מאנטאג יוני 11, 2018 6:20 pm#405735
ווי לאנג גייט דער ביטערער וויץ אנהאלטן? (אפיציעלע ארימקייט)
שוין ווידער האט די מידיא זיך גענומען צו אונזערע ביינער. דאס מאל איז עס 'פאקס ניוז' וואס האט היינט אנגעפאנגען א דריי-חלקים סעריע איבער חסידישע אידן. היינט רעדן זיי וועגן דעם מצב פון עדיוקעישאן, און די א.ג. ארימקייט וואס הערשט ביי אונז.
צו ערשט די שוידערליכע ציפערן:
שיכון סקווירא און קרית יואל זענען אפיציעל פון די ארימסטע פלעצער אין אמעריקע. די ציפערן וואס פאקס ניוז ברענגט ווייזט אז וויליאמסבורג איז נישט קיין סך הינטערשטעליג. די חסידישע געמיינדע ווערט גרעסער און גרעסער. אט האבן מיר דערגרייכט א מצב וואס אונזערס א רעפרעזענטאט אינעם ניו יארק סענאט האט אויפגעהאלטן דעם גאנצן ביליאנען-דאלארדיגן סטעיט בודזשעט וועגן אונזערס אן אישו. מיר זענען גרויסע נייעס איבער ניו יארק סטעיט, און מ'רעדט פון אונז איבער גאנץ אמעריקע.
די ארימקייט ציפערן וואס מיר ווייזן זענען פיין געווען ווען מיר זענען געווען א קליינע וויליאמסבורגער געמיינדע ארומגענומען מיט פארטאריקאנער שכנים. אז מיר זענען מקיים וידגו לרוב, מיר צעשפרייטן זיך לאורך ולרוחב, ווערט דאס א מצב פון א קריזיס. ווי לאנג קענען מיר אנהאלטן די שטיק? וואספארא קאטאסטראפע דארף פאסירן אז מיר זאלן זיך אין דער האנט נעמען אין אנפאנגען לעבן ווי נארמאלע מענטשן?
דער ציניקער אין מיר זאגט אז ס'איז א שאד צו רעדן. דער איינציגסטער וועג וויאזוי דער מצב וועט זיך טוישן איז אויב ס'וועט געשען ממש א קאטאסטראפע. דער חילול השם וואס דאס ברענגט יעדע שטיק צייט רירט אונז נישט פון ארט, די מאסן ארעסטן וואס מ'הערט פון צייט צו צייט ברענגט נישט קיין שינויים. וואס וועט אונז יא אויפוועקן פון שלאף?
אבער מ'האלט נאך נישט ביי אויפוועקן פון שלאף, דערווייל וועקט מען ניטאמאל. די אלע מצבים האבן ניטאמאל געברענגט אז די היימישע צייטונגען זאלן שרייבן וועגן דעם ענין - די נושא איז דערשטיקט, מ'קען נישט רעדן דערפון... מיר האלטן אזוי ווייט פון א ישועה, אז ניטאמאל איז דא א מעינסטרים מעורר וואס זאל רעדן ברחל בתך הקטנה. אז מענטשן זאלן נתעורר ווערן איז שוין גאר א ווייטער חלום.
אז כ'וויל מיר מצייר זיין אן אופן וויאזוי מיר וועלן זיך כאפן ביים קאפ איז עס נאר מיט מאסן-ארעסטן. אבער נישט 150 שווארצעס און פריעדמאנס, נאר 150 בלאאמו"רס, חדב"נס, בנש"קס, אראלים ותרשישים. אייגנטליך, זאל עס אפילו נאר זיין געציילטע פון דער צווייטער קאטעגאריע, און דער רבי וועט תיכף פאררופן דרשות התעוררות, און מהפך זיין אונזער גאנצן לעבנסשטייגער. שווארצעס און פריעדמאנס זענען פערפעקט קאנדידאטן פאר שבת-פעקלעך פון "דרור"; די טייטלבוימס און טווערסקיס דארף מען ראטעווען. און די פריעדמאנס וועלן זיך שוין דעמאלט קענען מיטכאפן.