איך האב פריער געזאגט אנע געז פארט נישט דער מאשין

ס'קלאר אויב איך האלט אויף עפעס אז איך קען דאס נישט טון איז דאס א סיבה אויף נישט זיין מאטיוועטעט דאס צי טון
קיינער וועט נישט זיין מאטיוועטעט אוועק צי שטיפן א שטיינע וואנט מיט די הענט

אויב האלט איך אן מאטעוועשען, קען איך נישט
אויב האלט איך אן מאטעוועשען, איז שווער
אויב האלט איך וואס איז "שווער", קען איך נישט
אויב האלט איך מאטעוועשן איז עפעס וואס דארף מיך באפאלן, נישט עפעס וואס איך קען ארבטען דעראויף
איז מעגלעך איך זאל אמאל זיין מאטעוועטעט?
זעסט די כושף ראד?


אויב זאל דיין הנחה נישט זיין אמת:
אויב זאל טון זאכן וואס איך ווייס אז ס'איז כדי צי טון, אבער איך בין נישט מאטעוועטעט דערצי, מיך ברענגען אן עקסטער הנאה נאכן טון
אויב טון זאכן וואס איך קוק אן שווער מיך ברענגן א ס'פעציעלע געשמאק
וואלט דאס געווען א גיטע זאך?
מוצ"ש אוגוסט 25, 2018 11:59 pm#411820
די מקור פון אומגליקליכקייט - די פחד פון טויט.

זייער א שטארקע מעסעדש, מער צווישן די שורות.