Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאמפיין פון הרב יואל ראטה צייכנט אפ ווענדפונקט

קאמפיין פון הרב יואל ראטה צייכנט אפ ווענדפונקט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 47 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12391
דינסטאג יוני 19, 2018 11:40 pm#406650
קאמפיין פון הרב יואל ראטה צייכנט אפ ווענדפונקט
דער היינטיגער טשערידי קאמפיין פון הרב יואל ראטה קומט צו אן ענדע אין די קומענדיגע מינוטן, און עס קוקט אויס אז עס וועט אנקומען צו דעם קאלאסאלן סכום פון א מיליאן דאלאר – טאפלט פון דעם אריגינעלן ציל פון 500 אלפים.

נישט מער ווי צען יאר צוריק איז הרב ראטה אויסגעשטאנען בלוטיגע רדיפות, העצערישע קאמפיינען, און זיצונגען אין התאחדות הרבנים. די גאס האט געשטורעמט קעגן אים און איבער זיינע נייע דרכים וועלכע שטייען אין קעגנזאץ צו וואס מ'איז געווען צוגעוואוינט.

די איבער 3,000 נדבנים האבן געוויזן אז זיי שטיצן דעם נחשון הרב ראטה, און האבן דראמאטיש דערלאנגט א פראסק פאר דעם כוחי ועוצם ידי פון דעם עסטאבלישמענט. נישט יעדער איז מסכים מיט יעדער נקודה פון הרב ראטה'ס שיטות, אבער די אלע נדבנים האבן געטראפן א נקודה אין זיין ריזיגן פראיעקט וואס זאל זיי מאכן ארויסנעמען געלט פון טאש.

דער סכום מענטשן וואס האבן מנדב געווען פאר די יונגע מוסדות וועלכע שטייט אויף איין מענטש הרב יואל ראטה, שטייגט היבש איבער דעם סכום פון מענטשן וואס האבן מנדב געווען פאר די גיגאנטישע לאנג-עטאבלירטע סאטמארער מוסדות ביי דעם פארגאנגענעם כ"א כסליו קאמפיין.
דינסטאג יוני 19, 2018 11:45 pm#406652
די האסט ארויס געכאפט מיין ווערטער פון מויל!
איך האב געוואלט דאס ארויס ברענגען אז נישט נאר די סכום וואס ער האט געשאפן איז נתפעל צו ווערן, נאר די סכום וויפל מענטשן האבן געגעבן איז נאך א גרעסערע חידוש!
ווי איך האב געשריבן אין די אנדערע אשכול גלייב איך אז ר' יואל אליין האט נישט געוויסט וויפל מענטשן האבן הנאה פון עם!
דינסטאג יוני 19, 2018 11:48 pm#406654
לאנג לעבן פרעזידענט טראמפ, לאנג לעבן ר' יואל ראטה, לאנג לעבן דער רעוואלוציע!!!
מיטוואך יוני 20, 2018 12:06 am#406663
יעצט געענדיגט

$1,003,240
ORIGINAL GOAL $500,000
101% OF $1,000,000 BONUS GOAL
3258 DONORS
מיטוואך יוני 20, 2018 1:32 am#406674
דו דריי טויזענט אנליין נדבנים מאכט סאך א גרעסער רעש ווי די צוואצינג טויזנט פון ביידע סטעדיומס ציזאמען.
סתם גוט ציגעדענקן אז אינטערנעט איז נאר מותר לצורך פרנסה לויט אלע גדולי פוסקי דורינו.
מיטוואך יוני 20, 2018 2:36 am#406685
ראובן האט געשריבן:דער היינטיגער טשערידי קאמפיין פון הרב יואל ראטה קומט צו אן ענדע אין די קומענדיגע מינוטן, און עס קוקט אויס אז עס וועט אנקומען צו דעם קאלאסאלן סכום פון א מיליאן דאלאר – טאפלט פון דעם אריגינעלן ציל פון 500 אלפים.

נישט מער ווי צען יאר צוריק איז הרב ראטה אויסגעשטאנען בלוטיגע רדיפות, העצערישע קאמפיינען, און זיצונגען אין התאחדות הרבנים. די גאס האט געשטורעמט קעגן אים און איבער זיינע נייע דרכים וועלכע שטייען אין קעגנזאץ צו וואס מ'איז געווען צוגעוואוינט.



איבערגעטריבן!!
250.000 איז די סך הכל, ס'איבריגע בעלאני... איך קען עס פין די נאנט

א מענטש וואס איז יארן די 'איינציגסטע' אויף אלע סאושעל מידיע, איז נאר נערמאל צו קלייבן אויפן נעט 3 אלפים משתתפים
לו יצוייר ער קען אין אלע שילן קלאפן אויפן בימה פאר נדבות, וואלט עס געווען א ווינדער
סע האלט נאכנישט דארט רעב ראובן, כאפ א וועק און זע רעאליטי.
מיטוואך יוני 20, 2018 2:43 am#406687
3,000 נדבות נישט נדבנים.

מ'קען געבן יעדע דאלער אויפאמאל און עס איס א באזונדערע דאונעישען.
מיטוואך יוני 20, 2018 7:53 am#406697
איסר האטלקי האט געשריבן:3,000 נדבות נישט נדבנים.

פונקט ווי ביי יעדן קאמפיין. דער קאמפיין פון סאטמאר כ"א כסליו האט אויך געהאט כפלים און איין דאלארדיגע נדבות. וויאזוי עס זאל נאר זיין איז 3,000 אן אסטראנאמישער ציפער.

לגבי דאס געלט איז אריינגעקומען טאפלט פון זיין ציל. אויך א גאר גרויסער חידוש.
מיטוואך יוני 20, 2018 10:47 am#406712
די סומע - דאס אריינגעקומענע - איז "מיט" די - צוגעזאגטע - מעטשונג פאָנדז, אדער - דערפראַגעט זיך - קומט נאך צו צי דעס די מעטשונג פאָנדז?
מיטוואך יוני 20, 2018 10:54 am#406715
בן נריהו האט געשריבן:די סומע - דאס אריינגעקומענע - איז "מיט" די - צוגעזאגטע - מעטשונג פאָנדז, אדער - דערפראַגעט זיך - קומט נאך צו צי דעס די מעטשונג פאָנדז?

מיט.
נא בערל קים אריין קלאר...
מיטוואך יוני 20, 2018 10:58 am#406717
וואַס דאַס 'מעטשינג פאנדז' איזט?! 'צוזאמעפארנדע געלדמיטטעל' בעדארפן זי זאַגן.
מיטוואך יוני 20, 2018 11:39 am#406720
האט געוויזן אז די עולם שעצט זיין ארבעט און איז ווארים פאר די ישיבה
כאטש נישט יעדער וויל זיך ארויסשטעלן אפען, אבער ווען סקומט צו אריינווארפן אנליין איז מען גרייט איהם צו העלפן
מיטוואך יוני 20, 2018 11:41 am#406721
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לאנג לעבן פרעזידענט טראמפ, לאנג לעבן ר' יואל ראטה, לאנג לעבן דער רעוואלוציע!!!

אויכעט לאנגלעבן זאל לעבן לאנג :lol: :P :twisted:
מיטוואך יוני 20, 2018 12:50 pm#406730
לאנגלעבן איז אויך א חלק פון די רעוואלוציע?!
מיטוואך יוני 20, 2018 4:01 pm#406760
איסר האטלקי האט געשריבן:3,000 נדבות נישט נדבנים.

מ'קען געבן יעדע דאלער אויפאמאל און עס איס א באזונדערע דאונעישען.

דו האלסט אז זיינע מענטשן זענען געשטאנען און צוטיילט די נדבה אויף קליינע נדבות אלעס כדי עס זאל אויס זען ווי מיר נותנים?
מיטוואך יוני 20, 2018 4:10 pm#406764
במחילת כבוד ATUB @ראובן ATUB

קיין איינער האט נישט געהאט קיין טענות אויף ר' יואל ראטה אויף דאס וואס ער טוט היינט, אדרבה ואדרבה ער איז זייער וויכטיג פאר די עתיד פון אסאך אינגעלייט וואס דארפן דאס האבן, ער ראטעוועט אסאך מענטשן פון רוחניותדיגן אפגרונד! איך האב מיך אויך משתתף געווען (אפי' איך האב געוואוסט אז א פראצענט גייט פאר די שמות אנלייגעריי אין די שוהלן, אונטערן פאן פון 'התחזקות').

וואס ר' יואל ראטה האט געטוהן צען יאר צוריק, איז נישט דאס וואס ער טוט היינט, דעמאלטס האט ער גענומען ערנסטע בחורים מיט גוטע קעפ אין זיי פארדרייט א קאפ צו דאווענען גמרא וכו'.


ס'איז אן עוולה פון דיין זייט צו איבערשרייבן היסטאריע, אבי צו קענען פייערן א דורכפאל קעגן די עסטעבלישמענט (בעת וואס די עסטעבלישמענט האט גארנישט קעגן אים כהיום יום)
מיטוואך יוני 20, 2018 4:35 pm#406768
גוט געזאגט יעקב מענטש,
יואלי ראטה טוט אויף מוראדיגע זאכן פאר געוויסע מענטשן, אבער עס פארענטפערט נאך אלס נישט די מענטשן כאפעריי פון 10 יאר צוריק.
מיטוואך יוני 20, 2018 6:14 pm#406776
די כאפעריי בעלאני דאס איז דאך געווען די רדיפות פון וואס מ'רעדט

דעס אז @יעקב מענטש זאל קומען נאך 10 יאר און זאגן אז היינט טוט ער שוין גוט אט דאס איז דער נידערלאגע פון די בלוט צאפערס

בעסיקלי טוט ער אלעס די זעלבע פארשטייט זיך אז דעמאלט האט ער אנגעהויבן האבן מאנכע געקענאט באשטיין דאס אנצורופן כאפעריי און דערפאר פאר 10 יאר צוריק האט מען דעס אנגערופן אויף אזא וועג און יעצט רופט מען עס אן אזא וועג למוטב אט דאס איז דער נצחון
מיטוואך יוני 20, 2018 6:39 pm#406780
Re: קאמפיין פון הרב יואל ראטה צייכנט אפ ווענדפונקט
גאנצל האט געשריבן:די כאפעריי בעלאני דאס איז דאך געווען די רדיפות פון וואס מ'רעדט

דעס אז @יעקב מענטש זאל קומען נאך 10 יאר און זאגן אז היינט טוט ער שוין גוט אט דאס איז דער נידערלאגע פון די בלוט צאפערס

בעסיקלי טוט ער אלעס די זעלבע פארשטייט זיך אז דעמאלט האט ער אנגעהויבן האבן מאנכע געקענאט באשטיין דאס אנצורופן כאפעריי און דערפאר פאר 10 יאר צוריק האט מען דעס אנגערופן אויף אזא וועג און יעצט רופט מען עס אן אזא וועג למוטב אט דאס איז דער נצחון
די כאפעריי איז נישט געווען קיין באלאני איך קען פערזענליך א נארמאלע בחור וואס דער טאטע האט איהם געשיקט קיין וויען און ער האט זיך געגעסן דאס געזונט ווען ער האט נאר געלערנט משניות וכו'

Sent from my XT1060 using Tapatalk
מיטוואך יוני 20, 2018 6:55 pm#406781
אויף וואס דינגט מען זיך דא? דאס איז יעדער מודה אז ער איז געווען איינגעשטעלט אין וויען'ער מוסדות, נישט אין זיין אייגענע אדער מוהרא"ש'ס מוסדות, ממילא קען ער דארט קלאר נישט אויסלערנען און מחנך זיין אויף ברסלב'ער מהלכים אדער עכ"פ טוהן עפעס וואס די עלטערן און די מנהלי המוסד האלטן נישט דערפון און זיכער אויב האלטן זיי קעגן דעם, און צו ער האט טאקע געטון אזוי מיין איך איז נישטא איינער וואס דינגט זיך אויף דעם, איז קלאר אז ער האט געטון א ראנג זאך, די דיון קען נאר זיין וואס מ'דארף טוהן דערוועגן, אבער די טענה אז ס'איז א גוטע זאך וואס ער טוט אז ער איז מחזק שוואכערע נשמות אדג קומט בכלל נישט אריין ווען מ'רעדט פון די עוולה וואס ער האט געטון.
מיטוואך יוני 20, 2018 8:05 pm#406782
mevakesh האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:די כאפעריי בעלאני דאס איז דאך געווען די רדיפות פון וואס מ'רעדט

דעס אז @יעקב מענטש זאל קומען נאך 10 יאר און זאגן אז היינט טוט ער שוין גוט אט דאס איז דער נידערלאגע פון די בלוט צאפערס

בעסיקלי טוט ער אלעס די זעלבע פארשטייט זיך אז דעמאלט האט ער אנגעהויבן האבן מאנכע געקענאט באשטיין דאס אנצורופן כאפעריי און דערפאר פאר 10 יאר צוריק האט מען דעס אנגערופן אויף אזא וועג און יעצט רופט מען עס אן אזא וועג למוטב אט דאס איז דער נצחון
די כאפעריי איז נישט געווען קיין באלאני איך קען פערזענליך א נארמאלע בחור וואס דער טאטע האט איהם געשיקט קיין וויען און ער האט זיך געגעסן דאס געזונט ווען ער האט נאר געלערנט משניות וכו'

Sent from my XT1060 using Tapatalk

איך קען עטליכע וואס האבן געדארפט גיין אויף טערעפי צוריק צו ווערן נארמאלע בחורים נאכן דורכגיין זיינע יארן אין וויען.

היינט טוט ער שוין גוט לכו''ע, ווייל נאר אזעלכע בחורים וואס באלאנגען דארט קומען אן אהין, אמאל האט ער אבער געהאט פארכאפט פיינע נארמאלע בחורים.
מיטוואך יוני 20, 2018 8:22 pm#406784
יעקב מענטש האט געשריבן:במחילת כבוד @ראובן

קיין איינער האט נישט געהאט קיין טענות אויף ר' יואל ראטה אויף דאס וואס ער טוט היינט, אדרבה ואדרבה ער איז זייער וויכטיג פאר די עתיד פון אסאך אינגעלייט וואס דארפן דאס האבן, ער ראטעוועט אסאך מענטשן פון רוחניותדיגן אפגרונד! איך האב מיך אויך משתתף געווען (אפי' איך האב געוואוסט אז א פראצענט גייט פאר די שמות אנלייגעריי אין די שוהלן, אונטערן פאן פון 'התחזקות').

וואס ר' יואל ראטה האט געטוהן צען יאר צוריק, איז נישט דאס וואס ער טוט היינט, דעמאלטס האט ער גענומען ערנסטע בחורים מיט גוטע קעפ אין זיי פארדרייט א קאפ צו דאווענען גמרא וכו'.


ס'איז אן עוולה פון דיין זייט צו איבערשרייבן היסטאריע, אבי צו קענען פייערן א דורכפאל קעגן די עסטעבלישמענט (בעת וואס די עסטעבלישמענט האט גארנישט קעגן אים כהיום יום)

די עסטעבלישמענט האט גארנישט קעגן עם מער? וואלט ער געקענט אויפשטעלן א טענט מיט זיין דרשות ביי א ביהמ"ד אין וויליאמסבורג אזויווי ער האט נעכטן געטוהן ביי שומר שבת?
מיטוואך יוני 20, 2018 8:33 pm#406787
@בן ישי, די עסטעבלישמענט האט גארנישט קעגן איהם היינט אבער די וואונדען זענען נאך אפן פון וואס ער האט אפגעטוהן צען יאר צוריק
מיטוואך יוני 20, 2018 8:37 pm#406789
ראובן האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:3,000 נדבות נישט נדבנים.

פונקט ווי ביי יעדן קאמפיין. דער קאמפיין פון סאטמאר כ"א כסליו האט אויך געהאט כפלים און איין דאלארדיגע נדבות. וויאזוי עס זאל נאר זיין איז 3,000 אן אסטראנאמישער ציפער.

די ערשטע מאל זינט זיין אויפשיין וואס ער מאכט א אלוועלטליכע קאמפיין
3000, אינקלאדעד אסאך סינגל נדבות איז נישט אסטראנאמיש.
מיטוואך יוני 20, 2018 8:40 pm#406791
איש את רעהו האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:3,000 נדבות נישט נדבנים.

פונקט ווי ביי יעדן קאמפיין. דער קאמפיין פון סאטמאר כ"א כסליו האט אויך געהאט כפלים און איין דאלארדיגע נדבות. וויאזוי עס זאל נאר זיין איז 3,000 אן אסטראנאמישער ציפער.

די ערשטע מאל זינט זיין אויפשיין וואס ער מאכט א אלוועלטליכע קאמפיין
3000, אינקלאדעד אסאך סינגל נדבות איז נישט אסטראנאמיש.

די האסט געוויסט פון פריער אז ער האט אזויפיל שטיצער? זיי אליינס האבן דאס נישט געוויסט! והראי' אז די ארגינעלע ציל איז געווען האלב פון וויפל זיי האבן למעשה געשאפן.