Under maintenance
הויפט זייט » "וועקער" טעלעגראם טשענעל

"וועקער" טעלעגראם טשענעל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12456
דאנערשטאג יולי 19, 2018 5:19 pm#409357
"וועקער" טעלעגראם טשענעל
צו באקומען די פריסטע אפדעיטס וועגן דעם "וועקער", שליסט אייך אן אינעם וועקער טעלעגראם טשענעל. דארטן וועלן מיר מעלדן איבער צוקונפטיגע אויסגאבעס, אזוי אויך וועלן מיר דארטן האבן קאווערס, סעמפלס, און אומזיסטע ארטיקלען פון פריערדיגע אויסגאבעס.

m https://t.me/derveker m
דאנערשטאג יולי 19, 2018 7:12 pm#409363
דאס לעצטע קשר וואס די וועקער האט געהאט מיט קאווע שטיבל האט מען שוין אויך סירקומווענטעד.
דאנערשטאג יולי 19, 2018 10:16 pm#409381
דערווייל נאנכנישט דא קיינע מודעות אויפן טשענל.
פרייטאג יולי 20, 2018 12:30 pm#409418
דאס האבן זיי יעצט ארויפגעשטעלט



חשוב'ע ידידים, ליינער, שטיצער און שרייבער פון דער 'וועקער': עס איז אונז א כבוד אייך אויפצונעמען אויף דער טעלעגראם פלאטפארמע, פון וואו איר וועט קריגן רעגלמעסיגע מודעות און הערות איבער דער 'וועקער' זשורנאל. עס איז אונז נאך א גרעסערע כבוד אייך צו לאזן וויסן אז דער זומער וועקער פון תשע"ח איז שוין כמעט גענצליך גרייט צום דרוק, און עס וועט אי"ה זיין גרייט פאר אייער פארגעניגן אויף שבת נחמו.
דער נייער וועקער וועט אייך פארזיכערן שעות פון קורת רוח. עס ענטהאלט אינטערעסאנטע אנאליזן, שמועסן מיט חשוב'ע פערזענליכקייטן, גרונטליכע פארש ארבעט, הומאריסטישע באטראכטונגען, און נאך. דער זומער תשע"ח וועקער וועט אנפילן אייער קאפ מיט ידיעות און אייך געבן הויפנס חומר למחשבה וואס וועט סטימולירן אייערע מוח צעלן פאר לאנגע חדשים און יארן.
טייערע ברידער, מיר ווייסן נישט ווער איר זענט, און איר ווייסט נישט ווער מיר זענען. אבער מיר ווייסן וואס פאראייניגט אונז. מיר זענען אחים לדעה; חסידישע אידן מיט א ברען פאר אידישקייט, פאר אמת און פאר יושר. מיר פארמאגן נישט קיין בנינים און קיין טישן, קיין עשירים און קיין בית המדרש. מיר פארמאגן אבער עפעס וואס איז זעלטענער צו טרעפן: אהבת ישראל, אהבת האמת און אהבת היושר.
אונזער הערליכער זשורנאל גייט איצט אריין אין דעם דריטן יאר פון איר עקזיסטענץ. זינט איר גרינדונג האט דער 'וועקער' זשורנאל זיך אויסגעברייטערט אויף אן אומגלויבליכע פארנעם, ביז עס איז צוגעקומען צו איר יעצטיגן שטאפל: אן ערשטקלאסיגע אויסגאבע פון העכסטן קאליבער וועלכע פארמאגט טויזנטער ליינער.
יא. איר ליינט ריכטיג. וועקער פארמאגט טויזנטער ליינער וועלכע שעצן און רעספעקטירן אונזער ווערק, און דאס איז די איינציגע סיבה פארוואס דער וועקער גייט אן מידי שנה בשנה. וועקער ווערט ארויסגעגעבן נישט מיט'ן ציל צו פארדינען געלט און כבוד, ווייל אויב יא וואלט אפילו דער ערשטער וועקער נישט ערשינען.
וועקער ווערט ארויסגעגעבן ריין לשם שמים, מיט'ן ציל אויפצוטון פאר אידנ'ס וועגן. מיר זענען נישט דא פאר א חודש אדער א יאר. מיר זענען דא פאר'ן לאנגן טערמין. וועקער וועט אנגיין אזוי לאנג ווי עס וועלן זיין אידן וואס ליינען אידיש און זענען אינטערעסירט צו הערן וואס מיר האבן צו פארקויפן. אונזער מעסעדזש צו אייך, אחינו בני ישראל, איז קלאר און דייטליך:

התעוררי התעוררי כי בא אורך.
קומי אורי, עורי! עורי! שיר דברי!
כבוד הויה עלייך נגלה!

ערב שבת חזון שנת תשע"ח
מערכת וועקער
פרייטאג יולי 20, 2018 12:39 pm#409423
קורקלענד האט געשריבן:דאס לעצטע קשר וואס די וועקער האט געהאט מיט קאווע שטיבל האט מען שוין אויך סירקומווענטעד.

חלילה, ס'איז נאר א בעסערער מיטל אנצוקומען גרינג און שנעל, און קענען מיטטיילן פיילס. מיר וועלן ווייטער דא אפדעיטן, פארשטייט זיך.
זונטאג יולי 22, 2018 3:40 pm#409514
טייערע ליינער,

היינט נאכט, מוצאי תשעה באב, בשעת'ן זיך דערכאפן דאס הארץ ביים טינקען קאקאש קעיק אין א גלעזל קאלטע משקה, וועט איר האבן די געלעגנהייט צו כאפן אן בליק אויף א בילד פון דעם 'וועקער' דעקל, וועלכע וועט ווערן ארויסגעשיקט פון אונזער קאמפיוטער צו אייערע טעלעפאנען דורך אונזער/אייער טעלעגראם קאנאל.
מאחורי הפרגוד האבן מיר געהערט אז דער וועקער וועט ענטהאלטן א גרונטליכע היסטארישע שמועס איבער דעם הייליגן ספר יצירה, וועלכע איז פון די סאמע יסוד פון די ספרי קבלה; א לענגערע אריינבליק אין די אנגעשטרענגטע באציאונגען צווישן חכמות חיצוניות און חכמת התורה אין לויף פון תקופת בית שני; אן אויסשליסליכע שמועס מיט איינעם פון די פראמינענטע הוגי דעות אין סאטמאר איבער דעם כינוס כללי; און נאך פילע אינטערעסאנטע ארטיקלען, עסייען און פאעמען, וועלכע וועלן אייך געבן לאנגע שעות פון קורת רוח.
קוקט ארויס אויף ווייטערדיגע מעלדונגען, און דערווייל ווינטשן מיר פאר גאנץ כלל ישראל א גרינגן תענית; שתיבנה ותיכונן עיר הקודש במהרה בימינו אמן.

אַשְׁרֵי מְחַכֶּה וְיַגִּיעַ וְיִרְאֶה עֲלוֹת אוֹרֵךְ וְיִבָּקְעוּ עָלָיו שְׁחָרָיִךְ
(רבי יהודה הלוי)
זונטאג יולי 22, 2018 7:05 pm#409530
דער וועקער האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:דאס לעצטע קשר וואס די וועקער האט געהאט מיט קאווע שטיבל האט מען שוין אויך סירקומווענטעד.

חלילה, ס'איז נאר א בעסערער מיטל אנצוקומען גרינג און שנעל, און קענען מיטטיילן פיילס. מיר וועלן ווייטער דא אפדעיטן, פארשטייט זיך.

ווען נישט ATUB @גדליה ATUB און ATUB @בן ישי ATUB ...........
זונטאג יולי 22, 2018 9:00 pm#409538
גייט מען נאך אפדעיטען דא אין שטיבל אלץ ארום די וועקער, עט ליעסט אזוי שטארק ווי מען בעט דא פאר שרייבער/ארטיקלען?
זונטאג יולי 22, 2018 9:06 pm#409540
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:גייט מען נאך אפדעיטען דא אין שטיבל אלץ ארום די וועקער, עט ליעסט אזוי שטארק ווי מען בעט דא פאר שרייבער/ארטיקלען?

אבסאלוטלי. דער וועקער איז קאווע שטיבל, און מיר רירן זיך נישט אוועק. ווי געזאגט איז טעלעגראם פשוט א פראטישע פלאץ צו קענען אפדעיטן, און מיר עצה'ן יעדן זיך אויפצוסיינען דארט. אבער אפילו ווער עס איז נישט אויפגעסיינט וועט זען אפדעיטס דא.
מאנטאג יולי 23, 2018 10:28 pm#409652
חשוב'ע ליינער און גוטע פריינט,
אין דעם יעצטיגן וועקער האלטן מיר אפ א שמועס מיט הגאון ר' מנשה פילאף שליט"א, אבד"ק מהר"י ט"ב, איבער זיינע פערזענליכע השקפות בנוגע ציונות און קנאות וואס אנבאלאנגט די סאטמארער כינוסים. הרב פילאף איז באקאנט מיט זיינע פילע מאמרים איבער השקפה און ציונות וועלכע ער פארשפרייט אין מערערע צייטונגען, און עס איז אונז א כבוד צו קענען דינען אלס א פרישע פלאטפארמע פאר'ן רב שליט"א.
אזוי ווי פיל ליינער האבן אנגעפרעגט צו דאס איז אן אויטענטישע אינטערוויו, ווילן מיר קלאר מאכן אז יא. דאס איז א פאקטישע שמועס וואס מען האט אפגעהאלטן מיט'ן רב שליט"א, אין וועלכן ער האט געלאזט הערן זיינע פערזענליכע אבזערוואציעס איבער דעם כינוס כללי.
אזוי ווי טייל ליינער ווילן וויסן אויב דער שמועס איז געווען אן אפיציעלע אינטערוויו דורך דער וועקער, ווילן מיר קלארשטעלן אז נישט. דער אינטערוויו איז געווארן אפגעהאלטן אלס א געווענליכער שמועס, צו הערן פונעם רב זיינע דעות בעניני השקפה אין די לעצטע געשעענישן.
דער זומער וועקער וועט בקרוב ממש זיין גרייט צו באשטעלן. מיר וועלן אייך לאזן וויסן ווי נאר עס ווערט גרייט צו קויפן.
הצלחה רבה!
דינסטאג יולי 24, 2018 12:06 am#409663
Re: "וועקער" טעלעגראם טשענעל
בן ישי האט געשריבן:חשוב'ע ליינער און גוטע פריינט,
אין דעם יעצטיגן וועקער האלטן מיר אפ א שמועס מיט הגאון ר' מנשה פילאף שליט"א, אבד"ק מהר"י ט"ב, איבער זיינע פערזענליכע השקפות בנוגע ציונות און קנאות וואס אנבאלאנגט די סאטמארער כינוסים. הרב פילאף איז באקאנט מיט זיינע פילע מאמרים איבער השקפה און ציונות וועלכע ער פארשפרייט אין מערערע צייטונגען, און עס איז אונז א כבוד צו קענען דינען אלס א פרישע פלאטפארמע פאר'ן רב שליט"א.
אזוי ווי פיל ליינער האבן אנגעפרעגט צו דאס איז אן אויטענטישע אינטערוויו, ווילן מיר קלאר מאכן אז יא. דאס איז א פאקטישע שמועס וואס מען האט אפגעהאלטן מיט'ן רב שליט"א, אין וועלכן ער האט געלאזט הערן זיינע פערזענליכע אבזערוואציעס איבער דעם כינוס כללי.
אזוי ווי טייל ליינער ווילן וויסן אויב דער שמועס איז געווען אן אפיציעלע אינטערוויו דורך דער וועקער, ווילן מיר קלארשטעלן אז נישט. דער אינטערוויו איז געווארן אפגעהאלטן אלס א געווענליכער שמועס, צו הערן פונעם רב זיינע דעות בעניני השקפה אין די לעצטע געשעענישן.
דער זומער וועקער וועט בקרוב ממש זיין גרייט צו באשטעלן. מיר וועלן אייך לאזן וויסן ווי נאר עס ווערט גרייט צו קויפן.
הצלחה רבה!
Ouch.
דאס איז א שווערע פיל פאר אים אראפצושלונגען.

חברה, אויב מיינט איר אז די וועקער האט שוין גענאסן די מאקסימום פובליסיטי שייך דאן ווארט נאר אויף די בריוו און דרשות וואס דער כ"ק 'רב שליט"א' וועט ארויסלאזן פונעם הייליג מויל צו באשמוצן דעם השכלה'דיגע אויסגאבע.

We are in for some serious fun along with free PR.
דינסטאג יולי 24, 2018 12:14 am#409664
איז דאס אויסגעהאלטן צו טון?
דינסטאג יולי 24, 2018 12:32 am#409667
מ'דארף אנפרעגן ביים טריביון.
דינסטאג יולי 24, 2018 12:41 am#409669
דער וועקער האלט זיך אבער פאר א העכערע לעוועל אויסגאבע ממילא איז עס אינטערעסאנט
דינסטאג יולי 24, 2018 4:09 pm#409709
Re: "וועקער" טעלעגראם טשענעל
בן ישי האט געשריבן:, און עס איז אונז א כבוד צו קענען דינען אלס א פרישע פלאטפארמע פאר'ן רב שליט"א.


וואס איז פשט פון די ליצנות?
דינסטאג יולי 24, 2018 4:31 pm#409711
לאמיר דאס אביסל צונעמען.
הרב פילאף שרייבט כסדר מאמרים און ארטיקלען וואו ער לאזט הערן זיינע מיינונגען איבער השקפה.
האט אים וועקער אנגערופן און געפרעגט זיינע מיינונגען איבער א נושא וואס הרב פילאף אליין האט שוין גערעדט בפומבי דערוועגן און געדרוקט מאמרים און צעטלעך איבער די גאסן.
יעצט טאמער האט וועקער פארדרייט זיינע ווערטער, איז א גרויסע עטישע פראבלעם. אויך אויב למשל האבן זיי גערעדט צו עם פריוואטע זאכן ווי למשל איבער זיין שלום בית וואס יעדער פארשטייט אז מ'איז נישט מפרסם, איז אויך א עוולה. אבער אויב זיי האבן סך הכל ציטירט א שמועס מיט אים אויף זאכן וואס ער אליין האט שוין גערעדט און געשריבן דערוועגן, זע איך נישט קיין פראבלעם. אדרבה איינער זאל מיך מסביר זיין וואס די אומעטישקייט דא איז. ר' מנשה איז נישט עפעס א פריוואטע מענטש א נחבא אל הכלים, ער לאזט הערן זיינע דעות און שיטות פאר יעדן וואס איז נאר גרייט צו הערן. פארוואס טארן די וועקער ליינער נישט הערן. (נישט אז איך האלט ער האט עפעס אינטרעסאנט צו זאגן, אבער דאס איז שוין א החלטה פאר'ן וועקער צו מאכן). דאס זענען עפעס סודות וואס נאר די "איד" ליינער מעגן וויסן אבער וועקער ליינער טארן נישט?
אפשר איז א פראבלעם אז ר' מנשה וואלט בכלל נישט געדארפט זאגן א דעה אין די אלע זאכן. אבער אז ער זאגט קומט זיך דאך פאר'ן ציבור מ'זאל הערן וואס ער האט צו זאגן.
דינסטאג יולי 24, 2018 4:35 pm#409713
יעצט טראכט איך ווער ווייסט אפשר האט ר' מנשה פריוואט אויפ'ן טעלעפאן זיך ארויסגעכאפט מיט עפעס סודות פון חדר, למשל אז בעצם איז גיוס נישט אזוי געפערליך וכדו'. אבער אויב יא דארף ווייטער דער עולם וויסן וואס ער האלט באמת. א נישט זאל ער זיך נישט דערקלערן אלס דער פארטרעטער פון רבי'ן זכרונו לברכה.
דינסטאג יולי 24, 2018 4:39 pm#409715
הער אויף טראכטן און פאנג אן לייענען
דינסטאג יולי 24, 2018 4:43 pm#409717
Re: "וועקער" טעלעגראם טשענעל
ער האט געדרשנ׳ט קעגען דער וואודרידזשע רב פאר׳ן זיין באשריבען אין דער וועקער, נאך דעם וואס דער וואודרידזשער רב האט קלאר געלייקענט אז ער האט סיי וואס געוואוסט דערפון, און איך בין מעיד אז איך האב איהם גארנישט מגלה געווען.

זאל ער זיך לערנען וויאזוי די מציאות ארבעט. איינער וואס באהאלט זיך אזויפיהל, מוז עס באקומען אויף אזא אופן.

ומה גם אז די געזעצען פון עטיק זענען עטוואס אנדערש ביי די פארשוינען, און ער האט נישט קיין עטישע רעכט צו פאדערען פון אנדערע נאכצוגייען א באוועגונג אין וואס ער זעלבסט גלויבט נישט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג יולי 24, 2018 5:20 pm#409720
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער האט געדרשנ׳ט קעגען דער וואודרידזשע רב פאר׳ן זיין באשריבען אין דער וועקער, נאך דעם וואס דער וואודרידזשער רב האט קלאר געלייקענט אז ער האט סיי וואס געוואוסט דערפון


אויב דאס איז אמת, איז דאך די ארטיקל אזא זיסע נקמה... :like :like :like
דינסטאג יולי 24, 2018 5:28 pm#409721
דאס איז נישט קיין פרואוו פאר נקמה, און נישט קיין שאלה פון עטיק. דער שואל האט קלאר געבעטן פון הרב פילאפף רשות צו איבערגעבן פאר אנדערע דעם שמועס. דער ארטיקל אינעם וועקער גיט גענוי איבער דעם שמועס, און פרובירט נישטאמאל צו געבן א צד השני אים אפצואווענדן. דער וועקער זעט אן אינטערעסאנטקייט אין איבערגעבן דעם פערספעקטיוו פון אזא סארט מענטש, און האט געטריי איבערגעגעבן זיינע ווערטער בנוגע דעם כינוס, הג"ר משה שטערנבוך, וכו'. הרב פילאפף ווערט נישט "אפגעטון" אין קיין שום וועג, הגם אוודאי קען מען עס אנקוקן איראניש אז ער פיגורירט מיט כבוד אין אן אויסגאבע וואס ער האט פיינט.
דינסטאג יולי 24, 2018 5:29 pm#409722
יין שרף האט געשריבן:הער אויף טראכטן און פאנג אן לייענען

ווי נאר ס'קומט אן...
דינסטאג יולי 24, 2018 5:35 pm#409723
ראובן האט געשריבן:דאס איז נישט קיין פרואוו פאר נקמה

ראובן האט געשריבן:הרב פילאפף ווערט נישט "אפגעטון" אין קיין שום וועג

נישט געזאגט אז דאס איז א בייזוויליגע נקמה. אבער אויב דברי ליטוואק נכונים, איז עס indirectly א פאטש אין פנים.
דינסטאג יולי 24, 2018 5:58 pm#409727
עס איז קלאר נישט עטיש און גארנישט אויסגעהאלטן צו לייגן א שמועס און נאך דעקל בילד אויף א צייטונג וואס דו ווייסט אז יענער איז קעגן דעם צייטונג אן יענעמס רשות, וואס ער וואלט קיינמאל נישט געגעבן אויב פרעגט מען אים. וואס איז אפילו די הוא אמינא? אפשר מעגן די פלעי בוי מאגאזין ליינער אויך ליינען וואס ער האט צו זאגן?
דינסטאג יולי 24, 2018 6:23 pm#409730
עס איז קלאר נישט עטיש און גארנישט אויסגעהאלטן צו לייגן א שמועס און נאך א ווידיע אויף א צייטונג ווי דאנאלט טראמפ כאפט א פריוואטע שטילע סודותפולע שמועס מיט בילי בוש ביי וועלכע מקומות ער גלייכט צו שלעפן פרויען אן זיין רשות, נאך דערצו ווען יעדער ווייסט אז ער איז קעגן די צייטונג (פעיק ניוז, וואשינגטאן פאסט וכו') וואס ער וואלט קיינמאל נישט געגעבן קיין רשות אויב מ'פרעגט אים. וואס איז די הווה אמינה בכלל?
טוצמער אלע א טובה,הרב מנשה פילאפ איז א לאנגיעריגער אינסטיגעיטער, בעל מחלוקת און פאבליק העצער קעגן סיי וועלכן גדול בישראל וועלכער גייט נישט אין שפאן פון זיין אויטענטישע דעת תורה, בנוסף וואס ער לאזט זיך הערן מיט זיינע ארטיקלען אין אלע צייטונגען און זיין ברייט און צומאל מיאוס מויל אויף די האטליינס (צוזאמגעשאלטן רבי קאפיל שווארץ א צייט צוריק אז ער איז א מסית ומדיח, אויף רבי יצחק לעבאוויטש געהאקט אז לא לחנם הולך הזרזיר אחר העורב און זיך אויסגעדרוקט מיט די גרעסטע לשונות של גנאי אז מ'טאר אים נישט אויסהערן און מ'איז עובר אויף לא תאבה ולא תשמע לו).
ס'איז די העכסטע צייט ער זאל ווערן געהאלטן אקאונטעבל פאר זיינע מעשים און ווער ס'האט רעקארדירונגען צי סיי וואס וואס ווייזט זיינע אמת'ע קאלירן זאל עס ביטע ארויסגעבן. און כ'האב מורא, אז אין דעם הינזיכט מאכט די וועקער א poor דזשאב מיט אים דעקן בפאר וכבוד און בסך הכל פראוויידן נאך איין פלאטפארמע פאר זיינע האספולע דעות פון שנאות ישראל און ביזוי תלמידי חכמים וגדולי ישראל.