Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » בריוו פון אידישע מאמע שאקעלט אויף היימישע וועלט

בריוו פון אידישע מאמע שאקעלט אויף היימישע וועלט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12384
פרייטאג יוני 15, 2018 1:57 pm#406122
בריוו פון אידישע מאמע שאקעלט אויף היימישע וועלט
א בריוו וואס איז היינט באקאנט געווארן צושאקעלט יעדע אידיש הארץ. א מאמע שרייבט וואס איז געשעהן נאכדעם וואס מ'האט זיך געווארפען מיט אירע קינדער און זיי נישט געוואלט אננעמען אין א היימישע סקול אין וויליאמסבורג , און ווי זי איז זייער העפפי מיט אירע קינדער אין פאבליק סקול היינט צו טאגס.

אונז פארליר מיר מענטשן אין די מאסען , און מ'שטיפט זיי אוועק מיט די אייגענע הענט. פון די בריוו זעהט מען קלאר אז די פרוי איז נישט קיין נארישע פרוי , זי פארשטייט וואס זי וויל און קען זיך אויסדריקען אין א בריוו. דאס איז די פירות פון אונזערע מחנכים וואס ווארפען זיך מיט אונזערע קינדער!!!
פרייטאג יוני 15, 2018 1:58 pm#406123
.
פרייטאג יוני 15, 2018 1:59 pm#406124
און איך האב געמיינט אז ס'איז א ערדציטערניש, מיינע חברים האגן געזאגט איך חלום
פרייטאג יוני 15, 2018 2:03 pm#406125
איך זעה נישט די חידוש דא. נאך א פארביטערטע OTD.
פרייטאג יוני 15, 2018 2:51 pm#406129
Re: בריוו פון אידישע מאמע שאקעלט אויף היימישע וועלט
זי שרייבט דאך אפן קעגן אידישקייט, נישט קעגן חרידים. נישט קיין וואונדער אז מען באגייט זיך אזוי קעגן איר. מען ווארפט זיך נישט סתם אזוי מיט קינדער אפילו שוואכע.

אזא בריוו באלאנגט נישט דא

Sent from my iPhone X using Tapatalk
פרייטאג יוני 15, 2018 3:04 pm#406131
טמיר האט געשריבן:זי שרייבט דאך אפן קעגן אידישקייט, נישט קעגן חרידים. נישט קיין וואונדער אז מען באגייט זיך אזוי קעגן איר. מען ווארפט זיך נישט סתם אזוי מיט קינדער אפילו שוואכע.

אזא בריוו באלאנגט נישט דא

Sent from my iPhone X using Tapatalk

Self fulfilling prophecy
מ'פייניגט יעדעם וואס טראכט א טראפעלע אנדערשט , און נאכדעם ווען יענער פארט אינגאנצען אפ זאגט מען "זעעעעיסט!!!"

אמת יעצט רעדט זי ליידער אינגאנצען על ה' על משיחו , אבער דאס איז נאר יעצט
פרייטאג יוני 15, 2018 3:16 pm#406132
אז מרת שפיצער איז העפּפּי און אז די 'פרייע פרוי' איז העפּפּי איז דאך גוט. יעדער איז צופרידן, קעיס קלאוזד.
פרייטאג יוני 15, 2018 3:21 pm#406133
המלוכה והממשלה האט געשריבן:Self fulfilling prophecy
מ'פייניגט יעדעם וואס טראכט א טראפעלע אנדערשט , און נאכדעם ווען יענער פארט אינגאנצען אפ זאגט מען "זעעעעיסט!!!"

אמת יעצט רעדט זי ליידער אינגאנצען על ה' על משיחו , אבער דאס איז נאר יעצט

דיינע ווערטער זענען א תוצאה פון דיין קרומע מהלך המחשבה. ס'גייט בערך אזוי:
די אידישע רעליגיע איז דאך קלאר אויפגעוויזן געווארן מיט 100 פראצענטיגע הוכחות, און אויב איינער איז איבערצייגט אז ס'איז שטותים איז ער א ליגנער. קיינער פארט נישט אפ פון קשיות, מ'פארט נאר אפ פון פארביטערטקייט, די אלע קשיות זענען נאר תירוצים. און די אלע OTD חברה זענען פשוט א רחמנות, זיי זענען קרבנות פון אונזער פארפוילטע סיסטעם.

האב איך נייעס פאר דיר. ס'דא מענטשן וואס גלייבן באמת נישט אין אידישקייט, און ס'האט גארנישט צוטון מיט פארביטערטקייט. אזויווי דו פארשטייסט אז רוב מענטשן וואס גלייבן נישט אין יאשקע גלייבן טאקע נישט אויף אן אמת, ללא קשר צו פארביטערטקייט, די זעלבע קענסטוו פארשטיין לגבי אידישקייט. די מאמע איז נישט אוועקגעשטופט געווארן דורך קיינעם, זי איז פשוט איבערצייגט אז אידישקייט איז בעלאוני. און אירע קינדער באלאנגען אין פאבליק סקול.
פרייטאג יוני 15, 2018 3:27 pm#406134
Re: בריוו פון אידישע מאמע שאקעלט אויף היימישע וועלט
נאכאמאל וואס מען עפענט א אשכול וועגן דער רשעות און שלעכטס פון אונזער סיסטעם אבער ווי געווענדליך הערט מען נישט די אנדערע זייט פון די מעשה.
עס קען זיין אמת אז מען האט איר מיט די קינדער געפייניגט בחינם על לא דבר, אדער קען זיין אז דער מוסד איז געווען גערעכט האלבוועגס.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פרייטאג יוני 15, 2018 3:53 pm#406139
ס'דא א טאטע אויך? אדער נאר א מאמע?
פרייטאג יוני 15, 2018 3:55 pm#406141
לפענ"ד: איז די פרוי (דיי פארביטערטע מאמע) שוין מלכתחילה נישט געווען ראוי אנגענימען צו ווערן אין א שטרענג ארטאדאקסיש/חסיד'יש'ע מיידל סקול. ווייל אז מ'קומט זיך נישט אודרך מיט איין מוסד זענען נאך דא גענוג מוסדות וואס קענען איינעם צופרידן שטעללן. און אויב נישט אזא חסיד'ישע סקול, איז דא גענוג שוואכערע אידישע סקוללס, וועלכע פאדערן ווייניגער. נאר אז מ'לויפט גלייך צום פאבליק סקול, איז א סימן אז דער לעבנסשטיגער פון יענע משפחה האט לכתחילה נישט געטויגט. און איז נישט געווען פאסיג פאר א שטרענג ארטאדאקסיש/חסידיש'ע סקול...!
פרייטאג יוני 15, 2018 3:56 pm#406142
בן אדם האט געשריבן:ס'דא א טאטע אויך? אדער נאר א מאמע?

בן אדם: זיי מדייק. די מאמע שרייבט אין איהר בריעף אז..."זי און איהר מאן"}...! איז דאך משמע אז ס'איז (מסתמא) דא א טאטע אויך...!
פרייטאג יוני 15, 2018 4:26 pm#406144
ווער האט מפרסם געווען דעם בריוו?
פרייטאג יוני 15, 2018 4:52 pm#406146
Re: בריוו פון אידישע מאמע שאקעלט אויף היימישע וועלט
ביטע טוישן די קעפל צו OTD
פרייטאג יוני 15, 2018 4:57 pm#406148
אינטערסאנט איך האב פארפאסט די אויפשאקלען פון די היימישע וועלט???
פרייטאג יוני 15, 2018 5:06 pm#406149
דער קעפל פונעם אשכול לויטעט: "בריוו פון אידישע מאמע שאקעלט אויף היימישע וועלט".
אין פאקט, איז יעדעס ווארט פונעם קעפל - ליגנט.


"בריוו"? דאס איז נישט קיין בריוו, נאר א פאשקעוויל. און טאקע ווי א פאשקעוויל וואס טראגט נישט קיין חתימה פון אן אידענטיפיצירטע מענטש (נאר "פארווייטאגטע עלטערן", "בני תורה", אד"ג), איז דאס אויך אונטערגעשריבן געווארן דורך א בן-בלי-שם.

"פון אידישע מאמע"? פארוואס זאל איך דאס גלייבן? אפשר האט מאסטער עס געשריבן, אפשר האט המלוכה והממשלה עס געשריבן, און אפשר האב איך עס געשריבן. בכלל, דער אויסדרוק שיינט ווי א היימישע ווייבל וואס שיקט א בריוו, ווען אין פאקט דערציילט דער/די שרייבער אז ער/זי איז גענצליך פריי.

"שאקעלט אויף היימישע וועלט"? ס'נישטא ווער ס'זאל לאכן. מאסטער וויל שאקלען א וועלט, נחום ראזנבערג וויל שאקלען א וועלט, און המלוכה והממשלה וויל שאקלען א וועלט, אלע פון זיי - אן קיין איבעריגע הצלחה. דער בריוו האט נאר אראפגעשאקלט פינף מינוט פון מיין לעבן (צוויי מינוט צו ליינען, און דריי מינוט צו שרייבן די תגובה), ותו לא מידי...
פרייטאג יוני 15, 2018 5:20 pm#406150
איך זעה נישט די חידוש דא. בסה"כ, גענומען עטליכע געדאנקן פון ק"ש און אפגעשריבן אין פארעם פון א בריוו.

סארי, איך ווער נישט אויפגעשאקלט. אפשר בין איך נישט א חלק פון די היימישע וועלט
פרייטאג יוני 15, 2018 7:33 pm#406162
שמעקעדיג: איכ'ל זאגן א דבר בשם אומרו. דער בריוו ערשיינט אויף דעם בלאג פון האסידיק 1. ער ברענגט עס אראפ מיט נאך א סאך אנדערע אינטרעסאנטע און נישט אינטרעסאנטע און געגנב'טע שטיקלעך. פון מיר אליין האט ער שוין געגנב'עט צוויי ווערטלעך וואס איך האב מחדש געווען דא אויף קאווע שטיבל...!
זונטאג יוני 17, 2018 1:37 am#406182
Re: בריוו פון אידישע מאמע שאקעלט אויף היימישע וועלט
גראדע נחום און מאסטער האבן יא אויפגעשאקלט די היימישע וועלט, המלוכה והממשלה טאקע נישט, סארי, מען קען נישט אויפשאקלען א וועלט אונטער די באקוועמליכקייט פון א ניק.