Under maintenance
הויפט זייט » אמעריקע און צפון קארעא סאמיט אין סינגאפור

אמעריקע און צפון קארעא סאמיט אין סינגאפור

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12371
זונטאג יוני 10, 2018 9:44 am#405530
אמעריקע און צפון קארעא סאמיט אין סינגאפור
קים יאנג און און דאנאלד טראמפ האבן געלאנדעט אין סינגאפור פאר דעם סאמיט וואס וועט פארקומען דינסטאג.

וואס האלט דער עולם וועט זיך אויסקאכן?

איך האלט אז טראמפ איז אין א שוואכערער פאזיציע ווי קים, און די סיבה איז פשוט. טראמפ פגר'ט מיט עפעס אהיימצוקומען צו קענען ווייזן ווי געלונגען ער איז אלס א נעגאשיעיטאר. קים, ווידעראום, האט גארנישט צו פארלירן. פאר זיינע מענטשן קען ער פארקויפן וואס ער וויל, און דאס אז ער האט געברענגט דעם אמעריקאנער פרעזידענט צו זיצן מיט אים איז שוין א געווינס.

קים ווייסט ווי פאר'חלש'ט טראמפ איז צו ווייזן אז ער האט עפעס אויפגעטון, און ער ווייסט אויך וויאזוי צו דרוקן טראמפ'ס עגאאיסטישע קנעפלעך. ער וועט זיכער מאכן צוצואווארפן א ביינדל פאר טראמפ וואס וועט פאר צפון קארעא נישט מיינען קיין סך, אבער פאר טראמפ וועט עס זיין גענוג צו טראמפייטערן א השגה. טראמפ וועט נישט קענען אפזאגן, און דאס וועט אפשר אפילו זיין גענוג פאר טראמפ צו געבן פאר צפון קארעא געוויסע קאנצעסיעס וואס זיי ווילן.
זונטאג יוני 10, 2018 10:19 am#405532
טראמפּ'ס רעקאָרד זייט ער איז ארויף אויפן טראן, צייגט פארקערט ווי אייערע פאראויס-שאצונגען. לדעתּי זיכט ער ריעל בּיזנעס, ער וועט נישט אבערשפּילן דאס זעלבּיגע ווי קלינטאן האט געשפילט בּשעתּו. ונזכּה ונחי'. כאטש וואס ער איז א גרויסע עגויאיסט נעמט ער אויך אסאך כּבוד דורך אפּזאגן א דיעל ס'לעצטע סעקונדע, כּדרכּו בעבר.
זונטאג יוני 10, 2018 10:40 am#405534
טראמפ מיט זיין עגא וועט נישט קיין חילוק צו ער וועט יא האבן גרויסע אויפטוהענגען אדער נישט אייביג אנצייגן פארוואס ער האט געוואנען און געטוהן די בעסטע שריט מעגליך.
קים איז לכאורה גאנץ אנגעצויגן ווייל ער דערשטיקט זיך מיט די שווערע סאנקציעס און ער מוז פטור ווערן פון זיי ווי אומשנעלסטן, און טראמפ האט געסטראשעט אז דאס איז זיין איינמאליגע געלעגענהייט.
וועלן מיר זעהן יעצט וויפל שכל דער קים האט טאקע.
זונטאג יוני 10, 2018 11:53 am#405547
למעשה וועט זיך עפעס טוישן אין זיין לאנד? וועלן די מענטשן דארט האבן מער רעכטן? איך גלייב אז די איינוואוינער דארט ווייסן אפילו נישט אז עס גייט פארקומען א זיצונג צווישן די צוויי פיהרער.
זונטאג יוני 10, 2018 12:27 pm#405550
סמבטיון האט געשריבן:למעשה וועט זיך עפעס טוישן אין זיין לאנד? וועלן די מענטשן דארט האבן מער רעכטן? איך גלייב אז די איינוואוינער דארט ווייסן אפילו נישט אז עס גייט פארקומען א זיצונג צווישן די צוויי פיהרער.

דאס איז איין גרויסער נפקא מינה ציווישן די מהלך פון טראמפּ ווס' זיינע פארגייער. ס'גייט איהם נישט אן וואספארא חיים טובים קים'ס בירגער האבּן דארט. זאל ער מיט זיינע מענטשן טוהן וויאזוי ער וויל. אונז האבן נישט וואס אריינצורעדן. ספּעציעל נאך וואס ס'ווייזט זיך שטארקער און שטארקער ארויס מידי יום ביומו וואספארא א.ג. דעמאקראטיע מיר פארמאגן אויפן אמעריקאנער באדן.

לדעתּי איז דעס איינער פון די עיקר סיבּות אז קים וועט זיך דא ליבערשט צושטעלן ווי בּיי אונזערע געוועזענע מושלים.
זונטאג יוני 10, 2018 12:47 pm#405553
סמבטיון האט געשריבן:למעשה וועט זיך עפעס טוישן אין זיין לאנד? וועלן די מענטשן דארט האבן מער רעכטן? איך גלייב אז די איינוואוינער דארט ווייסן אפילו נישט אז עס גייט פארקומען א זיצונג צווישן די צוויי פיהרער.

וועגן דעם האף איך אז עס זאל נישט ווערן א דיעל, אנשטאט זאל זיין א קריג. אמת עס וועט קאסטן לעבנס, אבער פיל מער לעבנס וועלן געראטעוועט ווערן אדער פארבעסערט ווערן
זונטאג יוני 10, 2018 1:12 pm#405557
אין איראַק, ליבּיע, תּימן, סיריע וכו' האט מען פּרובּירט מלחמה. וויפיל לעבנס האט עס פארבעסערט?
זונטאג יוני 10, 2018 1:16 pm#405559
די מיטל מזרח איז אנדערש ווי קארעא, והא ראיה אז דרום קארעא איז בעסער ווי צפון.
זונטאג יוני 10, 2018 1:31 pm#405561
קורקלענד האט געשריבן:אין איראַק, ליבּיע, תּימן, סיריע וכו' האט מען פּרובּירט מלחמה. וויפיל לעבנס האט עס פארבעסערט?

וואס איז די פארגלייך? זיי זענען א נארמאל פאלק. נישט קיין מוסלים
זונטאג יוני 10, 2018 1:52 pm#405565
אפגעזען פון וואספארא פאלק זיי זענען האט אמעריקע נישט קיין שום רעכט צו אינטערווענירן און סיי וועלכע פרעמדע לאנד. שטעלט אייך פאר וויאזוי ס'קוקט אויס ווען רוסלאנד וואלט געקומען פירן מלחמות דא צוליב אונזער אומיושרדיגע יוסטיץ סיסטעם.
זונטאג יוני 10, 2018 2:06 pm#405566
בן ישי האט געשריבן:טראמפ מיט זיין עגא וועט נישט קיין חילוק צו ער וועט יא האבן גרויסע אויפטוהענגען אדער נישט אייביג אנצייגן פארוואס ער האט געוואנען און געטוהן די בעסטע שריט מעגליך.
קים איז לכאורה גאנץ אנגעצויגן ווייל ער דערשטיקט זיך מיט די שווערע סאנקציעס און ער מוז פטור ווערן פון זיי ווי אומשנעלסטן, און טראמפ האט געסטראשעט אז דאס איז זיין איינמאליגע געלעגענהייט.
וועלן מיר זעהן יעצט וויפל שכל דער קים האט טאקע.

הייבט זיך נישט אן. טראמפ וועט נישט איינגיין אויף קיין פאלשער דיעל. ער איז א גראדער מענטש, ווילסט קומען צום טיש איז גוט, אז נישט זיי געזונט.

טראמפ וואלט געקענט אראפזעצן קים אסאך שנעלער און פריער מיט נארמאלערע אופנים, ער האט אבער נאר געוואלט ריעל ביזנעס, נישט קיין אובאמא דיעל.
זונטאג יוני 10, 2018 2:23 pm#405570
איסר האטלקי האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:טראמפ מיט זיין עגא וועט נישט קיין חילוק צו ער וועט יא האבן גרויסע אויפטוהענגען אדער נישט אייביג אנצייגן פארוואס ער האט געוואנען און געטוהן די בעסטע שריט מעגליך.
קים איז לכאורה גאנץ אנגעצויגן ווייל ער דערשטיקט זיך מיט די שווערע סאנקציעס און ער מוז פטור ווערן פון זיי ווי אומשנעלסטן, און טראמפ האט געסטראשעט אז דאס איז זיין איינמאליגע געלעגענהייט.
וועלן מיר זעהן יעצט וויפל שכל דער קים האט טאקע.

הייבט זיך נישט אן. טראמפ וועט נישט איינגיין אויף קיין פאלשער דיעל. ער איז א גראדער מענטש, ווילסט קומען צום טיש איז גוט, אז נישט זיי געזונט.

טראמפ וואלט געקענט אראפזעצן קים אסאך שנעלער און פריער מיט נארמאלערע אופנים, ער האט אבער נאר געוואלט ריעל ביזנעס, נישט קיין אובאמא דיעל.

האסט מיר נישט גיט פארשטאנען.
איך האב געענטפערט צו דעם וואס העניך זאגט - אז טראמפ איז אין א שוואכע פאזיציע ווייל ער וויל ווייזן אז ער האט אויפגעטוהן - אז ס'נישט אזוי, ווייל אפילו אויב ער וועט נישט מאכן קיין דילס וועט ער נאך אלץ ארומגיין מיט א אויפגעהויבענע קאפ ווייל וואס ער טוהט וועט ער אייביג מסביר זיין אז דאס אי די בעסטע שריט. ממילא אפילו פאר זיין עגא אויב איז ער נישט צופרידן מוז ער נישט שליסן קיין דילס
זונטאג יוני 10, 2018 2:40 pm#405573
פון אידישער ווינקל


דורך: זונדל שאלאמאן
די וועלט שטייט מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם, צו מיטהאלטן די אנטוויקלונגען איבער די היסטארישן סאמיט צווישן דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ, און דער צפון קארעא טשעירמאן קים יאנג אן, וואס וועט פארקומען די וואך דינסטאג, אין סינגאפאר.
קים יאנג אן וואס האט א פאראניע אז מען וויל אים אפרוימען פון וועג – און פאר גענוג ריכטיגע סיבות – טוט אלעס אז עס זאל נישט קענען צושטאנד קומען. ער איז געקומען צו פארן מיט 3 אידענטישע פליגער’ס, און מיטגעברענגט אייגענע עסנווארג, אז מען זאל אים נישט פארגיפטן ערגעצוואו אונטערוועגנס. ווען קים איז אנגעקומען מיט זיין פמליא קיין סינגאפאר, איז ער אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד דורך דעם אויסערן מיניסטאר פון סינגאפאר, וויויאן בלעקרישנאן, וואס האט אים גערייכט די הענט מיט עהרע.


אין די זעלבע צייט איז פרעזידענט דאנאלד טראמפ געפארן קיין סינגאפאר באלד נאכן G7 סאמיט וואו ער האט זיך ארומגעשלאגן מיט לענדער איבער די שטייערן, און נישט אונטערגעשריבן די געמיינזאמע רעזולאציע סטעיטמענט מיט אלע איבעריגע באטייליגטע אין די סאמיט. אין א פרעסע קאנפארענץ האט ער געזאגט “איך גלייב אז צפון קארעא קען פארוואנדלט ווערן אין א געוואלדיגע לאנד, אויב זאכן ארבעטן ווי געפלאנט”.
טראמפ האט נישט פארגעסן צו צולייגן “אויב איז ער נישט באלד ערנסט, וועל איך תיכף פארלאזן דעם ארט”. ער האט אויך געזאגט אז ער וועט ארויפברענגען אויפן טיש די מענטשן רעכט פארלעצונגען וואס קומען פאר אין קים’ס רעזשים.
דאס קומט נאכדעם וואס טראמפ האט דאנערשטאג געמאלדן אז ער קלערט פון לאדענען דעם דיקאטור פון צפון פאר א באזוך אין וואשינגטאן, אין פאל די סאמיט האט גוטע רעזולטאטן, און דאס איז ליבערשט ווי א באזוך אין זיין מאר-א-לאגא זומער היים אין פאלם ביטש, פלארידע.
ווי טראמפ האט דערקלערט, איז דער סאמיט נישט בלויז עפעס סימבאליש, נאר ער זוכט דא “תכלית”, צווישן זיי איז מעגליך אז מ’וועט דארט אונטערשרייבן אן אפיציעלע ענדע דעקלעראציע אויף די לאנג פארצויגענע צפון קריג. פארט ווייסט ער אבער אז זאכן געשעען נישט אזוי שנעל, און מ’קען נישט אלעס אויסגלעטן מיט איין זיצונג. “מיר קענען אונטערשרייבן צוערשט איין אפמאך, און שפעטער וועט נאכפאלגן די שווערערע טיילן” האט טראמפ געזאגט.
זונטאג יוני 10, 2018 8:50 pm#405614
העניך האט געשריבן:איך האלט אז טראמפ איז אין א שוואכערער פאזיציע ווי קים, און די סיבה איז פשוט. טראמפ פגר'ט מיט עפעס אהיימצוקומען צו קענען ווייזן ווי געלונגען ער איז אלס א נעגאשיעיטאר. קים, ווידעראום, האט גארנישט צו פארלירן.


טראמפ דארף כבוד בשעת וואס קים דארף לחם לאכול. כבוד קען מען אפשר פאבריצירן, ברויט קען מען דערווייל נאכנישט. דאס מיינט נישט אז איך לייג גרויסע האפענונג אויף דער סאמיט ווייל למעשה האנדלט מען דא מיט צוויי אידיאטען. אבער מיר זעהט אויס אז טראמפ קומט אריין שטערקער.
זונטאג יוני 10, 2018 11:20 pm#405621
העניך האט געשריבן:קים ווייסט ווי פאר'חלש'ט טראמפ איז צו ווייזן אז ער האט עפעס אויפגעטון, און ער ווייסט אויך וויאזוי צו דרוקן טראמפ'ס עגאאיסטישע קנעפלעך. ער וועט זיכער מאכן צוצואווארפן א ביינדל פאר טראמפ וואס וועט פאר צפון קארעא נישט מיינען קיין סך, אבער פאר טראמפ וועט עס זיין גענוג צו טראמפייטערן א השגה. טראמפ וועט נישט קענען אפזאגן, און דאס וועט אפשר אפילו זיין גענוג פאר טראמפ צו געבן פאר צפון קארעא געוויסע קאנצעסיעס וואס זיי ווילן.

פרעזידענט טראמפ האט זיך שוין באווארענט אויף דעם און האט געמאלדן אז ער וועט נישט איינגיין אויף קיין שום דיעל אן דעם וואס קאנגרעס זאל עס אפאראווען. דאס מיינט אז קים וועט מוזן דעליווערן עפעס וואס וועט באמת זיין א געווינס פאר אמעריקא.
איך זעה אז די פרעזידענט וועט ממ"נ ארויסקומען א געווינער. טאמער ציעט ער ארויס פון קים שטארקע קאנסעשאנס איז עס א שטארקע אויפטו און טאמער נישט וועט ער גארנישט נאכגיבן פאר קים און ער וועט קענען אנווייזן אז ער איז אנדערש ווי זיינע פארגייער וועלכע האבן אינטערגעשריבן שוואכערע דיעלס.
מאנטאג יוני 11, 2018 11:22 am#405665
אלזא דער פותח האשכול און נאך. שרייבן אז טראמפ איז א עגאיסט, אויף אזוי ווייט, אז ער וועט ענדערש אוועק גיין מיט א שוואכע דיעל אבי עפעס

איך און נאך אסאך האלטן אז עס איז נישט אזוי, אבער פאר אלעם אן אונטערשטרייכונג קיינער קריגט נישט אויף דעם פאקט אז דאנעלד איז א עגאיסט ער איז קלאר אזוי, און דעס האט אים געטראגן זייער ווייט, אמאל ווייט רעכטס און אמאל ווייט לינקס.......... אבער דאס איז זיכער אז ער איז א שרעקליכע עגאויסט, די שאלה איז נאר צו ער וועט פארפירן אמעריקא וועגן זיין עגא צו נישט

איך האלט אז 95 % אף די טיים נישט, דאס מיינט אז אוודאי קען עס געשען ער איז דאך א מענטש אבער מיינסטענס וועט ער נישט פארפירן אמעריקא און זיינע סופארטערס, אדרבה ער קען אוועק געבן פון זיין עגאיסטישקייט ער האט דאס שוין געטון אין עבר

בקיצור דאס איז אן אלטע ארגיומענט

אפשר נעם מיר טאקע דעם סאמיט צו זעהן וועלכע צד איז גערעכט דהיינו אויב וואקט ער אוועק מיט אזא דיל ווי אבאמא מיט איראן דארף צד ב מסכים זיין אז טראמפ וועט פאלן פאר זיין עגאיסטישקייט

אבער אויב נישט און ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז טראמפ האט זיך נישט גערירט פון פרינציפן זאל דאס שוין זיין א באווייז איינמאל פאר אלעמאל און על הכלל כולו אז ער איז עגאיסטיש אבער מיט א גבול ATUB @העניך ATUB קען מען רעדן דערפון ?
מאנטאג יוני 11, 2018 12:11 pm#405682
איך מיין ס'שוין צייט אז דו זאלסט צירוהלאזן די נארישע לינקע חברה, ס'א שאד די צייט. טו וואס די פרעזידענט טוט, ער פשוט איגנארט די לינקע מידיע.
מאנטאג יוני 11, 2018 3:09 pm#405716
@JakeTurx
One difference between Trump and Kim is that at least we've never heard Kim call his country's media "fake news".
מאנטאג יוני 11, 2018 3:17 pm#405718
Re: אמעריקע און צפון קארעא סאמיט אין סינגאפור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך מיין ס'שוין צייט אז דו זאלסט צירוהלאזן די נארישע לינקע חברה, ס'א שאד די צייט. טו וואס די פרעזידענט טוט, ער פשוט איגנארט די לינקע מידיע.

נאכאמאל, איך הער גוט? ווער איגנארירט די מידיא?
מאנטאג יוני 11, 2018 5:01 pm#405731
ס'איז זייער שווער זיך צו טענה'ן צווישן לינקע און רעכטע מענטשן, ווייל די צוויי גרופעס לעבן ליטערעלי אין אנדערע יוניווערסן. דער לינקער (ואני בתוכם) זעט ווי טראמפ איז גענוי דער משוגענער וואס מ'האט געקלערט און ער לייגט אמעריקע אין דער ערד, און דער רעכטער זעט ווי טראמפ פירט אויס איין קאמפיין-צוזאג נאכ'ן צווייטן, און ווי ער האט געראטעוועט אמעריקע פון דער שוידערליכער קלינטאן קארופציע. רעכטע און לינקע לייענען אנדערע נייעס-קוועלער, און האבן ממש א גענצליך אנדערער בליק אויף דעם מציאות.

דער וועמען איך זע אן אומפולסיוון משוגענער וואס האט נישט קיין שום מיינונגען און פרינציפן, זעט דער רעכטער ווי א קוריאזן ביליאנער וואס האט פרינציפן וואס זענען גוט פאר אמעריקע. נו, גיי טענה דיך ווען אפילו אויף די פאקטן אויף וואס מיינונגספארשידנהייטן זענען באזירט זענען מיר אויך נישט מסכים.

איך קען נישט טענה'ן אז טראמפ וועט יא אוועקקוקן פון זיינע פרינציפן לטובת זיין עגא ווען איך האלט אז דער מענטש האט נישט קיין שום פרינציפן, און איז ניטאמאל ביכולת צו האבן פרינציפן. ער איז א שוטה, אן אנאלפאבעט, א בולי, מענטש וואס טוט אלעס ווי זיין עגא פירט אים, און ס'איז ניטאמאל קיין פראגע צי עפעס קען פאר אים שטייגן אין וויכטיגקייט איבער זיין כבוד און רום.
מאנטאג יוני 11, 2018 5:16 pm#405732
לאמיר לייגן טראמפּאין א זייט. וואס האלטסטו בנוגע אובאמא'ס עגאו? איז ער געווען א עניו? לדעתי האט ער געמאכט זייער א שוואכע דיעל אין איראן פשוט פאר זיין עגאו צו קענען ווייזן אז ער האט אויסגעפירט א דיעל, טראץ די פאקט אז ס'איז געווען זייער א שוואכע דיעל.

כמעט יעדער וואס לויפט פאר פובליק אפיס האט אין זיך גענוג עגאיזם אז אונז זאלן זיין פונקט אזוי געזארגט ווי ביי טראמפּ.

אויף א זייטיגע נאטיץ. וואס וועסטו האלטן ווען טראמפ שרייט ער איז א רעכטע און למעשה פירט ער זיך אויף ווי א לינקער? דאן ווערן די לינקע סטראטעגיעס רעכט, און דאן איז עס ווידער אפגעפרעגט? איז נישט די גאנצע סאמיט מער לינק געשטימט צו פרובירן א דיפלאמאטישע סטראטעגיע אויסצומיידן א מלחמה?
מאנטאג יוני 11, 2018 6:08 pm#405733
העניך האט געשריבן:טראמפ פגר'ט מיט עפעס אהיימצוקומען צו קענען ווייזן ווי געלונגען ער איז אלס א נעגאשיעיטאר.


טראמפ איז א פאליטישער געווינער ווען ער קוקט אויס אין קאנטראל. און זיין גאנצע ריעליטי טי ווי שפיל האט אן אנגייענדע אנדערלייאינג ברענדינג מעסעדזש אז טראמפ איז שטייף און אין קאטראל. דאס אפילירט צו זיינע וויילער. זיינע שטיצער האבן פונקט אזוי געפייערט זיג ווען ער האט אנגענימען די פובליסיטי מיטינג מיט קארעא ווי ווען ער האט עס געקענסעלד. ס'מאכט נישט אויס וואס ס'קומט למעשה ארויס פון די רייזע (און לכאורה ווייסן ביידע דיפלאמאטישע צדדים פון פאראויס די בערך'דיגע מעסעדזש וואס מ'גייט למעשה אנאנסירן, און די רייזע איז בלויז פאר פערזענליכע פובליסיטי בענעפיט), סיי ווי אזוי קען א טראמפ שטיצער זעהן און מארגן'ס פרעסע קאנפארענץ טראמפ'ס געניטע פירערשאפט סקילס: אויב ער זאגט: "ראקעט מאן, כ'האב גאר א גרויסע באטען" וועלן זיי פייער נצחון פונקט ווי אויב ער אנאנסירט אז קארעא צונעמט ביז דרייסיג טאג איר גאנצע נוקלעארע ארסענאל און שטעלט אפ איר נוקלעארע פראגראם און דאס אנטוויקלונגן פון אינטערקאנטינענטל מיסעלס; און אין אויסטויש ציעט אמעריקע ארויס אירע טרופען פון די קארעא אינזעל און גיט קום א פארטיידיגונגס פאקט און אנולירט אלע פינאנציעלע סאנקציעס.
מאנטאג יוני 11, 2018 6:26 pm#405736
קורקלענד האט געשריבן:לאמיר לייגן טראמפּאין א זייט. וואס האלטסטו בנוגע אובאמא'ס עגאו? איז ער געווען א עניו? לדעתי האט ער געמאכט זייער א שוואכע דיעל אין איראן פשוט פאר זיין עגאו צו קענען ווייזן אז ער האט אויסגעפירט א דיעל, טראץ די פאקט אז ס'איז געווען זייער א שוואכע דיעל.

יא, אבאמא האט אן עגא, אבער ער איז אן ערנסטער מענטש מיט שיטות און פרינציפן. טראמפ האט נישט קיין שום פרינציפן. אבער אבאמא איז נישט די נושא דא.
קורקלענד האט געשריבן:כמעט יעדער וואס לויפט פאר פובליק אפיס האט אין זיך גענוג עגאיזם אז אונז זאלן זיין פונקט אזוי געזארגט ווי ביי טראמפּ.

אלטערנאטיוו יוניווערס.
מאנטאג יוני 11, 2018 6:40 pm#405739
איך מיין אז אויסער דעם וואס קים האט אביסל מורא פון טראמפ נאכ'ן זעהן וואס עס איז געשעהן מיט איראן און אז טראמפ האט נישט קיין פראבלעם זיך צו קריגען מיט אפילו אליאירטע לענדער אויב ער האלט ביים טוהען עפעס, ווי למשל די אמבאסדאר אין מדינת ישראל אדער די trade war וואס ער שלאגט זיך ארום מיט זיי, זוכט קים אביסל מער זיך צו מאדערניזירן זיין לאנד.

אנדערש ווי זיין טאטע וואס האט ערשט איבערגענומען די לייצעס ווען ער איז שוין געוועהן נאנט צו זעכציג און איז שוין געוועהן אסאך יארן אקטיוו פאר דעם אין די מיליטער, האט ער נישט געהאט קיין מאטיוון צו טוישן עפעס, און אויכעט די וועלט איז נאך נישט געוועהן אזוי מאדערניזירט דעמאלטס איז נישט געוועהן אזא רייץ פאר דעם.

אבער "קים יאנג אן" איז נאך יונג 34 יאר, ווי אויך האט ער זיך שוין געדרייט אין די פרייע וועלט אלס סטודענט און האט באקומען עפעס א טעם אין די עוה"ז, די וועלט ריקט זיך פאראויס מיט טכנולוגיה, אינדערצייט ווען ביי אים אין לאנד זעהט נאך אויס ווי ביי די אייס עידזש. ווי אויך האט ער גארנישט געשוויצט און געארבעט פאר זיין בענקל, און עס שמעקט עם נישט אויסצולעבן זיינע יארן מיט א צובראכענע עקאנאמיע וואס גייט נאר ווערן ערגער פון די שווערע סאנקציעס, און צו באקומען אביסל אויל וועט ער דארפן שנארן פון כינע אינמיטן די נאכט, וועט רעדט נאך פון עפעס באקוועמליכקייטן.

פון זיין נוקלעארע וואפן האט ער גארנישט חוץ אז ער קען סטראשענען, ווייל אמעריקא זיצט דארט ביים גרעניץ און איז גרייט אים אויסצומעקן פונ'ם מאפע אויב ער טוט עפעס.

בעפאר טראמפ איז געווארן פרעזידענט פלעגט קים סטראשענען און די וועלט האט זיך דערשראקן, האט ער געקענט ארויסקוועטשן א פשרה און באקומען עפעס פאר דעם, אבער יעצט וואס טראמפ רעדט זיין שפראך האט ער גארנישט פון דעם,
אקעגן איבער אים לעבט זיך זיין שכן א באקוועמע מאדערנע לאנד, עקאנאמיע בליט און עס פעלט אים גארנישט, און אויב זיין שכן מאכט פראבלעמען האט ער די שטערקסטע לאנד אויפן כדור הארץ וואס איז גרייט עם צו באשיצען.

קען זיין אז ער מאכט א חשבון אפשר לוינט זיך צו אויפגעבען די נוקלעארע וואפן אין אויסטויש פאר א גוטע עקאנאמיע און סעקיוריטי, און ער קען בלייבן א דיקטאטור, אבער עס קען גיין מער אויפן נוסח ווי און כינע אדער רוסלאנד.
מאנטאג יוני 11, 2018 6:47 pm#405742
העניך האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:לאמיר לייגן טראמפּאין א זייט. וואס האלטסטו בנוגע אובאמא'ס עגאו? איז ער געווען א עניו? לדעתי האט ער געמאכט זייער א שוואכע דיעל אין איראן פשוט פאר זיין עגאו צו קענען ווייזן אז ער האט אויסגעפירט א דיעל, טראץ די פאקט אז ס'איז געווען זייער א שוואכע דיעל.

יא, אבאמא האט אן עגא, אבער ער איז אן ערנסטער מענטש מיט שיטות און פרינציפן. טראמפ האט נישט קיין שום פרינציפן. אבער אבאמא איז נישט די נושא דא.
קורקלענד האט געשריבן:כמעט יעדער וואס לויפט פאר פובליק אפיס האט אין זיך גענוג עגאיזם אז אונז זאלן זיין פונקט אזוי געזארגט ווי ביי טראמפּ.

אלטערנאטיוו יוניווערס.


אבאמא האט געהאט א אידילאגיע און אויף דעם (אויף זיין עגא) איז ער געוועהן גרייט צו פארקויפן יעדעם , אידילאגיע איז נישט פרינציפן סאיז אנדערש נענטער צו א עגא
און טראמפ איז נישט קיין שלעכטע מענטש ס'איז דא אסאך מעשיות ווי האט געהאלפן מענטשען אפילו ער האט גארנישט געהאט פון דעם , ער איז איז פשוט א פראסטע אמעריקאנער גוי
מאנטאג יוני 11, 2018 10:19 pm#405753
Re: אמעריקע און צפון קארעא סאמיט אין סינגאפור
[/b]היסטארישע מאמענט[b]
פרעזידענט טראמפ טרעפט זיך מיט קים דזשאנג אן!
m https://youtu.be/5LqVBkYZhYI m
די קליקערייען פון די קאמערע'ס הערט זיך ווי א מאשין דרילט.
מאנטאג יוני 11, 2018 10:27 pm#405754
Re: אמעריקע און צפון קארעא סאמיט אין סינגאפור
.בילד

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מאנטאג יוני 11, 2018 10:33 pm#405755
איך מיין אז די חברה דרייען סתם א קאפ אז קים קען נישט קיין ענגליש, לפי ידיעתי האט ער געלערנט אין די שווייץ, סאו ער דארף צו קענען ענגליש.
מאנטאג יוני 11, 2018 11:09 pm#405757
.
מאנטאג יוני 11, 2018 11:55 pm#405759
די לצים זאגן אז קים האט זיך אנגעטראגן פאר טראמפ צו זיין פארמיטלער צווישן אמעריקע און קאנאדע...
דינסטאג יוני 12, 2018 1:16 am#405764
Re: אמעריקע און צפון קארעא סאמיט אין סינגאפור
העניך האט געשריבן:ס'איז זייער שווער זיך צו טענה'ן צווישן לינקע און רעכטע מענטשן, ווייל די צוויי גרופעס לעבן ליטערעלי אין אנדערע יוניווערסן. דער לינקער (ואני בתוכם) זעט ווי טראמפ איז גענוי דער משוגענער וואס מ'האט געקלערט און ער לייגט אמעריקע אין דער ערד, און דער רעכטער זעט ווי טראמפ פירט אויס איין קאמפיין-צוזאג נאכ'ן צווייטן, און ווי ער האט געראטעוועט אמעריקע פון דער שוידערליכער קלינטאן קארופציע. רעכטע און לינקע לייענען אנדערע נייעס-קוועלער, און האבן ממש א גענצליך אנדערער בליק אויף דעם מציאות.

דער וועמען איך זע אן אומפולסיוון משוגענער וואס האט נישט קיין שום מיינונגען און פרינציפן, זעט דער רעכטער ווי א קוריאזן ביליאנער וואס האט פרינציפן וואס זענען גוט פאר אמעריקע. נו, גיי טענה דיך ווען אפילו אויף די פאקטן אויף וואס מיינונגספארשידנהייטן זענען באזירט זענען מיר אויך נישט מסכים.

איך קען נישט טענה'ן אז טראמפ וועט יא אוועקקוקן פון זיינע פרינציפן לטובת זיין עגא ווען איך האלט אז דער מענטש האט נישט קיין שום פרינציפן, און איז ניטאמאל ביכולת צו האבן פרינציפן. ער איז א שוטה, אן אנאלפאבעט, א בולי, מענטש וואס טוט אלעס ווי זיין עגא פירט אים, און ס'איז ניטאמאל קיין פראגע צי עפעס קען פאר אים שטייגן אין וויכטיגקייט איבער זיין כבוד און רום.

ער קומט מיר אויך פאר ווי א שוטה אנאלפאבעט און בולי, אבער למעשה אויב וואלט ער טאקע נאר געהאט אזויפיל שכל ווי ער ווייזט ארויס אין פאבליק איז שווער צו גלייבן אז ער וואלט געקענט אנקומען צו אלע סוקסעסן וואס ער איז אנגעקומען אין לעבן.
( און יא , מיט אלע תירוצים פון ירושות באנקראטן וכדו'איז ער נאכאלטס סאך מער סוקסעספול ווי ניין און ניינציג פראצענט יורשים אויף די וועלט.)
דינסטאג יוני 12, 2018 3:02 am#405769
Re: אמעריקע און צפון קארעא סאמיט אין סינגאפור
בנוגע די דעבאטע ווער עס פגר'ט מער ארויסצונעמען עפעס פון דעם באזוך.

לויט ווי איך קוק עס אן זענען די מיינונג'ס פארשידענהייטן צוטיילט אויף פארטיי ליניעס, ווער עס שטיצט טראפ האלט אז ער האט די אויבערהאנט, לעומת זה די טראמפ קעגנער האלטן אז קים איז שטערקער. איך מיין אז עס איז דא שטארקע סברות לכאן ולכאן, אז מען קוקט אומפארטייאיש איז נישט עכט דא א שטארקע סיבה מצדד צו זיין אויף איין זייט.

פון איין זייט איז טראמפ דער גיבור, ער איז אנגעקומען ווייטער ווי סיי וועמען. קיינער האט א יאר צוריק נישט געחלומט אז מען גייט דא האלטן. און אפילו אויב ער קומט אהיים ליידיג, קען ער עס זאגאר ספינען אלס א געווינס אז ער איז בעסער פון אבאמא, ווייל ער מאכט נישט שוואכע דיעל'ס.

פון די אנדערע זייט איז טראמפ'ס עגאו גרויס ווי די בורדזש קאליפא. אמת ער קען אלעס ספינען וויאזוי ער וויל און שאן הענעטי וועט עס פארקויפן הייסערהייט ווי פיצא מוצאי פסח. מיט דעם אלעם, פארשטייט ער אויך אז אויב דעליווערט ער נישט עפעס זאכליך, גייט אים די וועלט אנקוקן ווי א דורכפאל. לעומת זה די כבוד און פרעסטידזש, וואס ער וועט זיך איינקויפן אויף די וועלט ארענע אויב קומט עפעס ארויס, איז אים ווערט אלע געלטער.

טראמפ ווייסט זייער גוט ווי שטארק דאס קען אים בויען אינדרויסן פון זיין באזע. אנשטאט היסטאריע זאל אים פארשרייבן אלס דער וואס האט געמאכט א מוזלים בען, וועט מען אים געדענקן אלס דער וואס האט דורך געפירט דאס אומגלויבליכע, דאס וואס קיינער אין די וועלט האט נישט געקענט טון פאר 40 יאר.

און מיט קים איז די זעלבע מעשה, עס קען זיין ער האט זיך דערשראקן פון טראמפ, איז ער געקומען צולויפן און גייט זיך צושטעלן צו טראמפ, ווייל ער וויל נישט זיין אויף טראמפ'ס שלעכטע זייט. פון די אנדערע זייט איז קארעא שוין איזאלירט פאר אזויפיל יארן און זיי האבן עס דורך געשוויצט. יעצט איז ער נאך אפילו שטערקער ווייל זיי האבן נוקלעארע מטעמים אויך, וואס זיין טאטע און זיידע האבן נישט געהאט, איז וואס האט ער צו דערלייגן אז ער שפאצירט אוועק. טאמער קען ער צושפאט לייגן טראמפ אין די פראסעס, וועט עס זיין פאר אים די טשערי אן טאפ.

למעשה מיין איך קען מען נישט זאגן אהין אדער אהער. טראמפ חוץ זיין גאווה, איז ער אומפולסיוו און ער פייפט נישט נאר אויף די וועלט, נאר אויך אויף זיינע ראטגעבער. אפילו אויב ער האט נעכטן געקלערט אז ער איז גרייט נאכצוגעבן כך וכך, קען ער מארגן באשליסן פארקערט, וכן להיפך.
דינסטאג יוני 12, 2018 9:33 am#405781
וואס איז שלעכט אז היסטאריע באשרייבט זיין מוסלעם בען? זייער א העלדישע און וויכטיגע שריט!! רוב אמעריקע שטיצט עס.
דינסטאג יוני 12, 2018 11:16 am#405792
Re: אמעריקע און צפון קארעא סאמיט אין סינגאפור
מיין ערשטע געדאנק איז געווען צו ענטפערן. למעשה האב איך געקלערט אז דו ביסט מן הסתם א טראמפ שטיצער, און סיי וואס איך וועל שרייבען גייסטו בלייבן ביי דיין מיינונג, ממילא איז א שאד די ווערטער.
דינסטאג יוני 12, 2018 1:52 pm#405805
עס איז גאר מעגליך עפעס אנדערש.

איך האב געליינט אז די אלע יארן וואס קארעא איז געווען איזאלירט, האבען זיי געלעבט פון טשיינע. יעצט איז טשיינע בייז אויף זיי און וויל נישט מיט זיי האנדלען, האבען זיי געהאט א ישועה פון רוסלאנד. אבער יעצט איז רוסלאנד באנקראט צוליב די סאנקציעס וואס די פריערדיגע אדמיניסטראציע האט ארויף געלייגט אויף זיי.

צוליב דעם האט טראמפ געפיהרט זיין Make China Great Again קאמפעין, לגבי ZTE. ער וויל זיי אפצאלען נישט צו לאזען א וועג ארויס פאר נארט קארעא.

בקיצור, אלעס איז א תולדה פון די יארן-לאנגיגע סאנקציעס, און צום סוף עסט מען די פירות דערפון.

ללמדך, אז קאמפליצירטע זאכן נעמען צייט, און עס איז זינלאז צו משפט'ן לויט די ערשטע בליק.

(איך ווייס נישט צו די זאכן זענען אמת, נאר מעגליך איז עס זיכער).
דינסטאג יוני 12, 2018 5:34 pm#405842
רבינו הליטוואק פון בודאפעסט - האסט זייער א גוטע פוינט !!
נישט אומזיסט זאגן חז"ל אז דיו אילו ימי וכו' וועט מען נישט קענען שרייבען חללה של רשות (מלכות)
דינסטאג יוני 12, 2018 10:31 pm#405855
דינסטאג יוני 12, 2018 10:45 pm#405857
מיטוואך יוני 13, 2018 2:40 am#405871
גיט
מיטוואך יוני 13, 2018 7:14 pm#405936
ויהי אחרי: די ווילדע רייזע ביז צום סאמיט

דורך: זונדל שאלאמאן

מען קען שוין אפאטעמען, דער סאמיט צווישן פרעזידענט דאנאלד טראמפ און צפון קארעא טשעירמאן קים יאנג אן איז שוין פארביי, די שטויב הייבט זיך אן צו זעצן, און ווידעראמאל זעט זיך ארויס די ‘לב מלכים ושרים ביד השם’.


עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי מאדנע זאכן פארן אין די היינטיגע וועלט, די צוויי פירער וואס ווערן באטראכט אין טייל פון די וועלט אלס ווילדע און אגרעסיווע האלבע משוגעים, וועלכע האבן זיך קוים פאר עטליכע מאנאטן צוריק געסטראשעט אויף א קינדערישן פארנעם איינעם מיטן צווייטן אויף די ‘בולי שפראך’, זענען אצינד געזעסן פאניע פראט איינער נעבן צווייטן, און געמאכט היסטאריע.
דאס איז זיכער אז אזא שריט וועט ברענגען פרידן און סטאביליטעט, יעדע לאנד וואס פארמאגט די נוקלעארע וואפן איז א געפאר, איבערהויפט ווען עס ליגט אין די הענט פון א ווילדער דיקאטור אין צפון קארעא, וואס האט אומגעברענגט אייגענע פאמיליע מיטגלידער פאר נארישע לעכערליכע טענות, און אונטער אים זענען פארשמאכט הונדערטער טויזנטער בירגער וואס האבן נישט קיין אייגענע מיינונג, און ווערן קאנטראלירט דורך זיין אייזענעם פויסט.


ווילאנג די צוויי לענדער וועלן ווייטער פירן געשפרעכן, האבן מיר אפאר מינוט צו אנאליזירן די מצב, און באטראכטן ווי אזוי זאכן זענען געפארן, פון וואס מיר וועלן שטוינען וויאזוי די ווילדע רייזע צום סאמיט, האט זיך געענדיגט אזוי פריינטליך…
***

אפריל 2013 – דאס ערשטע מאל וואס דאנעלד טראמפ האט וואס צו זאגן איבער קים יאנג אן, ארום 2 יאר איידער ער האט געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר פרעזידענטשאפט אין די פאראייניגטער שטאטן. טראמפ האט געווארנט דעם דעמאלטדיגן פרעזידענט באראק אבאמא – און ווי דען אויב נישט אויף טוויטער – איבער דער “משוגענער איינער, דער אכט און צוואנציג יעריגער פון צפון קארעא”.
יאנואר 2016 – דא האלט שוין טרמאפ אין די רעפובליקאנער פריימעריס וועלכע איז נאך געווען אין אירע ערשטע שטאפלען, ברענגענדיג אן אומגעוונליכע פאלעסי פון די רעפובליקאנע אויסערן פאלעסי, אויף וועמענ’ס טיקעט ער איז געלאפן. אין א רעדע וואס ער האט געזאגט ביי איינע פון די קאמפיין אויפטריטן, לאזט ער פאלן ווערטער: “אז איר וועט באטראכטן צפון קארעא, דער בחור, כ’מיין צו זאגן אז ער איז טאקע א סארט צעפידלטער, אבער מען דארף אים געבן קרעדיט… ער איז געווען 25 אדער 26 ווען זיין טאטע איז געשטארבן, וויפיל אזעלכע יונגע מענטשן זענען מצליח צו איבערנעמען אין די האנט אריין די פירערשאפט, און באפעלן די הארטנעקיגע לאנגיעריגע גענעראלן? דאס איז א וואונדערבארע זאך ווען מ’קלערט עס איבער. כאטש וואס עס איז דא דארט קולטור אינטערעסן, האט ער באוויזן זיך צו שטארקן, ער איז דער באס, ער האט געווארפן דעם פעטער, געווארפן דעם יעניגן. ער שפילט זיך נישט ארום מיט שפילערייען, און מיר קענען זיך אויך נישט ארומשפילן מיט אים”…


פעברואר 2016 – טראמפ, אלס א קאנדידאט אין די רעפאבליקאנע פריימעריס, רעדט אויף א שאו פאר CBS מיט א פעסטקייט און שטייפקייט: “איך וועל צוברענגען כינע זיי זאלן צוברענגען אז דער בחור’ל זאל פארשוואונדן ווערן, אויף אזא וועג אדער אויף אן אנדערע. ער איז א שלעכט בחור’ל, און מ’קען נישט פארמינערן אין זיין ווערד”.
מאי 2016 – שוין אלס דער רעפובליקאנער ערוועלטער פריימערי קאנדידאט אין די עלעקשאנס, האט טראמפ איבעראשט אמעריקע זאגנדיג פאר די “רויטערס” נייעס אגענטור: “איך וועל רעדן מיט אים; כ’האב נישט קיין שום פראבלעם צו רעדן מיט אים”…
אפריל 2017 – אין אן אינטערוויו צו CBS, ממש א קורצע צייט נאכן איינגעשוואוירן ווערן אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, ווערט טראמפ אנגעפרעגט אויב ער קלערט פון אטאקירן די איזאלירטע צפון קורעא רעזשים, אויף וואס ער האט געענטפערט: “דאס איז א שאכמאט שפיל, איך וויל נישט מ’זאל וויסן וואס איך טראכט. מען פרעגט מיר אויב ער איז משוגע? איך ווייס נישט. מיט דעם אלעם – אסאך וועלן נישט גלייכן אז איך זאג עס – ער איז א יונגער מענטש וואס האט פעסט גענומען א פאזיציע און ער פארמעסט זיך מיט גאר הארטנעקיגע מענטשן – און אין אזא יונגע עלטער האט ער דאס באוויזן. אסאך האבן פרובירט מיט כח אים אוועקצוכאפן די מאכט, מוז זיין אז ער איז א קלוג בחור”.
מאי 2017 – ווידער א סופרייז, דאסמאל ביי אן אינטערוויו פאר בלומבערג, ווען ער מעלדט צום ערשטן מאל אלס פרעזידענט אז ער איז גרייט צו באגעגענען קים פנים אל פנים. “אויב וועט זיין פאסיג זיך צו טרעפן מיט אים, וועל איך דאס אויסדרוקליך טון, עס וועט מיר זיין א כבוד. אונטער די ריכטיגע אומשטענדן וועלן מיר זיך באגעגענען. רוב פאליטיקאנטן וועלן דאס אין לעבן נישט זאגן, אבער איך זאג אייך, איך וועל דאס טון אונטער די פאסיגע אומשטענדן”.
יולי 2017 – נאך א מיסל טעסט פון צפון קארעא, שיקט טראמפ ארויס א קורצע טוויט: “דער בחור’ל האט נישט עפעס בעסער’ס וואס צו טון אין זיין לעבן?”
אוגוסט 2017 -א פרישע רונדע פון סאנקציעס לאזט זיך ארויס אויפן וועג צו דערשטיקן צפון קארעא. די רעזשים פון קים שיקט ארויס א ווארענונג פון פיאנגיענג, מיט א סטראשע אז זיי וועלן דערלאנגען פאר אמעריקע “א נקמה טויזענט מאל אזוי שטארק”.


דא האט זיך אנגעהויבן די אנגעצויגענע שטימונג דירעקט צווישן טראמפ און קים, פון דארט ביז נעכטן זענען זאכן געפארן שארף, זיך ארויסלאזנדיג אין א קייט פון שארפע סטראשונקעס, באליידיגונגען, שפעטערייען, שפעטערייען, אין א פארמעסט ווער עס קען בעסער זיך גרויסן און דערנידערן זיין אפענאנט.
אוגוסט 8 2017 – א טאג נאך די סטראשע פון צפון, ווייזט טראמפ אז מיט סטראשונקעס איז ער גארנישט אונטערשטעליג… עס איז געקומען די שארפסטע רעאקציע פון טראמפ ביז דאן, ווען ער האט קאמענטירט אויף א באריכט אין וואשינגטאן פאוסט אז צפון קארעא האט א נוקלעארע שפיץ וואס מ’קען ארויפשטעלן אויף מיסלס. “עס איז בעסער אז זיי לאזן זיך נישט נאכאמאל הערן מיט סטראשונקעס קעגן די פאראייניגטע שטאטן” האט טראמפ געזאגט פאר רעפארטער. “זיי וועלן זיך אנשטויסן אין פייער און צארן וואס די וועלט האט נאך קיינמאל נישט געזען”.
צפון איז נישט שטיל געבליבן, נאר געסטראשעט מיט א מיסל וואס וועט פליען העכער יאפאן, און פליען ביז צום אמעריקאנער קאנטראלירטער איזנל גואם, אינעם פאסיפישן אקעאן.
סעפטמבער 2017 – טראמפ טרעט אויף אין א שארפע רעדע ביים דזשענעראל אסעמבלי אין די יו. ען. וואו ער רופט צו אויסליידיגן די קארעא האלב אינזל פון נוקלעארע וואפן, צולייגנדיג אז “אויב וועט נישט זיין נאך אן אויסוועג, וועלן מיר מוזן פארניכטן צפון קארעא”. אין יענע געלעגנהייט האט ער געטראפן א קנאקעדיגע צו-נאמען פאר קים יאנג אן, “דער ראקעט מאן” מיט וואס ער האט זיך אנגעהויבן צו באנוצן שפעטער, זאגנדיג אז “דער ראקעט מאן איז אין א זעלבסטמארד מיסיע”
פון פיאנגיענג איז צוריק א שפאטישע רעאקציע, ווען דער אויסערן מיניסטאר פון צפון רי יאנג הא האט געזאגט אז “דאס הערט זיך ווי א הונט וואס בילט”. שפעטער האט ער צוגעלייגט אז “די וועלט דארף געדענקען ווער עס איז געווען דער ערשטער צו דערקלערן קריג אויף אונזער לאנד”, וועלנדיג דערמיט אנדייטן אז זיי וועלן נוצן שטארקע מאכט זיך צו פארטיידיגן. טראמפ האט זיך נישט דערשראקן, נאר געענטפערט אז “כ’האב געהערט וואס דער אויסערן מיניסטאר זאגט, ער רעדט דאך אין נאמען פון דעם קליינעם ראקעט מאן, זיי וועלן נישט זיין נאך צופיל צייט אויפן האריזאנט”….


אין די אפיציעלע סטעיטמענט פון די אויסטרען מיניסטעריום פון צפון קארעא, האבן זיי געשריבן אז די אויפפירונג פון טראמפ איז ווי א צעמישטער מענטש, און אז ער איז א טיפש. א טאג שפעטער האט טראמפ ווידער געשריבן “קים יאנג אן, וואס איז קלאר משוגע אז ס’אינטערעסירט אים נישט צו אויסהונגערן אדער אומברענגען זיינע אייגענע מענטשן, וועט שטיין פאר א פראבע אזויווי ער איז נאך אין לעבן נישט געשטאנען”.
נאוועמבער 2017 – נאך וואס קים האט אנגערופן טראמפ אלס אן “אלטער”, האט טראמפ רעאגירט אויף טוויטער: “פארוואס באליידיגט מיר טראמפ אז איך בין אלט, כאטש וואס כ’האב אים קיינמאל נישט אנגערופן “נידעריגער גראבער”? נו, זאל זיין. איך פרוביר אזוי שטארק צו זיין זיין פריינט, אפשר וועט עס נאך איין טאג פאסירן”. אבער צוויי וואכן שפעטער, נאך א רעדע אין מיזורי וואס האט זיך גערעדט איבער די שטייער שניטן, האט טראמפ געלאזט פאלן ווערטער אז “דער קליינער ראקעט מאן איז א קליינער קראנקער הונט”.
אקטאבער 2017 – אין א פראוו צו בארואיגן די געמיטער פון ביידע זייטן, האט דער געוועזענער סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן באזוכט אין כינע. ער האט פרובירט צו אנקניפן דיפלאמאטישע פארבינדונגען מיט צפון, אבער טראמפ איז געווען זייער פעסעמיסטיש דערוועגן. “איך האב געזאגט פאר אונזער וואונדערבארער סעקרעטערי אוו סטעיט, אז ער שפענדעט צייט מיט פראוון צו פירן געשפרעכן מיט דעם קליינעם ראקעט מאן”… האט טראמפ געשריבן אויף טוויטער. “היט אויף דיין ענערגיע רעקס, מיר וועלן טון וואס עס דארף געטון ווערן”.
מערץ 2018 – א דעלעגאציע פון דרום קארעא באזוכט אין די ווייסע הויז, און האט איבערגעגעבן פאר טראמפ אז קים יאנג אן איז גרייט פאר געשפרעכן איבער זיינע נוקלעארע וואפן. טראמפ באשטעטיגט אז ער איז גרייט זיך צו טרעפן מיט קים, און שרייבט אויף טוויטער אז “קים יאנג אן האט גערעדט מיט דרום פארשטייער איבער צעווארפן די נוקלעארע וואפן, נישט בלויז עס איינפרירן. אין צוגאב צו דעם וועט מער נישט זיין אין די קומענדיגע צייט קיין נוקלעארע טעסט. געוואלדיגע פארשריט, אבער די סאנקציעס בלייבן אין קראפט ביז עס ווערט אן אפמאך. די באגעגעניש ווערט אויסגעארבעט”.
אבער דערמיט האט זיך דער באן פון דיפלאמאטיע נישט אפגעשטעלט. נאכן איינשטימען פאר א געמיינזאמער סאמיט, זענען נאך אונטערגעקומען אפאר שארפע אויסטוישן… (מיר האבן שוין געשריבן די סיבה דערפון אין א באזונדערע אנאליז פארגאנגענע וואך דא אויף אידישער ווינקל).
עס האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס צפון האט פארפירט און אראפגעריסן דעם אמעריקאנער זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן, ווסא האט געזאגט אז ער וויל מאכן מיט צפון קארעא אזא סארט מאדעל ווי ליביע. קים האט פארשטאנען אז מ’רעדט פון אומווארפן די רעזשים אזויווי עס איז געווען אין ליביע, ווען מואמאר קאדאפי האט אויפגעגעבן זיינע נוקלעארע וואפן, און דאן האט אמעריקע אים באזייטיגט פון בענקל.
די שארפע טענער זענען ווידער ארויסגעצויגן געווארן פון שופלאד, און עס האט זיך אנגעהויבן מיט סטראשונקעס, קים האט קלארגעשטעלט אז ער קלערט איבער צו ער איז נייגעריג אין א סאמיט, און דאן באליידיגט דעם וויצע פרעזידענט מייק פענס, אים באצייכענענדיג אלס א ליימענער גולם.
מערץ 24 – טראמפ האט געמאלדן אין א בריוו צו קים יאנג אן אז ער קענסלט די סאמיט צוליב די אויפברויז און פיינטשאפט וואס די צפון רעזשים ווייזט צו אמעריקע. אבער ער האט פארט געלאזט אן אפענער טיר צום סאמיט, און א קורצע צייט שפעטער האט טראמפ געמאלדן אויף טוויטער אז די פלענער פאר א סאמיט גייען פאראויס.
יוני 2018 – אנהייב חודש איז קים’ס רעכטע האנט געקומען באזוכן ניו יארק וואו ער האט זיך געטראפן מיט מייק פאמפעא, שפעטער האט ער געטראגן א בריוו צום ווייס טראמפ, וואס קים האט געשיקט דארט א באגריסונג פארן אמעריקאנער פרעזידענט, און דאן האט מען געמאלדן אז דער סאמיט וועט יא פארקומען, אום יוני דער צוועלעפטער.
דאן האבן ביידע זייטן אויסגעדרוקט זייער אפטימיסטישע סטעיטמענטס, און איבער די סאמיט קענט איר טרעפן א ברייטע דעקונג וואס מיר האבן באריכטעט בשעת מעשה דא אויף אידישער ווינקל, בשעת ווען די היסטארישע מאמענטן זענען פארגעקומען…
m https://yiddishevinkel.com/archives/13269 m
זונטאג יוני 30, 2019 2:18 pm#432462
א פרישע צוזאם טרעף צווישן טראמפ אין קים'לע על אדמת נארט קארעא

אינטערסאנט אז קיינער באריכט עס נישט דא אין די קאווע שטיבל.. אזא פיינע נייעס