Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יחוס און געזונט DNA טעסט

יחוס און געזונט DNA טעסט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12372
זונטאג יוני 10, 2018 10:33 am#405533
יחוס און געזונט DNA טעסט
לעצטנס איז געווארן שטארק אויפגעכאפט צו נעמען א
(Ancestry DNA (& Health test .

וואס איז דאס DNA testing? אן עקזאם אויף דעם דשענעטיק קאוד וואס א מענטש'נס די ען עי באשטייט פון.
דעם קאוד קען געטראפן ווערן אויף צעלן פון סיי וועלכע מענטשליכע מאטריאלן, פון א טראפ סאלייווע, צו א בליט אפדריק, אדער א דינע האר.

וויאזוי ארבייט דער טעסט? מען נעמט א סעמפל פון צעלן פונעם מענטש וואס נעמט דעם טעסט. סייענטיסטן שיידן אפ דעם די ען עי קאוד וואס דאס איז די הארץ פון יעדן צעל, וואס דאס אינהאלט אין זיך אלע פיזישע כאראקטעריסטיקן, טרעיטס, געזונט, קעריער סטעטיס, אדער די טשאנסען פון באקומען געוויסע מעדיקל קאנדישאן'ס.

די טאפ 5 טעסטן זענען:
MyheritageDNA קיט 59$
Ancestry קיט 69$
Living DNA קיט 79$
23andme אנסעסטי און געזונט קיט 139$
נאר אנסעסטרי איז ביליגער.
Vitagene אנסעסטרי און געזונט קיט 79$

פון דא.

איך האב געזעהן אן אינטערעסאנטע ערשיינונג פון פילע מענטשן וואס זענען אראביש אדער יוראפעיש, אז זיי האבן ארום 5% אידישע די ען עי.

אפאר פון די סייטס האבן אפשענס צו זעהן צו וועם מען איז רילעיטעד, און צו קאמפערן די די ען עי מיט נאך מענטשן.

וועט דאס מעגליך ארויסנעמען דור ישרים פון ביזנעס?
זונטאג יוני 10, 2018 10:47 am#405535
דור ישרים איין בלאף כידוע פין רוזנר פין לונדון אפאר רביס שקמים מאכל געלט
זונטאג יוני 10, 2018 10:49 am#405536
בת קול: ניין. דור ישרים וועט נאכמאכן די אלע טעסטינג אפשנס פון די אנדערע קאמפעניס. און זיי וועללן האבן נאכמער קליענטן, (בעז"ה)...!
זונטאג יוני 10, 2018 10:51 am#405537
Avrom האט געשריבן:דור ישרים איין בלאף כידוע פין רוזנר פין לונדון אפאר רביס שקמים מאכל געלט

ווילסט מסביר זיין?
זונטאג יוני 10, 2018 11:13 am#405540
עס איז נישט בלאף, עס איז נאר דא שטארקע טענות.
זונטאג יוני 10, 2018 11:55 am#405548
בערל: די פרייזן פון דור ישרים איז נישט צו פארגלייכן צו וואס די טעסטן קאסטן, און זיי גיבן פיל מער ווי קאמפעטיביליטי ריזאלטן.
זונטאג יוני 10, 2018 12:28 pm#405552
בת קול: ס׳וואלט געוועהן כדאי אז איר לייגט א לינק צו זייער וועבזייטל. איך האב שוין גענומען איינע פון די טעסטעס מיט אפאר יאהר צוריק. אבער אז איר עפענט א אשכול וועגן דעם. וואלט געוועהן פאסיג צולייגן א לינק. א דאנק.
זונטאג יוני 10, 2018 12:49 pm#405554
Re: יחוס און געזונט DNA טעסט
געליינט האביך ערגעץ אז מען דארף זיין געווארנט, ווייל די קאמפעניס פארקויפן די אינפא פאר מארקעטינג צוועקן

Sent from my iPhone X using Tapatalk
זונטאג יוני 10, 2018 12:59 pm#405555
בן ישי רוזנר האט געזאגט ןדי עלטערן זאלן זיך טעסטן און טאמער עס איז גיט דארף מען גארנישט אפאר רביס שקצים מאכן געלט
זונטאג יוני 10, 2018 1:10 pm#405556
ווער איז ראזנער? א דאקטער אדער א גענע עקספערט?
פארוואס דארפן זיך די עלטערן טעסטן און נישט די קאפל אליין?
זונטאג יוני 10, 2018 1:14 pm#405558
פארוואס דור ישרים איז גארנישט ווערד.
m http://www.collive.com/show_news.rtx?id=43267 m

זענען זיי בעסער? גיי ווייס.
זונטאג יוני 10, 2018 1:27 pm#405560
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס דור ישרים איז גארנישט ווערד.
http://www.collive.com/show_news.rtx?id=43267

זענען זיי בעסער? גיי ווייס.


עס קאסט ביי זיי 149$
דא איז א ליסטע פון וואס זיי טעסטן.
זונטאג יוני 10, 2018 1:34 pm#405562
Avrom האט געשריבן:בן ישי רוזנר האט געזאגט ןדי עלטערן זאלן זיך טעסטן און טאמער עס איז גיט דארף מען גארנישט אפאר רביס שקצים מאכן געלט

פארוואס דארף איך ציען ווערטער?
ווער איז ראזנער? וועלכע עלטערן הייסט ער טעסטן? וועלכע רבי'ס?
זונטאג יוני 10, 2018 1:50 pm#405564
דור ישרים איז אסאך טייערער ווי די טעסטן קאסטן באמת. אויך איז נישט קיין סוד אז מ'קען זיך אליינס טעסטן אין סיי וועלכע לעבּ.

די סיבה פארוואס מ'האט אייגעפירט די דור ישרים סיסטעם איז וויבאלד זיי האלטן די רעזולטאטן קאנפידענשעל, דהיינו, זיי זאגן קיינמאל נישט פאר קיינעם צו זיי זענען קעריערס פון סיי וועלכע גענעטישע פעלערן. זיי זאגן סך הכל צו ס'שטימט צו נישט. אויפצוהאלטן אזא סיסטעם קאסט אסאך און דעריבער זענען די קאסטן פיל העכער פון וואס די לעבּ'ס רעכענען. אויך איז דא מעגליכקייט פון אבּיסעלע קארופציע וואס איז גורם די הויכע קאסטן.
זונטאג יוני 10, 2018 2:13 pm#405568
נאך א חוצפה פון דור ישרים, זיי מאכן אלע קליענטן אינטערשרייבן זיך נישט צו טעסטן ערגעץ אנדערש. איך האב שוין געשריבן מיין געפערליכע עקספיריענס מיט זיי אין אן אלטן אשכול.
זונטאג יוני 10, 2018 2:46 pm#405574
בוני עולם האט א ספעציעלע אפטיילונג וואס גיט זיך אף מיט genetic testing , אבער סאיז בעיקר פאר משפחות וואס האבן פראבלעם עס צו פארמיידן עד זאל נישט פאסירן נאכאמאל
ביי איינער פון זייערע דינער'ס האט איינער א גערער יונגערמאן "יאלעס" גערעדט פון דעם און דערציילט אביסל אינסיידס פון דעם.
זונטאג יוני 10, 2018 2:50 pm#405575
בוני עולם האט א גור'ע יונגערמאן א מורא'דיגע מומחה וואס יעדע דאקטער וואס טוהט אין די זאכן קען עם. ער איז ממש א יחיד במינו.
זיין אפיציעל פרנסה איז אויפשטעלן לעבעטאריעס ארום די וועלט אריינגערעכנט סודי ארעביע...
זונטאג יוני 10, 2018 3:19 pm#405577
בת קול האט געשריבן:לעצטנס איז געווארן שטארק אויפגעכאפט צו נעמען א
(Ancestry DNA (& Health test .

וואס איז דאס DNA testing? אן עקזאם אויף דעם דשענעטיק קאוד וואס א מענטש'נס די ען עי באשטייט פון.
דעם קאוד קען געטראפן ווערן אויף צעלן פון סיי וועלכע מענטשליכע מאטריאלן, פון א טראפ סאלייווע, צו א בליט אפדריק, אדער א דינע האר.

וויאזוי ארבייט דער טעסט? מען נעמט א סעמפל פון צעלן פונעם מענטש וואס נעמט דעם טעסט. סייענטיסטן שיידן אפ דעם די ען עי קאוד וואס דאס איז די הארץ פון יעדן צעל, וואס דאס אינהאלט אין זיך אלע פיזישע כאראקטעריסטיקן, טרעיטס, געזונט, קעריער סטעטיס, אדער די טשאנסען פון באקומען געוויסע מעדיקל קאנדישאן'ס.

די טאפ 5 טעסטן זענען:
MyheritageDNA קיט 59$
Ancestry קיט 69$
Living DNA קיט 79$
23andme אנסעסטי און געזונט קיט 139$
נאר אנסעסטרי איז ביליגער.
Vitagene אנסעסטרי און געזונט קיט 79$

פון דא.

איך האב געזעהן אן אינטערעסאנטע ערשיינונג פון פילע מענטשן וואס זענען אראביש אדער יוראפעיש, אז זיי האבן ארום 5% אידישע די ען עי.

אפאר פון די סייטס האבן אפשענס צו זעהן צו וועם מען איז רילעיטעד, און צו קאמפערן די די ען עי מיט נאך מענטשן.

וועט דאס מעגליך ארויסנעמען דור ישרים פון ביזנעס?


וואס טוט מען נאכ'ן האבן די results , זיי האבן א dna ספאציאליסט וואס איר קען זיך דורכרעדן עפעס למעשה אדער עס איז נאר צו שטילען די נייגער?
זונטאג יוני 10, 2018 4:03 pm#405582
בן ישי האט געשריבן:
Avrom האט געשריבן:בן ישי רוזנר האט געזאגט ןדי עלטערן זאלן זיך טעסטן און טאמער עס איז גיט דארף מען גארנישט אפאר רביס שקצים מאכן געלט

פארוואס דארף איך ציען ווערטער?
ווער איז ראזנער? וועלכע עלטערן הייסט ער טעסטן? וועלכע רבי'ס?

בן ישי: הוא אשר דיברנו מקודם. דער מענטש אברם איז נאך פון די פארצייטישע מענטשן ווען קלעי טאבלעטס, נישט עפל טאבלעטס זענען נאך געווען אין באנוץ. ער קריכט פאר מענטשן אויף די נערוון. אזוי וויי זיין פארגענגער דיףףף עליו השלום...!

אברם מאור כשדים: הערזשע ביטע אויס מיין בקשה. איך בין גארנישט. עפר ואפר. אבער איך בעט דיך הייב אן צו שרייבן ווי א נארמאלער מענטש. און טריי נישט צו זיין קיוט. קיוט וועסטו זיין אינדערהיים. דא אויף קאווע שטיבל מאכסטו מענטשן נערוועז. איז בעסער אז דו שרייבסט בכלל נישט. יישר כח...!
זונטאג יוני 10, 2018 4:09 pm#405583
וכן למר
זונטאג יוני 10, 2018 8:52 pm#405615
דאנערשטאג יוני 14, 2018 3:15 pm#406037
דור ישרים
איך האלט אז עס איז שוין העכסט צייט אז מען זאל מאכן א דור ישרים טעסט אויב דער זכר און נקבה שטימען מיט קלוגשאפט, iq, שכל, וכו'
פרייטאג יוני 15, 2018 4:47 pm#406145
שמחה'לע קאפשטיק: ס'שטייט נישט אין ערגעץ אין די תורה אז די מאן און ווייב מוזן ביידע זיי קלוג און איבערגעשפיצט. אויב ביידע זענען תמימים איז דאך גאר גוט. נאר אפילו אויב דער מאן איז א חכם און די ווייב איז (ל"ע) א קוה. אדער פארקערט, איז דאך אויכעט גוט. ווייל איינער וועט פיהרן דאס רעדל. און די צווייטע וועט זיך לאזן פיהרן. די פראבלעים איז, ווען ביידע זענען חכמים. און איינער ווילל אייביג איבערקליגן און איבער שפיצן דעם צווייטן...דארט וועט (ח"ו) נישט זיין קיין שלום בית...!