Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הנגיד ר' יודל ליכטנשטיין

הנגיד ר' יודל ליכטנשטיין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12393
מיטוואך יוני 20, 2018 9:58 am#406709
הנגיד ר' יודל ליכטנשטיין
אונז אלע האבן דא מיטגעהאלטן די גרויסע קאמפיין פאר ישיבות ברסלב, ווי ס'איז אריינגעקומען די פאנטאסטישע סומע פון א מיליון דאלער, העכער אלע ערווארטונגן, איך האב ב''ה אויך געהאט א חלק זיך צו משתתף זיין.

ווען די קאמפיין האט געהאלטן עטוואס מער פון 650 טויזנט האט מען געזעהן א קליפ פון הנגיד ר' יודל ליכטנשטיין ווי ער זאגט אז ער גייט אליינס מעטשן 3 דאלער פאר יעדע דאלער פון 750 ביז א מיליאן דאלער, (א בליק האט עס אויך ארויפגעשטעלט אויף זייער וועבסייט) דאס איז חוץ די 125 טויזנט וואס ער האט שוין געמעטשט פון פארדעם.

יעצט איז די שאלה ווער איז די יודל ליכטנשטיין וואס האט זיך געלאזט קאסטן 250 טויזנט דאלער פאר ר' יואל ראטה'ס ישיבה, האט ער עפעס א קאנעקשן צו ברסלב? געט ער אין אנדערע פלעצער אויך? בקיצור וואס ליגט אונטער די מענטש?
מיטוואך יוני 20, 2018 10:55 am#406716
דער איד איז אן אמת'ער צדיק און א גרויסע בעל חסד. העלפט ארויס אידן וואו אימער ער קען נאר. א ריזן עושר. מערסטנס באקאנט מיט די מצוה פון פדיון שביום.

ארויסנעמען אידן פון תפיסה, ספעציעל אויף בעיל איז זיין ספעשילטי. ער לייגט אויס פון זיין אייגן טאש שטילערהייט שווערע מיליאנען אין בעיל פאר אידן'ס וועגן. ער איז שטארק באקאנט און רעספעקטירט אין די קארידארן פונעם יוסטיץ סיסטעם, ריכטער'ס גיבן איהם אסאך רעספעקט. ער אפערירט זייער שטיל און מאכט נישט קיין גרויסע עסק.
מיטוואך יוני 20, 2018 11:48 am#406722
זיין קשר צו ברסלב איז זייענדיג די לענדלאר פון די בנין אין ווילימסבורג.

איך האב געטראכט אז עס קען זיין אז ער גיט נישט קעש נאר איז מוחל א חוב..
דאנערשטאג יוני 21, 2018 1:26 am#406812
קורקלענד האט געשריבן:דער איד איז אן אמת'ער צדיק און א גרויסע בעל חסד. העלפט ארויס אידן וואו אימער ער קען נאר. א ריזן עושר. מערסטנס באקאנט מיט די מצוה פון פדיון שביום.

ארויסנעמען אידן פון תפיסה, ספעציעל אויף בעיל איז זיין ספעשילטי. ער לייגט אויס פון זיין אייגן טאש שטילערהייט שווערע מיליאנען אין בעיל פאר אידן'ס וועגן. ער איז שטארק באקאנט און רעספעקטירט אין די קארידארן פונעם יוסטיץ סיסטעם, ריכטער'ס גיבן איהם אסאך רעספעקט. ער אפערירט זייער שטיל און מאכט נישט קיין גרויסע עסק.

ווי איך פארשטיי, לייגט ער נישט אויס קיין קעש פון טאש פאר בעל. ער האט פראפערטיס אן א מארגעזש וואס זענען אפראווד ביי די קאורטס פאר בעיל און ווען מ'דארף ארויסנעמען א איד פון תפיסה וועט ער פאוסטן זיינע פראפערטיס פאר בעיל
דאנערשטאג יוני 21, 2018 2:05 am#406816
זיין לאוולי שלום בית...
דאנערשטאג יוני 21, 2018 2:33 am#406821
רבי יודל איז אויך פון די עמודי התווך און גיבט זיך אוועק פאר די מנין אין אשל אברהם.
דאנערשטאג יוני 21, 2018 9:03 am#406833
עמעזאן האט געשריבן:זיין לאוולי שלום בית...

זי האט געגעבן צוויי אהאלב טויזענט נאר אז ער זאל דארפען מעטשען נאך צוויי אהאלב טויזענט :lol:
דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:47 am#406846
עמעזאן האט געשריבן:זיין לאוולי שלום בית...

שטייט דארט אלל יער מענעדזמענט 10 אלפים
איז דאס יואלי גאלדמאן?
דאנערשטאג יוני 21, 2018 2:14 pm#406866
ר׳ יודל איז טאקע א צדיק. ער האט מיר געהאלפן אסאך. די סיבה פארוואס ער געט פאר ר׳ יואל ראטה איז דאך פשוט. ער האט געהאט א יונגל אויף די עלטער און זיין בן זקונים לערנט אין חדר פון ר׳ יואל ראטה ווייל די מוסד איז די מערסטע פאסיג פאר אים אין וויליאמסבורג.
דאנערשטאג יוני 21, 2018 3:36 pm#406872
סקרן האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:זיין לאוולי שלום בית...

שטייט דארט אלל יער מענעדזמענט 10 אלפים
איז דאס יואלי גאלדמאן?

יא
מאנטאג יוני 25, 2018 5:26 pm#407131
שבת אחים האט געשריבן:ר׳ יודל איז טאקע א צדיק. ער האט מיר געהאלפן אסאך. די סיבה פארוואס ער געט פאר ר׳ יואל ראטה איז דאך פשוט. ער האט געהאט א יונגל אויף די עלטער און זיין בן זקונים לערנט אין חדר פון ר׳ יואל ראטה ווייל די מוסד איז די מערסטע פאסיג פאר אים אין וויליאמסבורג.


איינער זאגט מיר אז ר׳ יודל׳ס זוהן לערנט נישט דארט. און זיין נאנטשאפט צו ר׳ יואל ראטה קומט ווייל ער איז פשוט די לענדלארד דארט און צוזעהנדיג די געוואלדיגע פעולות וואס ר׳ יואל ראטה טוט מיט בחורים וואס קיינער קימערט זיך נישט מיט זיי. קען זיין! איך האב אזוי געהערט פון איינער וואס איז נאנט מיט אים און ער טוט ביזנעס מיט אים, אבער סאיז מעגליך אז יענער האט א טעות.
מאנטאג יוני 25, 2018 8:06 pm#407145
מפי השמועה: אז ר' יודל ליכטנשטיין איז דער לענדלארד פון די ת"ת/ישיבה פון הרב ר' יואל ראטה שליט"א און ער זעהט זיינע געוואלדיגע פעולות לטוב מיט אידישע קינדער. און ער געט איהם א סאך הנחות. הרב ר' יואל ראטה און ר' בערי וועבער שליט"א זעהען ווי מ'ווארפט זיך נעבעך ארום מיט אידישע קינדער אין נאמען פון די תורה. די וועלכע מאכן די תורה פאר א קרדום לחפור בה, רח"ל. און זיי העלפן אידישע קינדער. און זיי וועללן זיין נוטל שכר כולם. ווי ס'שטייט אין די משנה אין פרקי אבות...!
דינסטאג יוני 26, 2018 12:41 am#407169
עמעזאן האט געשריבן:זיין לאוולי שלום בית...

זענען זיי טאקע חסידים פון ראטה
דינסטאג יוני 26, 2018 1:32 am#407171
berlbalaguleh האט געשריבן:מפי השמועה: אז ר' יודל ליכטנשטיין איז דער לענדלארד פון די ת"ת/ישיבה פון הרב ר' יואל ראטה שליט"א און ער זעהט זיינע געוואלדיגע פעולות לטוב מיט אידישע קינדער. און ער געט איהם א סאך הנחות. הרב ר' יואל ראטה און ר' בערי וועבער שליט"א זעהען ווי מ'ווארפט זיך נעבעך ארום מיט אידישע קינדער אין נאמען פון די תורה. די וועלכע מאכן די תורה פאר א קרדום לחפור בה, רח"ל. און זיי העלפן אידישע קינדער. און זיי וועללן זיין נוטל שכר כולם. ווי ס'שטייט אין די משנה אין פרקי אבות...!

די צווייטע האלב איז אויך מפי השמועה אדער אייגנס?
דינסטאג יוני 26, 2018 1:46 am#407172
איסר האיטלקי: אויב די צווייטע העלפט איז אויך אייגנס איז זייער שטארק אינטרעסאנט פון וואו די חכמי המשנה האבן געוואוסט וואס בערל בעל עגלה גייט שרייבן מיט 2 טויזנט יאר שפעטער...!
דינסטאג יוני 26, 2018 12:13 pm#407194
דער רבי האט געהאט א ווייטע בליק..
זונטאג יולי 22, 2018 1:05 pm#409503
אין מאמענט איז לעצטענס געווען א אינטערוויא מיט ר' יודל און בתוך הדברים האט מען עם געפרעגט צו ער האט שוין אמאל פארלוירן די בעיל וואס ער האט אויסגעלייגט פאר א יוד און די ענטפערט איז געווען יא! צוויי מאל האט ער געהאט וואס ער האט פארלוירן די בעיל ווייל די מענטשן זענען אנטלאפן און נישט אנגעקימען אין געריכט!
איין מאל האט ער פארלוירן 27 טויזענט דאללער און איינמאל 40 טויזענט דאללער!!
האט מען עם געפרעגט און? וואס האסטי געטוהן?
איך האב באצאלט און זיך אפגעווישט די נאז און געגאנגען ווייטער!!
גארנישט וועט מיר נישט אפהאלטן פון ווייטער אויסלייגן די געלט אז א יוד זאל זיין ארויס פון תפיסה א מינוט פריער!