בעצם האב איך שטארק הנאה געהאט פון די גאנצע ארטיקל, אבער איין זאך שרייבט ער אז די גאנצע ז״ל פארטיי איז נישט קיין רבי מיט חסידים, סאיז א פראקציע וואס האט א גשמיות׳דיגע פירער און די רוחניות דרייט זיך נישט ארום דעם רבין, אט אויף דעם פרט בין איך אביסל מחולק, איך בין דירעקט נישט קיין זאלי געשטימטער, איך וואוין דארט אין די געגנט, און איך האלט מיט די חינגאות, און איך פאל אריין דארט אמאל אמאל אויף עפעס א יום טוב שני של גליות מנחה מעריבל, עס איז רעכט, אז סנישט סקווער און ניטאמאל וויזניץ, אבער די מלכות וואס טוט זיך דארט איז ממש אומגלויבליך, איך גלייב נישט אז סדא נאך איין חסידות וואס די רבי איז אזא קעניג במיליאו! און דאס קומט נישט פון געלט שווענדעריי פונעם חצר המלכות, דאס קומט פון הערצה פון חסידים, וואס האבן ליב זייער רבי, און פילן נישט אז ער איז דא זיי צו דערדריקן, נאר אויס צו הערן, און מיט פילן מיט זיי, און צו לייגן א פלייצע ווי מען קען, איך פון מיין פערזענליכע קוק ווינקל קוק איך עס אן מאדנע, וואס פעלט אויס די אלע זאכן, אבער איך קוק אן מאדנע די גאנצע היינטיגע חסידישע וועלט... סא... אבער פאר די חסידים און זייער וועלטעל, האלט איך איז נישטא בדומה לו און די הינזיכטן פון א איבערגעגעבנע מנהיג, און א מלכות און פילן זין פון ווארט, יעדע יום טוב שפרייזט ער אריין ווי א מלך אויפן טראן מיט א נייע בעקיטשע פאר יעדע צווייטע תפילה און טיש, אלעס מיט א הזכרה אונעווייניג פון די נדבן, איך האב געהערט דעם שביעות ווי איינער זאגט, אז די עכטע שטריימל איז נאך נישט גרייט, דאס איז ׳נאר׳ א זיבענער... און פאר די נעקסטע חתונה קומט א צוועלפער פון קרויס(...)
יעצט האט מען באנייט דארט א נייע זילבער סעט, וואס כהאב מיך אביסל נאכגעפרעגט אויף דעם, איך בין דאך(?) א אלס ווייסער... זאגט מיר איינער עפעס א שטיקל אנדרייער דארט, אז די גאנצע סעט צוזאמען האט געקאסט א ערך פון הינדערט צוואנציג טויזענט דאלער... פלאס עפעס א גרויסע לייכטער פאר אינדערהיים וואס האט געקאסט נאך א דרייסיגערל... איך קוק אים אן מיט ווינדער.... ווווווווואס? יא! זאגט ער מיר, די אלע זאכן זענען אריינגעטראגן געווארן אלס משלוח מנות צום רבין, און מען האט אלעס צוזאם געשטעלט אלס איין גרויסע סעט מיט עפעס א קאסטעם מעיד פרינט.... הלוואי אויף מיר געזאגט אזעלכע שלוחמנאתער... אנשטאט המן טאשן מיט האלעפטשעס העל איך אריינבייסן אין א געשמאקע זילבענע טאץ.... אלעס מיט א נאמען פון א פראמינענטער עושר אויסגעקריצט... און דא האלט מען שוין ביי די דריטע פולע סעט! למשל ביי מהר״א, האט מען פאריאר גענדיגט די ערשטע סעט! סהייסט פאריאר פסח איז ערגענצט געווארן די סעט, ביז דעמאלטס איז אפאר זאכן געוועזן מיט א אנדערע פרינט, למשל די יאר חמשה עשר בשבט, האט מהר״א געפראוועט צוויי טישן, אין חלק ד׳ און נאך ערגעץ, און אזוי ווי מען האט געדארפט מער פון איין סעט און מען האט נישט געהאט האט מען ארויסגענומען די פסח׳דיגע סעט..... ביי מהרזל וואלט דאס קיינמאל נישט פאסירט! די בענקלעך דארט איז א פרשה פאר זיך.... גיסט זיך דארט בענקלעך ווי לעגאס ביי מיר אין שטיב... אזא בענקל מיט אזי בענקל, די סעט מיט יענע סעט, אלעס קאסטעם מעיד מיט א מלכות׳דיגע אויסקוק... עגען, איך לאך פון די גאנצע זאך אבער...
בקיצור זעמיר אביסל פארפארן, לדעתי איז די גאנצע זאך אז דארט איז נישטא קיין מנהיג, סתם א אלטע אויפגעגעסענע ארוינישע טרייסט, וואס איז נישט געפאלן אז היינטיגע טאג האט זיך אזא ריזיגע פראצענט פון זייער אמאליגע קעניגרייך געלאפן מאכן שבת פאר זיך, אבער והאמת עד לעצמו... איך ווייס נישט צו איך בין גערעכט, אבער פון מיין שטילע אבזערוויר ווינקל האב איך עס אזוי פארשטאנען.
בכלל האלט איך אז די גאנצע קהילה האלט סאך מער פון ז״ל ווי אין א געוויסע זין די אינטערטאנען פון א אנדערע פארטיי, די קהילה מיטגלידער דארט זענען נאר דארט, פאר איין סיבה ווייל זיי האבן דאלס איינגעזעהן מיט זייערע אייגענע אויגן, צו אוועק לויפן פונעם צד שכנגד איז דא געניג פלעצער וואס איז טאקע פיל, צו זיין ראדיקאל דארף מען נישט צוקומען צו מהרז״ל, און די פאקט איז אז דארט איז די רבי זייער איבערגעגעבן פאר די חסידים, ולא ביד החזקה, נישט ווייל ער הערשט אויף זיי מיט א אייזערנע פויסט, בלויז ווייל ווען א איד האט עפעס פילט ער זיך רואיג אריינצוגיין צו אים, וויסנדיג אז ער איז דא אים ארויס צו העלפן, און וועט טון כל מה שביכלתו אים צו העלפן גשמיות׳דיג, נישט אז ער וועט אים אנווינטשן מיט א פלאם פייערדיגע פנים א ברכה וואס אויב גלייבט מען נישט באמונה שלימה ווערט מען א אפיקורס באטשי וכל שם וכנוחה דאית ליה... סאיז זיכער אז מען האלט נישט פון אים עולומות אזוי ווי אין אנדערע פלעצער, ווי מען האלט אז די רבי איז די איינציגסטע איבערגעבליבענע לייסטל פון די וועלט, און ווען נישטים וואלט שוין לאנג געוועזן אויס וועלט, איך רעד פשוט מעריץ זיין דעם רבין צילוב זיינע אייגענע מעלות און נישט ווייל ער איז א זין און א מלכך מקום פון זיין אינטערגעהויבענע פאטער זאל זיך מיען אין לעכטיגן....דוק כי קצרתי
הערות זענען שטארק וועלקאם!