Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » עזרת נשים אפטיילונג קומט ארויס מיט א מאווי 93Queen

עזרת נשים אפטיילונג קומט ארויס מיט א מאווי 93Queen

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12483
דינסטאג יולי 31, 2018 11:21 am#410178
עזרת נשים אפטיילונג קומט ארויס מיט א מאווי 93Queen
איך עפן דא אויף א באזונדערע אשכול איבער די מאווי 93Queen וואס ווערט יעצט געוויזן אין אין טיאטער וואס וועט ווארשיינליך ארויסקומען אונליין מיט די צייט (אזוי ווי די נארישע מנשה פילם...) די טרעילאר זעט אויס גאנץ גוט און פראפעסיאנאל כדוגמא'ס "איינס פון אונזערע" און איינס פון די ערשטע מאווי'ס פון מענטשן וואס זענען געבליבן אין די סיסטעם און זיך ערווארבן גענוג א גוטע סטאטוס צי קענען בלייבן און קריטיקירן די קאמיונטי פון אינעווייניג, וואס דאס פאר זיך אליינס איז א מוראדיגע זאך און א גוטע עקסזעמפל אז מען קען ברענגן א טויש און בלייבן א איד, לאמיר האפן עס וועט האבן א טויש לטובה,

עס ווערט יעצט געוויזן אין אין ifc center אין מאנהעטן בערך 4 מאל א טאג, אויך אין געוויסע צייטן וועט רוחי פרייער ערשיינען מיט נאך עפעס אפאר געסט, סא אויב ווילט איר עס זען בעפאר יעדן איז יעצט אין די זוממער צייטן ווען מען איז אליינס אינדערהיים א גוטע געלעגענהייט עס צי טון...

דא לייג איך ארויף די לינק צום טרעילא youtube
דא לייג איך צי די לינק פאר די וואס האבן א פילטער, ביטע נישט סתם ארומשיקן די לינק לינק פאר די וואס האבן א פילטער

לינק צים וועבזייטל 93 queen website
דינסטאג יולי 31, 2018 11:31 am#410179
מיין פילטער בלאקירט דאס אויך
דינסטאג יולי 31, 2018 11:53 am#410181
פאר די וואס קענען עס נישט עפענען מיט די אנדערע לינקס לייג איך עס ארויף מיט גוגל דרייוו גוגל דרייוו
דינסטאג יולי 31, 2018 12:35 pm#410192
סקרן האט געשריבן:מיין פילטער בלאקירט דאס אויך

משומר לאזט נישט דאונלאודן קיין ווידעא פון דארט, מען קען אבער דאונלאודן א גאנצע פאלדער אדער טוישן די פייל עקסטענשאן.
דינסטאג יולי 31, 2018 12:37 pm#410193
מיין פילטער בלאקט פשוט די שארטקאט
m http://bit.ly/ m

קענסט לייגן א פולקאמע גאנצע לינק, נישט א פארקורצערטע?
דינסטאג יולי 31, 2018 12:43 pm#410195
Re: עזרת נשים אפטיילונג קומט ארויס מיט א מאווי 93Queen
שמעקעדיג האט געשריבן:מיין פילטער בלאקט פשוט די שארטקאט
http://bit.ly/

קענסט לייגן א פולקאמע גאנצע לינק, נישט א פארקורצערטע?
גוגל דרייוו די גאנצע לינק...
דינסטאג יולי 31, 2018 1:18 pm#410199
אזוינע מאדנע שריט וואס די עזרת נשים הצלה נאמעט נאר אונטער... זיך זלעבסט צו בארואיגן און אויפבויען.
דינסטאג יולי 31, 2018 2:31 pm#410204
לבי ובשרי האט געשריבן:אזוינע מאדנע שריט וואס די עזרת נשים הצלה נאמעט נאר אונטער... זיך זלעבסט צו בארואיגן און אויפבויען.

איך האב עס נישט געזעהן (און ס'אינטערסירט מיר נישט קיין סאך).

אבער ס'קלונגט פאראדאקסיש מיט זייער אנגעגעבענעם ציהל פון צניעות (אז הצלה מענער זאלן נישט דעליווערן קיין בעיביס)
דינסטאג יולי 31, 2018 3:33 pm#410207
Re: עזרת נשים אפטיילונג קומט ארויס מיט א מאווי 93Queen
יעקב מענטש האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:אזוינע מאדנע שריט וואס די עזרת נשים הצלה נאמעט נאר אונטער... זיך זלעבסט צו בארואיגן און אויפבויען.

איך האב עס נישט געזעהן (און ס'אינטערסירט מיר נישט קיין סאך).

אבער ס'קלונגט פאראדאקסיש מיט זייער אנגעגעבענעם ציהל פון צניעות (אז הצלה מענער זאלן נישט דעליווערן קיין בעיביס)
זעט נעבעך אויס אז די כאפסט נישט אז חרדיזם האט גארנישט מיט הלכה... חרדיזם נעמט הלכות ווען ברויכט, און לייגט זיי אין די זייט ווען מברויכט... אויב די ווייסט עס נאכנישט וועסטו מיט די צייט אפשר געוואר ווערן, די שיטה דא איז זייער פשוט "מענער" זענען די וואס זענען די הצלה לייט פינטל. יעצט צי עס איז בכוונה תחילה צי סתם פון געוואוינהייט? א גוטע שאלה, אין בין גראדע נוטה אז רוב אומרעכטן ווי ראסיזם וכו' איז א געוואוינהייט אין מענטשן איז זיי זייער שווער אויפציגעבן וואס זיי האבן געטראכט נעכטן, און פרובירן עס אנצוהאלטן מיט אלע כוחות, רוב מאל איז עס אונטער די באוואוסטזיין און מען טראכט תורות לאקשן אז מען ברויכט עס אנהאלטן וכו' די זעלבע דא, מענער קאנטראל אין אונזער קאמיוניטי און מען ברויכט זיך נישט מטפל זיין מיט די פרויען וואס זענען האלב פון אינזער באפעלקערונג, מיר מאכן אפ פאר זיי וואס מיר ווילן, מיר זאגן אז אלע צרות קומט פון קורצע סקירטס, און שמאלע קליידונג וכו' אשאד זיך אריינצולייגן אין אלע משלים וואס קען ארויף פארן צי די הויכע טויזענטער, עס איז געקומען די צייט צי הערן זייער זייט אויך
דינסטאג יולי 31, 2018 4:16 pm#410208
איך בין נישט באקאנט פונקטליך וואס דו מיינסט מיט 'מענער' קאנטראל. און וועלכע פונקציעס פונטליך דו ווילסט איבערגעבן פאר די ווייבער שול.

אבער אזוי ווי ס'איז א אויסגעדראשענע טאפיק, עמער עס לאזן דא.

אבי דו ביזט עקסייטעד (אפי' דו ווייסט מן הסתם נאך נישט פונקטליך פארוואס)
דינסטאג יולי 31, 2018 6:37 pm#410215
עזרת נשים איז א געוואלדיגער אויפטוה לדעתי, כ״ז אז עס ווערט געפיהרט עפ״י תורה והלכה. לעולם וואלטן זיי געדארפן באקומען עטליכע המלצה בריוו פון רבנים. נאר ווי נעמט מען היינו רבנים מיט פלייצעס?
דינסטאג יולי 31, 2018 6:59 pm#410216
לענ"ד הרמה פארט אבער זייער קאמפיין אין א מאדנעם גאנג
דינסטאג יולי 31, 2018 9:59 pm#410233
לבי ובשרי האט געשריבן:לענ"ד הרמה פארט אבער זייער קאמפיין אין א מאדנעם גאנג

יא, אזוי זאגן די רבנים...
מיטוואך אוגוסט 01, 2018 1:04 am#410245
תורה ומדע האט געשריבן:עזרת נשים איז א געוואלדיגער אויפטוה לדעתי, כ״ז אז עס ווערט געפיהרט עפ״י תורה והלכה. לעולם וואלטן זיי געדארפן באקומען עטליכע המלצה בריוו פון רבנים. נאר ווי נעמט מען היינו רבנים מיט פלייצעס?

זיי האבן הסכמות: m https://www.ezras-nashim.org/endorsements/ m
מיטוואך אוגוסט 01, 2018 12:58 pm#410264
דברי ברכה מיינט נישט אז ס'ווערט געפירט אונטער די איבערזיכט פון רבנים אדער דיינים. קיינער פון די רבנים האבן נישט קיין איבערזיכט אדער בכלל א ווארט אין די אפעראציעס דארט. שאלות ווערן גע'פסק'נט דורך מס' פרייער.

ווידעראום חברה הצלה האט א שטארקע וועד הרבנים וואס האבן דאס לעצטע ווארט אויף סיי וועלכע אנגעלעגנהייטן. סיי ווער ס'האט סיי וועלכע רעליגיעזע פראבלעם מיט חברה הצלה האט מער ווי איין רב וואו זיך צו ווענדן, מיט עזרת נשים איז דאס נישטא.
מיטוואך אוגוסט 01, 2018 1:33 pm#410265
קורקלענד: ייש"כ. דאס איז א שטארקע נקודה. מיין פערזענליכע שטעלונג איבער די ארגאניזאציע ..."עזרת נשים" איז, פון אנהייב ווען די אישו איז ארויפגעקומען, געווען די זעלבע. וואס כאטש עפ"י הלכה איז 100% מותר פאר א מאן צו גיין אויף א הצלה קאלל פון א פרוי וואס האלט אין מיט'ן (עמערדזשענסי) געבורט פראצעס. אבער אויב ס'זענען דא פרויען וועלכע קענען געבן די זעלבע קוואליטי פראפעסיאנאלע הילף, איז דאך הנה מה טוב. און מ'דארף נישט זוכן פעילערס איינער אויפ'ן צווייטן. כולם אהובים. כולם ברורים. ביידע ארגאניזאציעס זענען גוט אויף זייער פלאץ און צייט. נאר א הלכה בלייבט אן הלכה. א מאן מעג אייביג געבן פראפעסיאנאלע מעדיצינישע הילף פאר א פרוי. און פארקערט אויך. א פרוי קען געבן מעדיצינישע הילף פאר א מאנספארשוין אונטער אלע אומשטענדן... ושלום על ישראל...!
מיטוואך אוגוסט 01, 2018 2:14 pm#410271
איך האב א ענליכע שטעלונג אויף די עצם קאנצעפט פון א פרויען הצלה, אבער אויף עזרת נשים האב איך דערווייל אן אנדערע שטעלונג.
מיטוואך אוגוסט 01, 2018 2:27 pm#410273
קורקלנעד: דו דארפסט געדענקען אז מ'קען אייביג האבן לכאורה'דיגע טענות אז אן ארגאניזאציע איז דא לשם פניות פון כבוד אדער געלט. אדער סתם שוויצעריי. אבער כפי הנראה (לעיניים) איז די עזרת נשים ארגאניזאציע דא לשם המטרה. פון העלפן פרויען אין אזעלכע מצבים. וואס מאכט זיי אפשר פיהלן אומבאקוועם ווען א מאן (אנשטאט א פרוי) קומט צו דעם קאלל...!
מיטוואך אוגוסט 01, 2018 4:22 pm#410287
ווען האט די לעצטע מאל רעבצין פרייער געמאכט א ווארימע נאכטמאל פאר איר מאן? (נישט אויפן טעלעוויזיע נאר אין ריאלעטעט)

וואס האט דאס פארטיידיגן אנגעבליכע פרויען-באקוועמליכקייטן (גארנישט איינגעשטויסן מיט ווירקליכע פיקח נפש, אדער אפילו בלויז עטוואס גלייך צו דאס) מיטן דינען אלס א ריכטערן אינעם ברוקלינער געריכט נעץ? (וואס אייגענטליך וויל די דאזיגע פרוי, אויסער אונז אנשטינקן, און זיין א לעלו-לאגא מאמע...)

וויפול פון אונזער היימישע פרויען וועלן זיך לאזן פילאמירן און זיך נאכאנאנד אויסשטעלן פאר די אלגעמיינע פאפאראציע ווי די אנגעבליכער אומגעבעטענע כלל פארזארגרין, און וואקי-טאקי לעלו- לעדי פרייער?

ווער איז בכלל אינרעסירט אין אין איר? אדער אין איר פארשטינקענע סערוויס? ( ווען ס'וואלט ווען ווירקליך געווען א סוקסעס, וואלט מען ווען נישט געהערט קיין פיפס פון דעם אויפמערזאמקייט פארזיכערן ווילן-זיין לעלו-לעדי)

שרה שנירער איז נישט ארום געלאפן מאכן מאוויס, ווי די דאזיגע לעגענדארן צניעות-אויסרייסערין שפרייער לרפ''ש, ווייל שרה שנירער האט עטוואס געמיינט ג-ט. און שפרייער האט ג-ט דארט וואו.... יא!

רעבצין שפרייער ווערט העפליך געבעטן צו זיצען אינדערהיים אין שטריקן סוועטרס פאר איר געזונדל, און מאכן אייער שפייז אונטערגעשלאגן מיט געדינצסטע צוויבל פאר איר אויסגעהונגערטע מאן. און לאזן די אלגעמיינע מענטשהייט במנוחה...

אויב א פרוי האט ווירקליך א פראבלעים, ווען א נישט-פרוי באשעפטיגט זיך מיט איר אין איר שווערסטן צושטאנד. ( וועלכע מערסטנס האבן באשיינפערליך נישט.) זאל זי געזונטערהייט רופן די גויאישע אמבולאנס אגענטור, וועלעכע ס'האבן כמעט אויף יעדן אמבולאנס א העכסט-מושטירטע פרוי וועלכע צייכנט זיך פול מער אויס, אין די דאזיגע הינזיכטען, מיט וועלכע שפרייער מיט איר קליקע צניעות אויסרייסערענס לעלו לעדיס שטאלצירן...

רבותי....ס'איז צייט צו שניידן די שטירן אפפאל...
מיטוואך אוגוסט 01, 2018 4:39 pm#410288
Re: עזרת נשים אפטיילונג קומט ארויס מיט א מאווי 93Queen
קעכעלע, אטע דאס טענה'ט טאקע די רעבעצין פרייער, זאל קעכעלע איבערלאזן אביסעלע די לעלוס (אדער דעם אינטערנעט) און זיך שטעלן אליינס קאכן נאכטמאל, און מאכן אייערשפייז לויט זיין געשמאק, און לאזן זיין חשובע ווייבעלע במנוחה.
מיטוואך אוגוסט 01, 2018 4:56 pm#410294
berlbalaguleh האט געשריבן:קורקלנעד: דו דארפט געדענקען אז מ'קען אייביג האבן לכאורה'דיגע טענות אז אן ארגאניזאציע איז דא לשם פניות פון כבוד אדער געלט. אדער סתם שוויצעריי. אבער כפי הנראה (לעיניים) איז די עזרת נשים ארגאניזאציע דא לשם המטרה. פון העלפן פרויען אין אזעלכע מצבים. וואס מאכט זיי אפשר פיהלן אומבאקוועם ווען א מאן (אנשטאט א פרוי) קומט צו דעם קאלל...!

קיינער איז נישט מחולק אז די געדאנק אליינס איז נישט שלעכט.

דיין מסקנא אז ס'איז נאר דא לשם המטרה, איז זיך סותר מיט מרת פרייערס אייגענע מעסעדזש, ליין נאר די ארטיקלען איבער זיי. זיי האבן א פעמיניסט אגענדע און זיי פראבירן עס נישט צו באהאלטן.

אגב, ס'איז שוין העכסט צייט אז פרויען זאלן אנהייבן טיילן כפרות, און צו ברענגען מער איקוואליטי אין דעם מענער-דאמינירענדען אינדוסטרי.

@קאך לעפעל.

דו קומסט אלץ מיט דיינע פרימיטיווע בליקן, אז פרויען זענען געמאכט צו קאכן נאכטמאל פאר די פרויען! מעגסט פארשטיין אז אין 2018 זענען די יוצרות קאפויער.
מיטוואך אוגוסט 01, 2018 5:25 pm#410299

יא! נידער מיט די אלטע נארישע פרימיטיווע בליקן! לעבן זאל די נייע פארגעשריטענע 2018 רעוואלוציע!
מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:45 pm#410340
Re: עזרת נשים אפטיילונג קומט ארויס מיט א מאווי 93Queen
קאך_לעפל האט געשריבן:ווען האט די לעצטע מאל רעבצין פרייער געמאכט א ווארימע נאכטמאל פאר איר מאן? (נישט אויפן טעלעוויזיע נאר אין ריאלעטעט)

וואס האט דאס פארטיידיגן אנגעבליכע פרויען-באקוועמליכקייטן (גארנישט איינגעשטויסן מיט ווירקליכע פיקח נפש, אדער אפילו בלויז עטוואס גלייך צו דאס) מיטן דינען אלס א ריכטערן אינעם ברוקלינער געריכט נעץ? (וואס אייגענטליך וויל די דאזיגע פרוי, אויסער אונז אנשטינקן, און זיין א לעלו-לאגא מאמע...)

וויפול פון אונזער היימישע פרויען וועלן זיך לאזן פילאמירן און זיך נאכאנאנד אויסשטעלן פאר די אלגעמיינע פאפאראציע ווי די אנגעבליכער אומגעבעטענע כלל פארזארגרין, און וואקי-טאקי לעלו- לעדי פרייער?

ווער איז בכלל אינרעסירט אין אין איר? אדער אין איר פארשטינקענע סערוויס? ( ווען ס'וואלט ווען ווירקליך געווען א סוקסעס, וואלט מען ווען נישט געהערט קיין פיפס פון דעם אויפמערזאמקייט פארזיכערן ווילן-זיין לעלו-לעדי)

שרה שנירער איז נישט ארום געלאפן מאכן מאוויס, ווי די דאזיגע לעגענדארן צניעות-אויסרייסערין שפרייער לרפ''ש, ווייל שרה שנירער האט עטוואס געמיינט ג-ט. און שפרייער האט ג-ט דארט וואו.... יא!

רעבצין שפרייער ווערט העפליך געבעטן צו זיצען אינדערהיים אין שטריקן סוועטרס פאר איר געזונדל, און מאכן אייער שפייז אונטערגעשלאגן מיט געדינצסטע צוויבל פאר איר אויסגעהונגערטע מאן. און לאזן די אלגעמיינע מענטשהייט במנוחה...

אויב א פרוי האט ווירקליך א פראבלעים, ווען א נישט-פרוי באשעפטיגט זיך מיט איר אין איר שווערסטן צושטאנד. ( וועלכע מערסטנס האבן באשיינפערליך נישט.) זאל זי געזונטערהייט רופן די גויאישע אמבולאנס אגענטור, וועלעכע ס'האבן כמעט אויף יעדן אמבולאנס א העכסט-מושטירטע פרוי וועלכע צייכנט זיך פול מער אויס, אין די דאזיגע הינזיכטען, מיט וועלכע שפרייער מיט איר קליקע צניעות אויסרייסערענס לעלו לעדיס שטאלצירן...

רבותי....ס'איז צייט צו שניידן די שטירן אפפאל...

זייער גוט ארויסגעברענגט וואס פרייער האלט, פאר אזאנע מענטשן ווי דיר איז זי דא צי קעמפן אנטקעגן, פאר אזאנע מענטשן ווי דיר וואס האלטן אז זי זאל זיצן אינדערהיים אין שטריקן סוועטערס, נאר פאר א מאן איז מותר צי זיין א לעלו... א לעלו-מאן איז מותר און א לעלו-לעדי איז אסור???. און בכלל זייט ווען ווייסטו צי שרה שנירער איז נישט געלאפן מאכן מאוויס און אז זי האט געמיינט דעם איייייייייבערשטען, און אז זי האט נישט געהאט דעם אייבערשטער דארט ווי די האלסט אז רוחי פרייער האט די אייבערשטער, ביי-די-וועי רביצין פרייער וועט מסתם זיין אין די ביכער ציזאמען מיט שרה שנירער אין הונדערט יאר ארום
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 11:22 am#410364
berlbalaguleh האט געשריבן:קורקלנעד: דו דארפט געדענקען אז מ'קען אייביג האבן לכאורה'דיגע טענות אז אן ארגאניזאציע איז דא לשם פניות פון כבוד אדער געלט. אדער סתם שוויצעריי. אבער כפי הנראה (לעיניים) איז די עזרת נשים ארגאניזאציע דא לשם המטרה. פון העלפן פרויען אין אזעלכע מצבים. וואס מאכט זיי אפשר פיהלן אומבאקוועם ווען א מאן (אנשטאט א פרוי) קומט צו דעם קאלל...!

טרויבן88 האט געשריבן:זייער גוט ארויסגעברענגט וואס פרייער האלט, פאר אזאנע מענטשן ווי דיר איז זי דא צי קעמפן אנטקעגן, פאר אזאנע מענטשן ווי דיר וואס האלטן אז זי זאל זיצן אינדערהיים אין שטריקן סוועטערס, נאר פאר א מאן איז מותר צי זיין א לעלו... א לעלו-מאן איז מותר און א לעלו-לעדי איז אסור???. און בכלל זייט ווען ווייסטו צי שרה שנירער איז נישט געלאפן מאכן מאוויס און אז זי האט געמיינט דעם איייייייייבערשטען, און אז זי האט נישט געהאט דעם אייבערשטער דארט ווי די האלסט אז רוחי פרייער האט די אייבערשטער, ביי-די-וועי רביצין פרייער וועט מסתם זיין אין די ביכער ציזאמען מיט שרה שנירער אין הונדערט יאר ארום

היאך יתקיימו שניהם?
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 11:34 am#410365
איך פארשטיי נישט פונקטליך די קשיא, ווי פארשטענדליך האב איך דאך נישט אזא גמרא קאפּ ווי דיר... וואס דרוקט דיר, די סתירה פון מיר מיט בערל, אדער בערלס סתירה מיט מיר???
רוחי פרייער איז נישט עובר אויף קיין שום הלכה, נאר אויף חרדיזם וואס ווי פארשטייט זיך אז מען ברויכט זיך מוסר נפש זיין דערויף, יהרג ועל יעבור... ברוך השם אז @קאך לעפל האט ארויסגעוויזן זיין פרצוף איז די ארבייט געווען גרינגער.
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 12:19 pm#410369
טרויבן 88: דו האסט זייער גוט ארויסגעברענגט די נקודה. אפילו א ביסל סארקאסטיש...! איך פערזענליך ווער נישט געשטערט אז פרויען גייען צו הצלה קאללס פאר פרויען. כאטש עפ"י הלכה איז נישט דא קיין שום פארלאנג פאר דעם. ווילאנג זיי זענען פראפעשיאנאל. און דאס וואס קאך לעפל ווערט געשטערט אז מרס. פרייער מאכט נישט קיין אייער שפייז מיט געדינצסטע צוויבל (כלשונו) פאר איהר אויסגעהונגערטן מאן, איז נישט קיין ראיה אדער א טעם לסתור. איך בין זיכער אז איהר מאן איז נישט אזא בטלן אז ער קען זיך נישט מאכן אליינס אן אייער שפייז (מיט, אדער אן צוויבל) ווייל אפילו איך קען עס באווייזן. איך האב מיך עס נאך אויסגעלערנט אלס בחור. ווייל מיין מאמע איז געגאנגען ארבעטן...!

די מענטשן? וועלכע ווערן געשטערט אז פרויען פיהרן אן אן ארגאניזאציע און זענען מצליח מיט עפעס, זענען א ביסל פינסטערע, שווארץ-מאה'ניקעס. פון וואס ס'איז ב"ה דא בשפע אין די סאטמאר'ע קהילה. ס'דא נארמאלע, געסעטלטע מענטשן אויך...!
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 4:20 pm#410397
ערעב בערל

ס'איז נישט קיין איין איינציגער אין די קאמיונטי וואס שטערט אז פרויען פיהרן אן א מוצלחדיגע ארגענעזאציע דאס איז א גענצליכע שטרוי-מאן. ס'איז דא עטליכע ברייטפארצווייגטע ארגענעזאציעס וואס פרויען פיהרן אן לדומא ביקור חולים וכו' וואס קיינער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט.

דער עולם האט א פראבלעם מיט מרת פרייער'ס אגענדע, און דאס איז שוין יא א אישו.
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 4:35 pm#410399
Re: עזרת נשים אפטיילונג קומט ארויס מיט א מאווי 93Queen
צו זאגן אז קיינעם שטערט נישט איז נישט אמת, עס זענען דא זייער אסאך ביי אונז וואס זייער בליק אויף פרויען איז אזויווי דער בדחן וואס האט חוזק געמאכט פון עזרת נשים, אבער וואס איז אמת איז אז נישט דאס איז די סיבה פארוואס מען שטערט זיי, די איינציגסטע וואס שטערן עזרת נשים איז הצלה, און זיי וואלטן פונקט אזוי געשטערט סיי וועלכע מענער ארגענעזאציע וואס וואלט געקענט זיין עפעס קאמפעטישן מיט זיי.
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 4:35 pm#410400
סתם בד' צחות. ס'איז דא אסאך מאל נעמען וואס איך וואונדער מיך אויב שמא גרים. ווי למשל כהן, איזרעאל, אשכנזי. יעצט טראכט איך אפשר אויך פרייער.
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 6:43 pm#410405
אונטער חכם האט געשריבן:צו זאגן אז קיינעם שטערט נישט איז נישט אמת, עס זענען דא זייער אסאך ביי אונז וואס זייער בליק אויף פרויען איז אזויווי דער בדחן וואס האט חוזק געמאכט פון עזרת נשים, אבער וואס איז אמת איז אז נישט דאס איז די סיבה פארוואס מען שטערט זיי, די איינציגסטע וואס שטערן עזרת נשים איז הצלה, און זיי וואלטן פונקט אזוי געשטערט סיי וועלכע מענער ארגענעזאציע וואס וואלט געקענט זיין עפעס קאמפעטישן מיט זיי.

איך הער כסדר מענטשן זאגן אז הצלה שטערט איר, קענסט ווייזן ווי הצלה האט אמאל גערעדט א ווארט וועגן איר? וואס האבן זיי געטוהן? בסך הכל האבן זיי איר נישט אנגענומען און ס'איז מסתבר אז זיי זענען נישט צופרידן מיט איר ספעציעל ווען זי הערט נישט אויף האקן אויף זיי (און נאכדעם וואס זיי דארפן אויפקלינען קאלס נאך איר...) אבער זיי שטערן איר? זי האט קלאר געזאגט אזוי...
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 8:03 pm#410410
ניין. זיי רעדן גארנישט קעגן הצלה, נאר אז זיי וואלטן אויך געדארפט אריין נעמען פרויען. איך האב עס שוין אסאך מאל געהערט פון זיי. פון די אנדערע זייט, האב איך שוין יא געהערט פון גרויסע הצלה מעמבערס ווי זיי בארעדן געפערליך עזרת נשים כאטש וואס ביי א פרויען פאציענט מאכן זיי קודם זיכער אז יענער האט נאכנישט אויספראבירט עזרת נשים.
מאנטאג אוגוסט 20, 2018 11:30 pm#411576
אויף די Movie ברענגט זי עטליכע דוגמאות אין עדות וואס הצלה טוט קעגן איר
מאנטאג אוגוסט 20, 2018 11:42 pm#411577
גבריאל ציננער איז איינער פין דריי דיינים אין עזרת נשים.
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 2:32 pm#411615
אפטעמיסט: דאמאלס שטייען זיי גוט...!
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 2:11 am#413456
די פילם איז יעצט אוועיליבעל בחינם אויף PBS
m https://www.pbs.org/video/93-queen-38naw1/ m
Expires: 09/30/18
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 2:44 am#413459
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די פילם איז יעצט אוועיליבעל בחינם אויף PBS
https://www.pbs.org/video/93-queen-38naw1/
Expires: 09/30/18

שוין, אז זיי ווילן אזוי שטארק... נו, אסאך הצלחה.
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 8:13 am#413464
Re: עזרת נשים אפטיילונג קומט ארויס מיט א מאווי 93Queen
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די פילם איז יעצט אוועיליבעל בחינם אויף PBS
https://www.pbs.org/video/93-queen-38naw1/
Expires: 09/30/18
שכח, דא לייג איך ארויף די ווידעא פאר די וואס קענען עס נישט זען אויפן זייטל

ווידעא
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 2:13 am#413557
Re: עזרת נשים אפטיילונג קומט ארויס מיט א מאווי 93Queen
איך האב זייער שטארק הנאה געהאט פונעם ווידעא און די אלע נושאים פון וואס מען רעדט ארום דארט, זייער אינטערעסאנט צי זען די פילע פארבן וואס כלל ישראל האט און יעדער מיט זייער מחשבות, טייל זענען אזוי ווייט אוועק פון חרדיזם אז זיי קענען נישט פארשטיין געוויסע מושגים, אינטערעסאנט צי וויסן אביסל מער די היסטאריע ווען פרויען זענען ארויסגעפלויגן פון הצלה אינגאנצן, פארוואס דיספעיטשארס פרויען זענען אויך געפלויגן וכו' ברוך השם פאר אזא קאמפיין ווי פרייער וואס האט נישט פארלאזט די קאמיוניטי און יעצט פאר אין די סיסטעם צי מאכן בעסער די פלאץ, זאל זי זיין א וועג ווייזערין פאר אנדערע צי זען אז טויש קען קומען פון אינסייד
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 6:09 pm#414315
טרויבן88 האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די פילם איז יעצט אוועיליבעל בחינם אויף PBS
https://www.pbs.org/video/93-queen-38naw1/
Expires: 09/30/18
שכח, דא לייג איך ארויף די ווידעא פאר די וואס קענען עס נישט זען אויפן זייטל

ווידעא

אזוי ווי מחמת כמה סיבות שאינן מובנות קען איך נישט עפענן דעם לינק געברענגט דורך הרב הנכבד טרויבן88, דארום ווער עס קען א טובה טוהן און עס ארויפלייגן אויף גוגעל-דריוו, וועל איך זייער דאנקבאר זיין, און ער וועט גורם זיין אז א' מאנ"ש ואשתו זאלן האבן וואס צו קוקן מוצ"ש לכבוד מלוה מלכה.

זאל אייך גאט בענטשען.
זונטאג פעברואר 17, 2019 5:27 pm#424663
ענדליך געהאט דעם געלעגענהייט דאס צו דאנלאדן, זייער אינטערעסאנט, שכח !
זונטאג פעברואר 17, 2019 9:56 pm#424679
טאמבל סאס האט געשריבן:סתם בד' צחות. ס'איז דא אסאך מאל נעמען וואס איך וואונדער מיך אויב שמא גרים. ווי למשל כהן, איזרעאל, אשכנזי. יעצט טראכט איך אפשר אויך פרייער.

אויכעט בדרך צחות: אבער אמת. איך קען עטליכע מענטשן וועלכע הייסן פאללאק און זיי זענען אונגארישע. אויך קען איך עטליכע מענטשן וועלכע הייסן אונגארישער און זיי זענען פוילש אפשטאמיגע...! וואסי פשט...?! נאר דער תירוץ איז...אז דער וואס הייסט פאללאק און ער קומט פון אונגארן איז, ווייל זיין עלטער זיידע האט אימיגרירט פון פוילן קיין אונגארן. און א יעדער אין ביהמ"ד האט געזאגט...קוקטס... דער פאללאק...!

די זעלבע איז מיט דעם וואס הייסט אונגארישער...זיין עלטער זיידע איז געפארן קיין פוילן פון אונגארן. און אין ביהמ"ד האט א יעדער געזאגט...קוקטס... דער אונגארישער... (נאר)...!