Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » "אוצרות" מדי חודש בחודשו

"אוצרות" מדי חודש בחודשו

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 113 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1246
דאנערשטאג יולי 26, 2012 2:48 pm#28924
"אוצרות" מדי חודש בחודשו
אנדערט האלב יאר צירוק (בערך) האט די אוצרות אנגעהויבן צו ערשיינען אלס אויסגאבע פאר סאטמערע יודן
דער חודש'ליכע אויסגאבע ''אוצרות'' האלט ביי די 16'טע באנד
אין זיינע ליינער וואקסען חודש'ליך אין גרויסע ציפערן פין אפי' נישט-סאטמערע אידן
די גרינדער פינעם אוצרות האבען געוואלט עפענען אזא סטייל ווי ''דער אידישער געדאנק'' פלעגט זיין ביז תש''ס
למעשה אין מיינע אויגען האלטן זיי שוין אסאך ווייטער ווי דער אידישער געדאנק
עס איז מלא תוכן, אין האלט זיך אויף גאר הויכע סטאנדארטען
געשמאקע שרייבער אין ציענדע ארטיקלען אויף א הויכע ניווא

איך וואלט געווען נייגעריג אויב איינער ווייסט
ווער איז דער בעה''ב אין ווער איז דער רעדאקטער - אויב עס איז 2 באזנידערע מענטשן
איך זעה אז יעדע שרייבער שרייבט דארט זיין אריגינעלע נאמען (דארט ניצט מען נישט קיין פיקטיווע נעמען) חוץ דער רעדאקטער
דאנערשטאג יולי 26, 2012 2:52 pm#28926
חודש אב
#16
דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:03 pm#28931
יא, די אוצרות איז ב"ה א ברכה צו מאכן

אשרי חלקם
דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:38 pm#28948
"אוצרות" – א נייע חודש'ליכע אויסגאבע פאר חסידי סאטמאר
מיין איבערזיכט אויף "אוצרות" ווען עס האט אנגעהויבן ערשיינען:

אין די טעג איז ערשינען דער ערשטער גליון פון דער נייער אויסגאבע מיט'ן נאמען "אוצרות", וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך חסידי האדמורי"ם מסאטמאר זצ"ל, והאדמו"ר שליט"א. ווי אנדערע האבן שוין אנגעוויזן, איז אין דער פארגאנגענהייט שוין ארויסגעקומען דורך דער זעלבער פראקציע פון סאטמאר אן אויסגאבע מיט'ן נאמען "דער אידישער געדאנק". דער "געדאנק" איז געווען אן אויסגאבע פון א הויכן קוואליטעט און האט פארמאגט גאר שיינע ארומנעמענדיגע ביאגראפיע-מאמרים אויף רבנים וועלכע זענען געווען נאנט צו שיטות סאטמאר. עטליכע פון די היינטיגע בעסטע שרייבער האבן אנגעהויבן זייער קאריערע טאקע אין דעם "געדאנק" – ווי ר' פינחס גלויבער און ר' שמעון ראלניצקי.

"דער אידישער געדאנק", די ערשטע סאטמארער פראבע צו מאכן א שיינע חודש'ליכע אויסגאבע פאר דער גאנצער פאמיליע, איז אבער גאר שטארק געפאלן אין קוואליטעט אנגעפאנגען פון יאר תש"ס ווען די זעלבע סאטמארער פראקציע האט געעפנט איר וועכנטליכע צייטונג – "דער בלאט". עס האט נישט גענומען צו לאנג ביז דער "געדאנק" איז פארוואנדלט געווארן אין א קונטרס פון קאפיעס פון אנדערע אויסגאבעס, און דערנאך אין אן אדווערטייזמענט בלעטל וואס האט זיך פארקויפט פאר 25 סענט.

א צייט שפעטער איז ערשינען די צווייטע פראבע צו עפענען א שיינע סאטמארער אויסגאבע אונטער'ן נאמען "דאס אידישע פלאם". אט די נייע אויסגאבע האט ווידער נישט לאנג אנגעהאלטן אין דעם פארמאט, און איז פארוואנדלט געווארן אין א פשוט'ע נישט-סאטמארער אויסגאבע ווען ר' יצחק אייזיק שניצלער פון ק"י (דער היינטיגער רעדאקטאר פון דעם "המספיק גאזעט") האט איר אפגעקויפט און געטוישט דעם נאמען צו "דער אידישער פלאם". ווען די אויסגאבע האט ווידער געטוישט הענט און איז פארקויפט געווארן פאר ר' יצחק שלמה דרעזדנער האט די קוואליטעט אנגעהויבן שטארק צו פאלן, און א קורצע תקופה נאכדעם וואס די "צייטשריפט" האט זיך געעפנט, האט דער "פלאם" מער נישט אויסגעהאלטן דעם קאנקורענץ און האט אויסגעהויכט זיין נשמה.

די דריטע פראבע צו עפענען א היימישע אויסגאבע פאר חסידי סאטמאר איז געווען "דער אידישער קוואל". דער "קוואל" האט פרובירט נאכצומאכן דעם אמאליגן סטאנדארט פון דעם "געדאנק" און האט טיילווייז מצליח געווען. נאך דער פטירה פון דעם סאטמארער רבי'ן בעל "ברך משה" זצ"ל איז דער "קוואל" צום ערשטן מאל ארויסגעקומען מיט א קאלירטן דעקל, וואו דער מ"מ שליט"א פון חסידי האדמורי"ם מסאטמאר האט פראמינענט פיגורירט. דאס איז געווען די לעצטע אויסגאבע פון דעם "קוואל".

די נייע "אוצרות" אויסגאבע איז שוין די פערטע פראבע אין לויף פון א צירקע פון בלויז 15 יאר. פונקט ווי אין די פריערדיגע פראבעס, שטעלט זיך ארויס אז דער ערשטער גליון פון דעם "אוצרות" ווייזט א בפירוש'ער מאס פראפעסיאנאליזם, און אויב עס וועט מצליח זיין אנצוהאלטן אויף דעם שטייגער, וועט עס אוודאי צוגעבן א רייכן אוצר פון אינהאלטסרייכע לייען-מאטעריאל פאר חסידי סאטמאר.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:29 pm#28990
וואס איז דאס אידישע קוואל? איך געדענק נישט אזא אויסגאבע, ווען איז עס ארויסגעקומען?
דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:31 pm#28991
קארל, ס'געווען א אידישער קוואל א 30-40 יאר צוריק. אפשר וואסלט עס טאקע געקענט באשרייבן. ווי אויך דער אידישער ליכט וועלכער האט אנגעהויבן צו ערשיינען אין תש"ט. מ'זעט שוין היינט נישט יענער סטיל שרייבונגען, מלא וגדיש און בעטעמט.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:00 pm#29010
די אידישע געדאנקט האט זיך פארמאכט ווייל אלימלך דייטש האט עס אוועקגעגבן פאר יוסי בראך ווען ער האט געפנט די בלאט
די פלאם האט זיך זייער שנעל געטוישט ווייל עס איז פשוט נישט געווען אינטערסאנט
וועגן די קוואל דארפסטו מיך דערמאנען פין וואס די רעדסט, איך האב מורא די מאכסט א טעות

אוצרות פאקט איין די ערשטע צוויי אין דערווייל פארקויפן זיי יעדע חודש מער אין מער קאפיס
איך זאג נישט אז עס גייט אזוי אנהאלטן איך רעדט נאר פין יעצט
דאנערשטאג יולי 26, 2012 7:48 pm#29080
קלאר האט געשריבן:אנדערט האלב יאר צירוק (בערך) האט די אוצרות אנגעהויבן צו ערשיינען אלס אויסגאבע פאר סאטמערע יודן
דער חודש'ליכע אויסגאבע ''אוצרות'' האלט ביי די 16'טע באנד
אין זיינע ליינער וואקסען חודש'ליך אין גרויסע ציפערן פין אפי' נישט-סאטמערע אידן
די גרינדער פינעם אוצרות האבען געוואלט עפענען אזא סטייל ווי ''דער אידישער געדאנק'' פלעגט זיין ביז תש''ס
למעשה אין מיינע אויגען האלטן זיי שוין אסאך ווייטער ווי דער אידישער געדאנק
עס איז מלא תוכן, אין האלט זיך אויף גאר הויכע סטאנדארטען
געשמאקע שרייבער אין ציענדע ארטיקלען אויף א הויכע ניווא

איך וואלט געווען נייגעריג אויב איינער ווייסט ווער איז דער בעה''ב אין ווער איז דער רעדאקטער - אויב עס איז 2 באזנידערע מענטשן
איך זעה אז יעדע שרייבער שרייבט דארט זיין אריגינעלע נאמען (דארט ניצט מען נישט קיין פיקטיווע נעמען) חוץ דער רעדאקטער

סתם פאר נייגעריגקייט, וויאזוי קענסטו וויסן דעם ערשטן זאץ וואס איך האב אונטערגעשטראכן (סיי אז די ציפערן וואקסן און סיי טאקע אזא דעטאל אז אפי' ביי נישט סאטמארע אידן), אויב עס איז אמת די צווייטע שורה וואס איך האב אונטערגעשטראכן (אז דו קענסט נישט דעם בעה"ב, און אפילו נישט זיין נאמען, וואס מיינט אויטאמאטיש אז קענסט אויך נישט קיינעם וואס איז באקאנט מיט סיי וועלכע פשוטסטע דעטאלן פון דעם אויסגאבע)?
דאנערשטאג יולי 26, 2012 8:12 pm#29091
איך האב נישט געזען אינעווייניג, אבער לכאורה רעדן זיי דא אויפ'ן דעקל פון א פאעמע, אבער זיי שרייבן "פאעט", וואס איז פשוט ענגליש (POET), און מיינט ניטאמאל א פאעמע נאר דער דיכטער וואס שרייבט פאעזיע.
עס וואלט געקענט שטיין "פאעמע".
פרייטאג יולי 27, 2012 1:27 am#29171
קלאר האט געשריבן: איך וואלט געווען נייגעריג אויב איינער ווייסט
ווער איז דער בעה''ב אין ווער איז דער רעדאקטער - אויב עס איז 2 באזנידערע מענטשן
איך זעה אז יעדע שרייבער שרייבט דארט זיין אריגינעלע נאמען (דארט ניצט מען נישט קיין פיקטיווע נעמען) חוץ דער רעדאקטער

לויט ווי איך ווייס שטייט די וועד החינוך פון די ארונים אין וומ"ס אונטער דעם אויסגאבע, צוצושטעלן "עכט כשר'ע" ליינווארק פאר די סאטמארע חסיד'ים וואס זענען אומצופרידן פונעם בלאט (נישט אז עס א פארגלייך, פשוט אלס א קאונטער באלאנס פאר די פרומע וואס שעמען זיך מיט דער בלאט)
דער רוחניות'דיגער אויפזיכט איז טאקע ר' אברהם יוסף פריעדמאן פונעם וועד החינוך, די שרייבערישע אויפזיכט איז שאול יחזקאל רייכמאן און משה יואל ווייס (כ'מיין דער לעצטער באנוצט זיך מיט'ן פען נאמען ב. לעבל אין דער בלאט).
די גראפיק מאכן זיי ביי "דארט דעזיין" אין מאנרא
פרייטאג יולי 27, 2012 8:00 am#29182
זר זהב האט געשריבן:קארל, ס'געווען א אידישער קוואל א 30-40 יאר צוריק. אפשר וואסלט עס טאקע געקענט באשרייבן. ווי אויך דער אידישער ליכט וועלכער האט אנגעהויבן צו ערשיינען אין תש"ט. מ'זעט שוין היינט נישט יענער סטיל שרייבונגען, מלא וגדיש און בעטעמט.

חוץ די אידישע קואל פון 30 40 יאר צוריק האט אין די נ' יארן אויך ערשינען פריש דער אידישער קוואל פאר ווער עס געדענקט פאר בערך א יאר צייט
פרייטאג יולי 27, 2012 9:58 am#29193
שרייבער האט געשריבן:

ריכטיג. "דער אידישער קוואל" איז ערשינען דורכאויס גאנץ שנת תשנ"ב (דער זעלבער יאר ווען דער "עונג שבת" האט זיך געעפנט).

קלאר האט געשריבן:וועגן די קוואל דארפסטו מיך דערמאנען פין וואס די רעדסט, איך האב מורא די מאכסט א טעות

ניין, איך מאך נישט קיין טעות. דא איז דער לעצטער נומער פון "דער אידישער קוואל" ארויסגעגעבן דורך חסידי האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר:
Kval.JPG
Kval.JPG (80.78 KiB) געזען געווארן 2516 מאל
פרייטאג יולי 27, 2012 11:24 am#29222
שרגא האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:אנדערט האלב יאר צירוק (בערך) האט די אוצרות אנגעהויבן צו ערשיינען אלס אויסגאבע פאר סאטמערע יודן
דער חודש'ליכע אויסגאבע ''אוצרות'' האלט ביי די 16'טע באנד
אין זיינע ליינער וואקסען חודש'ליך אין גרויסע ציפערן פין אפי' נישט-סאטמערע אידן
די גרינדער פינעם אוצרות האבען געוואלט עפענען אזא סטייל ווי ''דער אידישער געדאנק'' פלעגט זיין ביז תש''ס
למעשה אין מיינע אויגען האלטן זיי שוין אסאך ווייטער ווי דער אידישער געדאנק
עס איז מלא תוכן, אין האלט זיך אויף גאר הויכע סטאנדארטען
געשמאקע שרייבער אין ציענדע ארטיקלען אויף א הויכע ניווא

איך וואלט געווען נייגעריג אויב איינער ווייסט ווער איז דער בעה''ב אין ווער איז דער רעדאקטער - אויב עס איז 2 באזנידערע מענטשן
איך זעה אז יעדע שרייבער שרייבט דארט זיין אריגינעלע נאמען (דארט ניצט מען נישט קיין פיקטיווע נעמען) חוץ דער רעדאקטער

סתם פאר נייגעריגקייט, וויאזוי קענסטו וויסן דעם ערשטן זאץ וואס איך האב אונטערגעשטראכן (סיי אז די ציפערן וואקסן און סיי טאקע אזא דעטאל אז אפי' ביי נישט סאטמארע אידן), אויב עס איז אמת די צווייטע שורה וואס איך האב אונטערגעשטראכן (אז דו קענסט נישט דעם בעה"ב, און אפילו נישט זיין נאמען, וואס מיינט אויטאמאטיש אז קענסט אויך נישט קיינעם וואס איז באקאנט מיט סיי וועלכע פשוטסטע דעטאלן פון דעם אויסגאבע)?

מיין אינפארמאציע האב איך געבויט בעיקר אויף 2 געשעפט אייגענטומער
איך וואלט דאס פונעם בעה''ב קיינמאל נישט אפגעקויפט
פרייטאג יולי 27, 2012 11:25 am#29223
קארל האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:קארל, ס'געווען א אידישער קוואל א 30-40 יאר צוריק. אפשר וואסלט עס טאקע געקענט באשרייבן. ווי אויך דער אידישער ליכט וועלכער האט אנגעהויבן צו ערשיינען אין תש"ט. מ'זעט שוין היינט נישט יענער סטיל שרייבונגען, מלא וגדיש און בעטעמט.

חוץ די אידישע קואל פון 30 40 יאר צוריק האט אין די נ' יארן אויך ערשינען פריש דער אידישער קוואל פאר ווער עס געדענקט פאר בערך א יאר צייט

ריכטיג. "דער אידישער קוואל" איז ערשינען דורכאויס גאנץ שנת תשנ"ב (דער זעלבער יאר ווען דער "עונג שבת" האט זיך געעפנט).

קלאר האט געשריבן:וועגן די קוואל דארפסטו מיך דערמאנען פין וואס די רעדסט, איך האב מורא די מאכסט א טעות

ניין, איך מאך נישט קיין טעות. דא איז דער לעצטער נומער פון "דער אידישער קוואל" ארויסגעגעבן דורך חסידי האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר:
Kval.JPG

איז ערשינען מער ווי איין אויסגאבע זינט זיי האבען עס באנייט?
די נומבער 17 מיינט מן הסתם ווי עס האט געהאלטן זינט די לעצטע אויסגאבע פאר לאנגע יארען צירוק
פרייטאג יולי 27, 2012 11:31 am#29226
קאנצעפט האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן: איך וואלט געווען נייגעריג אויב איינער ווייסט
ווער איז דער בעה''ב אין ווער איז דער רעדאקטער - אויב עס איז 2 באזנידערע מענטשן
איך זעה אז יעדע שרייבער שרייבט דארט זיין אריגינעלע נאמען (דארט ניצט מען נישט קיין פיקטיווע נעמען) חוץ דער רעדאקטער

לויט ווי איך ווייס שטייט די וועד החינוך פון די ארונים אין וומ"ס אונטער דעם אויסגאבע, צוצושטעלן "עכט כשר'ע" ליינווארק פאר די סאטמארע חסיד'ים וואס זענען אומצופרידן פונעם בלאט (נישט אז עס א פארגלייך, פשוט אלס א קאונטער באלאנס פאר די פרומע וואס שעמען זיך מיט דער בלאט)
דער רוחניות'דיגער אויפזיכט איז טאקע ר' אברהם יוסף פריעדמאן פונעם וועד החינוך, די שרייבערישע אויפזיכט איז שאול יחזקאל רייכמאן און משה יואל ווייס (כ'מיין דער לעצטער באנוצט זיך מיט'ן פען נאמען ב. לעבל אין דער בלאט).
די גראפיק מאכן זיי ביי "דארט דעזיין" אין מאנרא

איך גלייב נישט אז דאס איז קעגן די בלאט
א צייטונג איז א חודש'ליכע אויסגאבע זענען 2 באזינדערע אויסגאבעס
אין איינס נעמט נישט איבער די צווייטע
עס איז לכאורה א זיסע קאנספיראציע וואס קען קומען פין די וואס האבען פיינט די בלאט וועגן זייער פאליטיק

די שרייבער פין די אוצרות ארבייטן אויך אין דער בלאט ע''פ רוב
ועל כולם, די אוצרות פלעגט אדווערטייזן די ערשטע אויסגאבעס אין דער בלאט
(זיי וואלטן עס נישט אריינגעשטעלט אין דער בלאט אין דער בלאט וואלט עס פארשטייט זיך נישט אנגענומען לויט די קאנספיראציע)
פרייטאג יולי 27, 2012 11:57 am#29245
קלאר האט געשריבן:איך גלייב נישט אז דאס איז קעגן די בלאט

פסח תשע"א האט זיך געטון דארט, געוויסע אין די קהילה זענען דאן געווען אזוי ברוגז אויף דער בלאט, און ס'האט זיך ערנסט גערעדט פון עפענען א נייע פרומערע צייטונג. די אננעמער פאר די בלאט האבן געפועל'ט אז מ'זאל עפענען 'נאר' א חודש'ליכע אויסגאבע.
געהערט פון קראנטע מקורות.

די שרייבער פון אוצרות ארבעטן אין בלאט? די איין פאליטישע ארטיקל פון משה יואל און די בויך סברות פון שמואל שלמה אינעם בלאט רוף איך נישט ע"פ רוב...
אין אוצרות זעט מען די נעמען פון ר' זאב אהרן טעלער (א שטארקער יודע ספר) יצחק מיטטלמאן, מרדכי דוד עסטרייכער, יואל דאסקאל (פון א"י) יוסף צבי בנעט, דאס זענען די סמעטענע וואס די ארונים פארמאגן, און זיי ווייסן אפילו נישט וויאזוי מ'ליינט די בלאט...
פרייטאג יולי 27, 2012 12:07 pm#29248

סמעטענע שרייבערס מיינסטו
אגב, ס'איז דא א טייל פון די וואס שרייבן אין בלאט אויך

די ציל פון אוצרות, איז צוצושטעלן כשר'ע ערליכע ליין מאטריאל פאר סאטמארע חסידים, ס'האט גארנישט מיט אדער קעגן די בלאט
די וואס האסן די בלאט צוליב זייער טפשות וכו' וכו' קויפן עס סיי ווי נישט נאך בעפאר אוצרות איז ארויסגעקומען (וגם אני בתוכם), און די וואס האבן ליב די בלאט קויפן עס ווייטער מיט די אוצרות, ס'איז בכלל נישט קיין סתירה
פרייטאג יולי 27, 2012 12:10 pm#29250
קאנצעפט האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:איך גלייב נישט אז דאס איז קעגן די בלאט
א צייטונג איז א חודש'ליכע אויסגאבע זענען 2 באזינדערע אויסגאבעס
אין איינס נעמט נישט איבער די צווייטע
עס איז לכאורה א זיסע קאנספיראציע וואס קען קומען פין די וואס האבען פיינט די בלאט וועגן זייער פאליטיק

די שרייבער פין די אוצרות ארבייטן אויך אין דער בלאט ע''פ רוב
ועל כולם, די אוצרות פלעגט אדווערטייזן די ערשטע אויסגאבעס אין דער בלאט
(זיי וואלטן עס נישט אריינגעשטעלט אין דער בלאט אין דער בלאט וואלט עס פארשטייט זיך נישט אנגענומען לויט די קאנספיראציע)

פסח תשע"א האט זיך געטון דארט, געוויסע אין די קהילה זענען דאן געווען אזוי ברוגז אויף דער בלאט, און ס'האט זיך ערנסט גערעדט פון עפענען א נייע פרומערע צייטונג. די אננעמער פאר די בלאט האבן געפועל'ט אז מ'זאל עפענען 'נאר' א חודש'ליכע אויסגאבע.
געהערט פון קראנטע מקורות.

די שרייבער פון אוצרות ארבעטן אין בלאט? די איין פאליטישע ארטיקל פון משה יואל און די בויך סברות פון שמואל שלמה אינעם בלאט רוף איך נישט ע"פ רוב...
אין אוצרות זעט מען די נעמען פון ר' זאב אהרן טעלער (א שטארקער יודע ספר) יצחק מיטטלמאן, מרדכי דוד עסטרייכער, יואל דאסקאל (פון א"י) יוסף צבי בנעט, דאס זענען די סמעטענע וואס די ארונים פארמאגן, און זיי ווייסן אפילו נישט וויאזוי מ'ליינט די בלאט...

עס איז קיינמאל נישט געווען קיין רעדע פין עפענען א אייגענע צייטונג
די רעדע איז געווען ווען אליש ענגלענדער האט געוואלט אפקויפן 'די צייטונג'
האט ער געוואלט נעמען מנחם גרשון לעבאוויטש פאר א שותף
למעשה האט מנחם גרשון נישט געוואלט
פרייטאג יולי 27, 2012 12:14 pm#29255
קלאר-
רעד נישט מיט שרייבער. ער איז א באהאלטענע זאלי ווייל ער האסט די בלאט.
פרייטאג יולי 27, 2012 12:16 pm#29256
קאנצעפט האט געשריבן:

די שרייבער פון אוצרות ארבעטן אין בלאט? די איין פאליטישע ארטיקל פון משה יואל און די בויך סברות פון שמואל שלמה אינעם בלאט רוף איך נישט ע"פ רוב...
אין אוצרות זעט מען די נעמען פון ר' זאב אהרן טעלער (א שטארקער יודע ספר) יצחק מיטטלמאן, מרדכי דוד עסטרייכער, יואל דאסקאל (פון א"י) יוסף צבי בנעט, דאס זענען די סמעטענע וואס די ארונים פארמאגן, און זיי ווייסן אפילו נישט וויאזוי מ'ליינט די בלאט...

איך האב זיך נישט קלאר אויסגעדרוקט
איך רעדט פין די שרייבער וואס שרייבן ארטיקלען אינעם בלאט'ס אוצר אפטיילונג, עדיטאדאריעל, אא''וו
נישט די שרייבער וואס שרייבען נייעס אין פאליטיק

איך ווייס נישט פארוואס די האסט שמואל שלמה
אבער ער איז אין מציאות א אייזענע שרייבער, מענטשן באלעקן זיך מיט זיינע ארטיקלען
ספעציעל אין אוצרות, זיינע ארטיקלען פארנעמן די אויבן אן דארט
קוק אן היינטיגע חודש וואס ער לייגט אראפ צוזאמען מיט יצחק מיטעלמאן
יעדעס ווארט א ברכה צו מאכען
פרייטאג יולי 27, 2012 12:18 pm#29258
ראשעקאל האט געשריבן:קלאר-
רעד נישט מיט שרייבער. ער איז א באהאלטענע זאלי ווייל ער האסט די בלאט.

קיינער האט נישט געשטעלט א כלל אז ווער עס האסט די בלאט איז א זאלי
עס איז דא ארונים וואס גלייכן נישט דער בלאט אין עס איז דא זאליס וואס גלייכן נישט דער איד, עס איז נישט קיין שום סוד
די וועג וויאזוי מען האסט, האט מיך קאנווינסד ביי די אשכול אויף וואס די בויסט דיין תגובה
פרייטאג יולי 27, 2012 12:33 pm#29264
קארל האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:קארל, ס'געווען א אידישער קוואל א 30-40 יאר צוריק. אפשר וואסלט עס טאקע געקענט באשרייבן. ווי אויך דער אידישער ליכט וועלכער האט אנגעהויבן צו ערשיינען אין תש"ט. מ'זעט שוין היינט נישט יענער סטיל שרייבונגען, מלא וגדיש און בעטעמט.

חוץ די אידישע קואל פון 30 40 יאר צוריק האט אין די נ' יארן אויך ערשינען פריש דער אידישער קוואל פאר ווער עס געדענקט פאר בערך א יאר צייט

ריכטיג. "דער אידישער קוואל" איז ערשינען דורכאויס גאנץ שנת תשנ"ב (דער זעלבער יאר ווען דער "עונג שבת" האט זיך געעפנט).

ביי מיין טאט'ן אינדערהיים איז דא אן אלטער באנד פון דער אידישער קוואל פון תשל"ט
פרייטאג יולי 27, 2012 12:34 pm#29267
זר זהב האט געשריבן:

ביי מיין טאטן אויך, אפשר זענען מיר גאר ברודער.... :lol:
פרייטאג יולי 27, 2012 12:36 pm#29268
אדער ברודער און שוועסטער..
פרייטאג יולי 27, 2012 12:41 pm#29272
קלאר האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס די האסט שמואל שלמה
אבער ער איז אין מציאות א אייזענע שרייבער, מענטשן באלעקן זיך מיט זיינע ארטיקלען
ספעציעל אין אוצרות, זיינע ארטיקלען פארנעמן די אויבן אן דארט
קוק אן היינטיגע חודש וואס ער לייגט אראפ צוזאמען מיט יצחק מיטעלמאן
יעדעס ווארט א ברכה צו מאכען

חס ושלום איך האס אים בכלל נישט, איך האלט אז אין בלאט שרייבט ער פאר פייער און פאר וואסער, אין אוצרות איז ער טאקע אייזן.