Under maintenance
הויפט זייט » כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א

כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12455
דאנערשטאג יולי 19, 2018 12:18 pm#409291
כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א
דאס לצנות איז געוואלדיג גרויס, ס'איז די ניין טעג עס איז נישט קיין צייט פון טרייבן לצנות אבער אס עס גייט אמאל איבער די גרעניץ וויל זיך אביסל מיטטיילן מיט'ן ציבור הרחב

אמאל האט יעדער געוויסט ווען מ'האט גערעדט פון האצענפלאצע רבי וועם מ'מיינט, אפילו עס איז דא א ים מיט ספינקא רבי'ס, נדבורנא, קרעטשניף וכדו' האט אבער פארט יעדער געוויסט פון ווועמען מ'רעדט! דהיינו ספינקא רבי פון 18 עוויניו, פון וויליאמסבורג, טבא דשמואל וכדו' קרעטשניפער פון ארץ ישראל, נדבורנה פון חדרה וכדו' מ'האט מער ווייניגער געוויסט פון וועמען מ'רעדט - פאר וועם עס האט אינטערעסירט! -

ווער רעדט נאך פון גרויסע רבי'ס וואס האבען גרויסע קאמפעניס איז אלץ געוועהן א קלארקייט פון וועם מ'רעדט: וויזניץ פון אר"י/בני ברק, און די מאנסיער וויזניץ וכדו' אןו טאקע סאטמאר האט מען געריפען ארונים מיט זלונים זייער קלאר צי וויסען פון וועם די מדובר איז און דאס איז טאקע געווען די גרויסע דין תורה אין באבוב ווער האט "די נאמען" און ווער מיז צילייגען א שם לויי

אזוי ארבייט עס ביי יעדע קאמפעני און אזוי אויך ביי די רבי'ס מ'ווייסט אלץ פון וועמען מ'רעדט אמאל גלייך ביים זאגען: מאשעלוי סקווירא פאפא אדער דאראג, און אמאל מיז מען צילייגען א שטאט א נאמען א רמז צי מאכען קלארער די בילד.

דאס לצנות האט זיך אנגעפאנגען ווען די צוויי ברודער פון בני ברק זענען געווארען (גרויסע) רבי'ס אין איין שטאט, און די בלעטער מיט די פיקשער בוק'ס וכדו' האט זיך נישט געוויסט וויזוי צו ספראווען קיינעם נישט וויי צי טוהן! כדי נישט צו פארלירען אזעלעכע גרויסע קליענטען.... האבען זיי אלע געשריבען סת"ם "כ"ק אדמו"ר פון וויזניץ שליט"א" האט באזיכט זיין ברידער כ"ק אדמו"ר פון וויזניץ שליט"א און כ"ק אדמו"ר פון וויזניץ שליט"א האט ארויסבאלייט זיין ברודער כ"ק אדמו"ר פון וויזניץ שליט"א.

דאס אלעס איז נאך געוועהן אביסל פעינפול / פאני / אינטערעסאנט / משוגע / שמייכעל'דיג - יעדער לפי מה שהוא, וויזוי ער האט דאס אנגענומען - היצטערט אבער מיט נאך 8 כ"ק אדמו"ר פון וויזניץ שליט"א'ס אויף די מארקעט איז די לצנות אויף א גרויסע פארנעם, ארויס פון די גבולין אז נאר!!!

דא וועל איך מעתיק זיין אן ארטיקן דעם היינטיגען טאג פון JCN (באמת) עס ליינט זיך ווי פאלגענד:

וויזניץ: כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פארט היינט ארויס פון לאנדאן צום אפרוה שטאט חאלדודנא, ווי דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן צוזאמען מיט ש"ב כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א וועלכער איז געקומען פון בני ברק אויף אפרוה און מיט אחיו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וולכער איז געקומען אויף אפרוה פון בית שמש.

דער עולם האלט זיך אינטער, און עס בלייבט אונז איבער נאר איין ווארט צו וואונטשען פאר:
כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א

זייטס אלע שטארק מצליח און פירט אייער קהולות קדושות בישראל על מי מנוחות.... און פאר די אלע שרייבער "קיפ אפ יאר גוד ווארק" מיר ענדשויען זיך...

שישי ושמחו בשמחת רבינו
דאנערשטאג יולי 19, 2018 12:28 pm#409296
געטראכט דאס זעלבע ביים לייענען.

נאך אינטערסאנטער גייט זיין, נאך די הונדערט אין צוואנציג פון דעם אור מרדכי'ס קינדער, גייט זיך אנהייבן, כ"ק אדמו'"ר מוויזניץ מאנסי/ווילאמסבורג-בית שמש שליט"א האט באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בני ברק/בני ברק-בני ברק שליט"א

איר כאפט?
דאנערשטאג יולי 19, 2018 12:30 pm#409298
אמש הגיע לבקר האדמו"ר מויזניץ את אחיו האדמו"ר מויזניץ,
בביקור העלה האדמו"ר מויזניץ זכרונות מילדותו של האדמו"ר מויזניץ יחד עם האדמו"ר מויזניץ בצל אביהם הגדול האדמו"ר מויזניץ.
האדמו"ר מויזניץ כיבד עד למאוד את אחיו האדמו"ר מויזניץ,
ושעה ארוכה שוחחו יחד האדמו"ר מויזניץ עם האדמו"ר מויזניץ בדברים העומדים על הפרק.
יצויין, שזהו ביקור גומלין, לאחר שהאדמו"ר מויזניץ ביקר לאחרונה את האדמו"ר מויזניץ והאדמו"ר מויזניץ יצא מגידרו לכבד את אחיו האדמו"ר מויזניץ.
בסיום הביקור של האדמו"ר מויזניץ אצל אחיו האדמו"ר מויזניץ,
ליווה האדמו"ר מויזניץ את אחיו האדמו"ר מויזניץ
מקרית ויזניץ בבני ברק לקרית ויזניץ בבני ברק, והאדמו"ר מויזניץ הודה בחום לאחיו האדמו"ר מויזניץ על הביקור המרגש של האדמו"ר מויזניץ כזכור אצל האדמו"ר מויזניץ
והשיב האדמו"ר מויזניץ לאדמו"ר מויזניץ כי בקרוב האדמו"ר מויזניץ.......

פון דא
דאנערשטאג יולי 19, 2018 12:47 pm#409301
JDN
כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א וועט וויילן אויף דעם שבת אין חלדודנא אויף אפרוה, אזוי אויך וועט חתנו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א און אחיו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א דארטן וויילן אויף דעם שבת.
דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:07 pm#409304
תולדות אברהם יצחק'ער רעבין האט אמאהל דערציילט ווי פאלגנד:
דער רבי זכרונו לברכה איז אמאהל געוועהן א באזוך ביים רעבין זכרונו לברכה
און ער האט עם דערציילט אז ווען דעם אלטען רבין זכרונו לברכה איז געפאהרן צום אלטען רעבין זכרונו לברכה איז געוועהן כך וכך,
תרגום:
דער בעל דברי אמונה פון תולדות אהרן איז געוועהן א באזוך ביים בעל אמרי חיים פון ויז'ניץ,
און ער האט עם דערציילט אז ווען ר' אהר'לע (בעל 'שומר אמונים') איז געפאהרן צום בעל 'אהבת ישראל פון ויז'ניץ איז פארגעקומען עפעס א מעשה...
(דאכט'זיך מיר ר' יוס'ל קרויזער'ס ווארט, אבער איך בין ניט זיכער)
דאנערשטאג יולי 19, 2018 4:02 pm#409341
מענין לענין באותו ענין ווער ס'ווערט נישט דיזי זאל לאזען וויסן


בני ברק: שב"ק מטו"מ תשע"ח בחלנדודנא

בשעה 8.15 נכנס רבינו למנחה, לשמאל ארון קודש עמד כ"ק אדמו"ר שליט"א מבי"ש בשטענדער מיוחד

מנחה - הרב אלעזר האגער נכד כ"ק אדמו"ר שליט"א ממאנסי וחתן הגרח"מ ארנסטר רב דק"ק מנטשעסטר

שיעור הלכה - הרב חיים מאיר ארנסטר שליט"א - רב דקהילתנו במנטשעסטר

קבל"ש - הרב חיים מאיר ארנסטר שליט"א, לכה דודי - הנה"ח שלום בערקאוויטש. אחר התפילה עבר הקהל לפני מרן אדמו"ר שליט"א לברכת גוט שבת, ולידו עמד כ"ק אדמו"ר שליט"א מבי"ש

מרן אדמו"ר שליט"א ניגש למקום המיוחד ופתח בזמירות. כ"ק אדמו"ר שליט"א מבי"ש הגביה הכוס לקידוש, אחרי קידוש פתח בניגון מהר והבא. ונטל ידיו ובצע על החלות (לבוש בסטראקעס היות שאדמו"ר מבי"ש לבש במלבוש של תפילה), ורבינו המשיך הסעודה עם בני המשפחה

בשעה 12 נכנס מרן אדמו"ר שליט"א לשולה"ט (גם אדמו"ר שליט"א מבי"ש לבש גאלדענע קאפטן) וקראו קרי"ש של ערבית

פתח במנוחה ושמחה אח"כ פתח בניגון הקפה בעלזא

איחל לחיים והזכיר היארצייטן, האר"י הק' ; הקדושת ציון מבאבוב; ערוגת הבושם; רבי חיים קראסנער

העמידו יין

במשך כל השבת עירבו השיריים

בעת הקאמפאט שרו ניגון עתיק

רבינו שר "להודות לך" ואמר תורה

הילוכך - בנש"ק הרב יצחק יעקב דוד האגער שליט"א מסטראזניץ-לונדון. ברכהמ"ז הרה"ג ר' שמעון הירשלער שליט"א ר"מ בקהילתנו בלונדון

רבינו עמד לריקוד על ניגון יבנה המקדש, התיישב לצווייטע טיש, הגישו הפירות ורבינו קירבו גם לצד חתנו אדמו"ר מבי"ש, כיבד בצור משלו הרב יוחנן פינחס (בראמ"מ) טווערסקי שליט"א נכד חדב"ן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וחתן הרח"מ ארנסטר

בקה אכסוף כיבד הרה"צ רבי אברהם מונדרר מקאסוב-לונדון שליט"א

רבינו כיבד את חתנו כ"ק אד"ש מבי"ש באמירת דברי תורה. אח"כ שר רבינו ב'צמאה נפשי', אח"כ הרחיב רבינו שיח"ק על התקשרותו של הערוגת הבושם זצ"ל לדרכי החסידות (ורבינו התייחס כמ"פ לדברי חתנו בד"ת)

בחור הבר מצוה (בן הר"ר חיים יצחק (ברמ"י) אוביץ מב"פ) אמר הפשעטיל, ורבינו כיבד את אד"ש מבי"ש בשירת קה רבון חזו"ק. הטיש נגמר אחרי המארש בשעה 2

ביום השבת
בשעה 10.30 רבינו אמר תהלים וברכות אח"כ אמר ברכות אדמו"ר שליט"א מבי"ש

פסוקד"ז אד' מקאסוב-לונדון שליט"א; שוכן עד - אד' מבי"ש; שחרית - הרב יחיאל חיים הלברשטאם חתן הרח"מ ארנסטר

רבינו כיבד בפתיחה אד' מבי"ש; בעל קורא: הרב צבי מאיר משה שווארץ - לונדון.

כהן: הר"ר גדלי כ"ץ - לונדון; לוי: הנה"ח אלי' אדלשטיין - גולדרס גרין; שלישי: אד' שליט"א מבי"ש; רביעי: הרב יצחק יעקב דוד האגער; חמישי: הרה"ג שמעון הירשלר; ששי מרן אד' שליט"א, ועשה מי שברך מיוחד לאד' מהורדענקא; שביעי: הנה"ח הרב יונתן בנימין ווייס (בן הג'ר אשר) מירושלים; אחרון חזק: הרב אלעזר הלוי פעלדמאן בן הגר"ז רב דק"ק תורה עץ חיים לונדון; מפטיר: הנה"ח ר' נפתלי בערקאוויטש; הגבהה: הר"ר חיים שלמה דכנר - ירושלים; גלילה: הר"ר חיים יצחק אוביץ - ב"פ

מוסף כיבד נכדו הרב חיים מאיר האגער בן אד"ש מבי"ש

רבינו אמר אנעים זמירות, פתיחת הארון הרה"ח דוד גוטספעלד - לונדון

רבינו קידש על היין ואח"כ קידש אד"ש מבי"ש, רבינו בירך על המזונות והדגים וחילק לכל הילדים ובחורים, פתח בשיח"ק בגנות הקריאה בכתבי עת, במאמרו של הקדוש"צ אם סררו כפרה - מרוב עתים וימים, ורבינו הוסיף בצחות שאכן אלו הקוראים בצייטונגען הוא שיש להם מדי הרבה זמן - מרוב עתים. ובגנות הכלים המשחיתים שרבים חללים הפילה. ופתח בניגון שבענו


מיטאג טיש
רבינו - אסדר לסעודתא. חי ה' - אד"ש מבי"ש

מזמור לדוד: הר"ר יהושע פקשר - ב"ב

השמים מספרים - הר"ר ישראל חיים היימן - משב"ק אד"ש מבי"ש

קאדעריל: הנה"ח יעקב אדלר, ר' יהושע פקשר, נכדו הרב חיים מאיר האגער מבי"ש, בענטשן: הנה"ח נפתלי בערקאוויטש


בשעה 8.20 מסר ר' שמעון הירשלער שליט"א השיעור בפרק"א, ובסוף השיעור השתתף רבינו

בשעה 9.15 נכנס רבינו למנחה וכיבד נכדו הרב זלמן לייב (בן הר"א) ארנסטר וחתן אדמו"ר מבי"ש. רבינו ניגש לפתיחה; כהן: הב' חיים מאיר סנה מארה"ב; לוי: הר"ר יודא יוסף גרונספעלד - מנטשעסטר; שלישי עלה הרה"ח מרדכי אקשטיין הי"ו - מנטשעסטר. רבינו כיבד בהגבהה את הרב יוחנן פינחס טווערסקי ממנשטעסטר, בגלילה כיבד הר"ר יואל אלתר ראאב הי"ו - לעיקוואד

נטל ידיו לס"ג והיה מוכן י"ב חלות בנפרד לאדמו"ר מבי"ש. אחר הדגים עירב רבינו את הקערות וחילק שיריים ואיחל לחיים

מזמור לדוד: רבינו, הרב מאיר אדלר, הרב אהרן שמשון זעליג דויטש - לונדון. במארש הר"ר ישראל (בר"י) שטיינמעץ - לונדון. לפני התורה שר רבינו הורנו, בדא"ח הרחיב מענין התנהגות במידת האמת, וכן שיש לחנך הילדים על האמת

דרור יקרא ר' נפתלי הערץ שטערן - לונדון, בענטשן אדמו"ר מבי"ש, מעריב אד"ש מבי"ש, הגבה"כ להבדלה הר"ר נחום יואל פרענקל נכד רביה"ק הסב"ק, המבדיל הר"ר קלונימוס קלמן שטיין - לונדון

ועבר הקהל לברכת א גוטע וואך
דאנערשטאג יולי 19, 2018 8:12 pm#409369
.
דאנערשטאג יולי 19, 2018 8:16 pm#409371
אינטערעסאנט וויפיל ער האט אוועקגעגעבן פארן איידעם, מיין שווער געט מיר נישט קיין פינפטל.
מאנטאג יולי 23, 2018 2:04 am#409566
וואטסעפפ האט געשריבן:מזל טוב!!

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט א שידוך געטון, זיין עלטסטער אייניקל בן בנו הרה"ג ר' חיים מאיר האגער שליט"א חדב"נ כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א מיט די טאכטער פון הרה"ג ר' חיים מאיר האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וחדב"נ כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.

ביי די שמחת התנאים װאס איז פארגעקומען אינעם גרויסען וויזשניצער זאל (נאכדעם וואס די וויזניצער זאל איז געווען צו קליין צו אקאמאדירן אזא ריזן עולם) האבן זיך באטייליגט פילע טויזנטער חסידים, ובראשם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ואחיו כ"ק אדמו"ר שליט"א מוויזניץ ואחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א און זיין ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צופארן פון מאנטריאל לכבוד די גרויסע שמחה, ועל צבאם אחיו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ואחיו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.

ימים על ימי מלך תוסיף!!
מאנטאג יולי 23, 2018 4:29 am#409573
נקודת-אמת האט געשריבן:תולדות אברהם יצחק'ער רעבין האט אמאהל דערציילט ווי פאלגנד:
דער רבי זכרונו לברכה איז אמאהל געוועהן א באזוך ביים רעבין זכרונו לברכה
און ער האט עם דערציילט אז ווען דעם אלטען רבין זכרונו לברכה איז געפאהרן צום אלטען רעבין זכרונו לברכה איז געוועהן כך וכך,
תרגום:
דער בעל דברי אמונה פון תולדות אהרן איז געוועהן א באזוך ביים בעל אמרי חיים פון ויז'ניץ,
און ער האט עם דערציילט אז ווען ר' אהר'לע (בעל 'שומר אמונים') איז געפאהרן צום בעל 'אהבת ישראל פון ויז'ניץ איז פארגעקומען עפעס א מעשה...
(דאכט'זיך מיר ר' יוס'ל קרויזער'ס ווארט, אבער איך בין ניט זיכער)


נו? וואס איז אזוי פאוני? דער אהבת ישראל האבן אלע אלטע וויזניצער חסידים גערופן ״די אלטער רבי״. ר׳ יודלע, ר׳ מנחם מונדרער וכו׳. מיין טאטע רופט אויך דעם אהבת ישראל ״דער אלטער רבי״. איך וואלט פארשטאנען די שמועס אן הסברה.
מאנטאג יולי 23, 2018 9:02 am#409577
אבער וועלכע רבי ז''ל איז געווען ביי וועלכע רבי ז''ל? דאס וואלסטו שוין נישט געקענט וויסן, ווייל אפשר פארקערט.
מיטוואך אוגוסט 01, 2018 4:55 pm#410291
היינט נאכט קומט פאהר די חתונה פון הכלה בת האדמור מויזניץ {מאנטריאל} די חתן אן אייניקיל פון האדמור מויזניץ{מאנסי} און האדמור מביקסאד חתן כ"ק אדמור מויזניץ זצ"ל{מאנסי}
כ"ק האדמורים מויזניץ וועלן זיך באטייליגען
פרייטאג אוגוסט 17, 2018 11:01 am#411370
ויז'ניץ: האדמו"ר מויז'ניץ, וועט וויילן די שבת אין חלדודנא מיט א ענגע צאל מקורבים. צוזאמען מיט'ן רב'ין וועט וויילן דארט אויך זיין איידעם הרה"צ ר' יצחק טווערסקי בן האדמו"ר מסקווירא. דער רבי וועט זיך צוריקקעהרן למעון קודשו אין בני ברק קומענדיגע וואך הבעל"ט.

ויז'ניץ; האדמו"ר מויז'ניץ וועט וויילן די שבת אין דעם דערפל 'מאלויא' אין שווייץ, דארט וואו ער געפינט זיך די טעג אויף א אפרוה. קומענדיגע וואך וועט דער רבי פארן אהיים קיין ארץ ישראל, און וועט בלייבן דארט א וואך צייט. דערנאך וועט דער רבי פארן קיין אמעריקע פאר סליחות און שבת התוועדות און לעייקוואוד.

וויזניץ: האדמו"ר מוויזניץ וועט וויילן אויף שבת התוועדות מיט א גרויסער צאל נגידים אין מעזשיבוזש, סמוך ונראה לציון הקדוש פון מרן אור שבעת הימים הבעש"ט הקדוש זיע"א.

וויזניץ: האדמו"ר מוויזניץ וועט וויילן די שבת צווישן זיינע חסידים און אנהענגערס אין דער שטאט אנטווערפן בעלגיע. די תפילות וועלן אפגעהאלטן ווערן אין דעם וויזניצער בית מדרש, און די טישן וועלן פארקומען אין 'בית רחל' זאל.
מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:54 am#436323
מזל טוב! א "ניינטער" רבי לבית וויזניץ מאנסי, הרב יעקב יוסף טווערסקי, בן ר' אברהם דוב מראחמיסטריווקא מאנסי (חתן ר' מאטעלע זצ"ל) וחתן האדמו"ר מלויעב, איז נעכטן געקרוינט געווארן אלץ אדמו"ר מתולדות מרדכי שליט"א אין לעיקוואד.
מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:31 pm#436327
ריכטיג האט געשריבן:מזל טוב! א "ניינטער" רבי לבית וויזניץ מאנסי, הרב יעקב יוסף טווערסקי, בן ר' אברהם דוב מראחמיסטריווקא מאנסי (חתן ר' מאטעלע זצ"ל) וחתן האדמו"ר מלויעב, איז נעכטן געקרוינט געווארן אלץ אדמו"ר מתולדות מרדכי שליט"א אין לעיקוואד.

הרב יעקב יוסף טווערסקי - רב ק״ק וויזשניץ לייקוואד.
מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:32 pm#436328
דעהר הרב יעקב יוסף טווערסקי איז די עלסטע אייניקל פון ר׳ מאטעלע זי״ע?
דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 5:58 pm#436371
מיר האבען בקבלה פונעם בעש''ט אז עס איז דא ניין וועט זיין צעהן. (געזעהן אויף א וויזניצע גרופע לגבי די מספר החסידים פונעם רבין. אבער עס לאזט זיך אויך זאגן לגבי די ניין רביס).
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 2:16 am#436511
ריכטיג האט געשריבן:מזל טוב! א "ניינטער" רבי לבית וויזניץ מאנסי, הרב יעקב יוסף טווערסקי, בן ר' אברהם דוב מראחמיסטריווקא מאנסי (חתן ר' מאטעלע זצ"ל) וחתן האדמו"ר מלויעב, איז נעכטן געקרוינט געווארן אלץ אדמו"ר מתולדות מרדכי שליט"א אין לעיקוואד.


מזל טוב, די עקרה איז נפקד געווארן...

ס׳איז שוין לאנג דא עפעס א וויזניצער שטיבל אין לעיקוואד וואו ר׳ יעקב יוסף טווערסקי איז רב. אבער פארוואס איז ער געווארן אדמו״ר מוויזניץ און נישט אדמו״ר מראחמסטריווקא לעיקוואד?

נישט אז ס׳שטערט מיך בכלל כ׳פרעג סתם א קלאץ קשיא. ראחמסטריווקא איז נישט קיין גוטע ביזנעס?

איך קען אים גוט. איך פלעג לערנען ביי אים אין ישיבה. ער האט אזא שנעלע ווילדע קאפ.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 2:24 am#436512
שבת אחים האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:מזל טוב! א "ניינטער" רבי לבית וויזניץ מאנסי, הרב יעקב יוסף טווערסקי, בן ר' אברהם דוב מראחמיסטריווקא מאנסי (חתן ר' מאטעלע זצ"ל) וחתן האדמו"ר מלויעב, איז נעכטן געקרוינט געווארן אלץ אדמו"ר מתולדות מרדכי שליט"א אין לעיקוואד.


מזל טוב, די עקרה איז נפקד געווארן...

ס׳איז שוין לאנג דא עפעס א וויזניצער שטיבל אין לעיקוואד וואו ר׳ יעקב יוסף טווערסקי איז רב. אבער פארוואס איז ער געווארן אדמו״ר מוויזניץ און נישט אדמו״ר מראחמסטריווקא לעיקוואד?

נישט אז ס׳שטערט מיך בכלל כ׳פרעג סתם א קלאץ קשיא. ראחמסטריווקא איז נישט קיין גוטע ביזנעס?

איך קען אים גוט. איך פלעג לערנען ביי אים אין ישיבה. ער האט אזא שנעלע ווילדע קאפ.


ס'געווען די תולדות מרדכי חסידים וואס זענען געווען כצאן בלי רועה. נישט די וויזניצע און נישט די ראחמסטריווקא. דא רעדט מען פון אנשים וטף פון עדת תולדות מרדכי וואס זענען געקומען מיט א טענה פון למה נגרע.

וישמע ה' לקול שעוותם וישלח מלאך ההולך לפניהם להנחותם בדרך עד ביאת גואל צדק.

יחי...!
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 5:35 am#436517
שבת אחים האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:מזל טוב! א "ניינטער" רבי לבית וויזניץ מאנסי, הרב יעקב יוסף טווערסקי, בן ר' אברהם דוב מראחמיסטריווקא מאנסי (חתן ר' מאטעלע זצ"ל) וחתן האדמו"ר מלויעב, איז נעכטן געקרוינט געווארן אלץ אדמו"ר מתולדות מרדכי שליט"א אין לעיקוואד.


מזל טוב, די עקרה איז נפקד געווארן...

ס׳איז שוין לאנג דא עפעס א וויזניצער שטיבל אין לעיקוואד וואו ר׳ יעקב יוסף טווערסקי איז רב. אבער פארוואס איז ער געווארן אדמו״ר מוויזניץ און נישט אדמו״ר מראחמסטריווקא לעיקוואד?

נישט אז ס׳שטערט מיך בכלל כ׳פרעג סתם א קלאץ קשיא. ראחמסטריווקא איז נישט קיין גוטע ביזנעס?

איך קען אים גוט. איך פלעג לערנען ביי אים אין ישיבה. ער האט אזא שנעלע ווילדע קאפ.

איך געדענק אים דא אין וויזשניץ מאנסי ווען ער איז געווען רב אויף דר. פרענק, אויסגעזייגט יעדן איינעם ס'בערזל און דאן אפגעגאפלט קיין לעיקוואוד, ער האט ווארשיינליך גע'למה נגרע'ט פון זיין ערשטע קאזין אין בארא פארק.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 2:35 pm#436549
ווער איז זיין קאזין אין ב.פ.?
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 2:13 am#436590
פנחס שלום האגער ע"ה'ס זון.
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 2:32 am#436591
און שוואגער
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 12:02 pm#438586
דעם פרייטאג י״ז חשון איז געווארען 18 יאר, זייט די ליל שב״ק אור לי״ז חשון תשס״ב, וואס מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז צוריק צום טאטן כ"ק אדמו"ר הישועות משה מוויזניץ זי״ע.
ער איז אנגעקומען צום טיש בערך 2 מינוט פאר קידוש. נאך קידוש האט די טאטע אים שיין באגריסט.
--
אין ענגליש זאגט מען: And The Rest Is History