Under maintenance
הויפט זייט » באשיינפערליכע דיקטאטור אין קרית יואל מיט אדווערטייזמענט תקנ'

באשיינפערליכע דיקטאטור אין קרית יואל מיט אדווערטייזמענט תקנ'

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12485
דינסטאג יולי 31, 2018 8:24 pm#410223
באשיינפערליכע דיקטאטור אין קרית יואל מיט אדווערטייזמענט תקנ'
נארוואס ערשינען פרישע תקנות דורך בארימטע וועד משמרת פון כפר קרית יואל, זיי רוען נישט ביז דער ציבור וועט הארכן און מקבל עול זיין צו די באצוימונגען פונעם רעזשים. (תקנות שמעקן אויך פון ראסיזם...)
דינסטאג יולי 31, 2018 8:34 pm#410225
אן אדווערטייזמענט לאור די פרישע תקנות
דינסטאג יולי 31, 2018 9:24 pm#410231
לבי ובשרי: ניין. דער אדווערטייזמענט טויג נישט. לאור (אדער לחושך) פון די נייע תקנות פונ'ם וועד משמרת הצניעות דקר"י. ערשטנס. מ'זעהט אין בעקגראונד א ...."לאנג", אויפגעדעקט שייטל, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. נאכדעים. דאס יונגל אויפ'ן פיקטשער האט א טשופ. און גאר קורצע, מאדערנע פיאות. ער האט נישט קיין צורה פון א היימיש קינד. מיט צולאטשעטע, לאנגע פיאות. חוץ דעים קענמען חושד זיין אז ער קייט טשואינג גאם, רחמנא ליצלן. וואס דער בית דין הגדול דקריתנו יצ"ו האט בפירוש גע'אסר'ט. אפילו צו אדווערטייזן... און די קאסמעטיקס וועלכע זענען תמרוקי נשים, נישט אויף קיין שום ערליכן איד געזאגט. קענען אויכעט ח"ו ברענגען אן ערליכן , אפגעהיטענעם איד לידי הירהור, רח"ל...!
דינסטאג יולי 31, 2018 11:42 pm#410237
מיין יונגל האט ערגעץ געזעהן די תקנות, פרעגט ער מיר מילא בילדער פון פרויען, מאדערנע מענטשן אדער גאם פארשטייט ער, אבער וואס איז די פראבלעם פון ברייטע בעטן?

כ'האב אים געענטפערט אז פונקט ווי אין שול וועט א פשוטע איד נישט אריינברענגן א גרויסע רבי'שע בענקל, די זעלבע טאר מען נישט האבן א רבי'שע בעט
דינסטאג יולי 31, 2018 11:47 pm#410238
שמעון וואלף. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. איך בין שיער נישט אראפגעפאללן פון מיין בעט. נאך א מזל אז ס'איז געווען א ברייטע בעט...!

דו האסט איהם מסביר געווען...?!
מיטוואך אוגוסט 01, 2018 12:04 pm#410261
שמעון וואלף האט געשריבן:מיין יונגל האט ערגעץ געזעהן די תקנות, פרעגט ער מיר מילא בילדער פון פרויען, מאדערנע מענטשן אדער גאם פארשטייט ער, אבער וואס איז די פראבלעם פון ברייטע בעטן?
כ'האב אים געענטפערט אז פונקט ווי אין שול וועט א פשוטע איד נישט אריינברענגן א גרויסע רבי'שע בענקל, די זעלבע טאר מען נישט האבן א רבי'שע בעט
:lol: :lol: :lol:
מיטוואך אוגוסט 01, 2018 7:11 pm#410310
ברוך השם אז זייער רעפעטאציע איז אזוי ווי פון אחשוורוש זייערע נייע גזירות יעדן טאג ווען נישט די צעדרייטע אגרות וואס זיי שיקן וואלט שוין געווען א כליה אויף שונאי ישראל, אזוי זעט מען אז זיי זענען פשוטע בהמות, ומלכינו בראשינו
מיטוואך אוגוסט 01, 2018 7:34 pm#410316
# שאריא אלערט
מיטוואך אוגוסט 01, 2018 7:51 pm#410318
וואס מיינט באשיינפערליכע?
מיטוואך אוגוסט 01, 2018 8:03 pm#410320
קורקלענד האט געשריבן:וואס מיינט באשיינפערליכע?

באשיינפערליך מיינט געווענליך, פנים אל פנים; אויסדירקליך; גאר אפן און פערזענליך.

לענינינו, ווען א וועד קומט ארויס מיט אזאנע תקנות, וואס רוב פון זיי האבן נישט קיין זין און פארשידענע ביזנעסער ווערט אטאקירט דורכדעם, סיי די ארויסגעבער פון די אדווערטייזמענט ביכלעך, און סיי די ביזנעסער זעלבסט, איז דאס "באשיינפערליכע פאררוקטע דיקטאטור".
אפגערעדט אז די תקנות זענען געבויעט אויף תולה ארץ און געהאקט אין קאפ (אין וואנט אריין).
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:13 am#412892
יעצט איז הוברר ידבר למפרע אז די צערדייטע תקנות זענען געווען א בחינה פון וואס שטייט ביי אחשווראש 'אלמלא איגרות ראשונות...'
אז די נעכטיגע שבת שובה דרשה דורך כ"ק מוהר"א מ'סאטמאר שליט"א בנוגע די געוואלדיגע פירצה פון פארן קיין אומאן ראש השנה איז אויך נישט געווען דעת קדשו פון רבי'ן, נאר די פאר העצערס (וועד החינוך... הצניעות... ) וואס האבן פארדרייט א קאפ ביי די איגרות ראשונות און געמאכט בזיונות פאר'ן רבי'ן הן הנה אשר היו בעצת השבת שובה דרשה
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:17 am#412893
דאכצעכמער אז מאיר הירש און די אנדערע עסקנים וואס זענען געטריי דעם רבי'ן מעגן אדאפטירן נוסח טראמפ `יו אר פייערד` און מעגן שוין אריינקוקן אין די מעגליכקייט פון נעמען מער באזעסענע מענטשן וואס זאלן זיין די יועצים ביים רבי'ן
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:11 pm#412899
כ'האב שוין לאנג א קלער. מיר וואוינען אינעם פרייען אמעריקע, וואו עס הערשט רעליגעזע פרייהייט, און פרייהייט פון אויסדרוק. דער דאזיגער פרייהייטן, גייען ווירקליך אויף ביידע וועגן, אדער בלויז אויף איין וועג?

דאס הייסט אזוי צו זאגן. אויב עמיצער מאכט אפ ביי זיך פון איין טאג אויפן צווייטן אז ער איז אויפגעקלערט, ער פארשטייט, ער איז פולשטענדיג ארויס פון די באקס. ער האנדלט זיך איין אויף א אומלעגאלע וועג א דער וועקער. ער רומפאזשירט ארום אין אומן ר''ה, צו זיין וואס ווייטער אוועק פונעם אנגעצויגענעם שטוב אויף יו''ט. (איי ער איז דאך אויפגעקלערט? וואס זוכסטו אין אומאן? ) ער מאכט זיך צו רעכט דעם בארדע און די וואנצן, (ווארום, מ'קען דאך פארט נישט אויסצוזען ווי א אומציוויליזירטער ווילדער וואלד-שוויין)ער ערזעצט די פאר-לאנגע-גענעראציעס-פארהייליגטע ר''ת גאטשעס, צו שמאלע געפאצטע קאלירטע אונטער הויזן רח''ל, ער לאכט אפ מיט א צינישקייט פון די גאנצע רבי זי''ע באוועגונג, אד''ג. פארשטייען מאנכע, אז יא! ער האט די פולע רעכטן צו טאן וואס אימער זיין הארץ באגערט. סטייטש? מיר וואוינען עפעס אין סאוויעט רוסלאנד אדער אין כינע, וואו די אינסטאנצן באגרעניצן די באפעלקערונג וואס יא צו טאן אדער נישט צו טאן? פרייהייט! מיר וואוינען דאך דאנק ג-ט פאר דעם אין די לאנד פון די פרייע...

אצינד קאפויער ווען עמיצער ווערט פאר סיי וועלכע אורזאך מער פרום, און פראפאגאנדירט ארום קעגן אלערליי טעכנעלאגישע געצייגן, און ער איז שטענדיג פארנומען מיט צניעות, איבעראל זעט ער זאכן וועלכע ציען אים אונטער, און האקט אויף ציונות אד''ג, א שטייגער ווי דער אהרן טייטעלבוים...גייט אויך אן פרייהייט פון אויסדרוק? אדער פרייהייט גייט בלויז אויף איין וועג, און דערפאר ווערט דער פרימער פרעדיגער פארוואנדלט צו א פינסטערער דיקטאטור, א שטייגער ווי דער גרויזאמער סטאלין ימ''ש זעלבסט.

צום אויספיר: איטליכער פארמאגט די רעכטן צו זאגן און צו טאן וואס זיין הארץ באגערט. זעלבסטפארשטענליך דארף ער זיין געראכטן אויף נאכפאלגענעדע קאנצוקווענצן. ווי צום ביישפיל: די באהערענדע וועלן שיקן זייער שווארצע תליינים און מלאכי חבלה צו טשעפענען און מאכן דאס טויט פאר די אומשולדיגע קליינע קינדער. אבער אראפרייסן יענעם פארן פראפאגאנדירן זיין אגענדע? פארוואס? פארמאגט ער דען נישט די זעלבע פרייהייט רעכטען ווי דער אנגעבליכער אויפגעקלערטער? ווי גענוי שטעלן זיך די פרייהייט רעכטן אפ?

סתם א קלער....
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:22 pm#412901
זעסט נישט די חילוק?

ווען דער ר' אהר'נען זאגט עס שטילערהייט פאר זיין סאשא'טע אינדערהיים מילא, דעמאלטס איז חל פרייהייט און ער קען זאגען און טוהן מה שלבו חפץ. אבער סתם גוזר צו זיין גזירות על הציבור וואס האט נישט א מקור אין די תורה און נישט בדינא דמלכותא אדער בדרכי הנימוס בין אדם לחברו, דעמאלטס איז דאס היפך פרייהייט.

משא"כ, אז א יוד וויל זיין א שומר תורה ומצוות אויף אן אופן וואס איז אנדערש ווי א צווייטער האט זיך אנגערעדט און דער צווייטער דערגייט עם די יארן איז דאס ריכטיגע קאמאניסטישקייט.
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:27 pm#412902
וואלווי האט געשריבן:זעסט נישט די חילוק?

גוזר גזירות? אויף וועם? אויף מענטשן וואס ווילן וואוינען ביי אים אין דערהיים אין זיין שטעטל?

כ'האט אמאל זייער געוואלט מופן קיין סקווער? די ווייסט וואס ס'האט מיך אפגעהאלטן? איך גלייך נישט קיין צוויבל קוגל! און כ'וויל נישט גיין שבת מיט גרויסע בוטצעס, ווייל אין אוקריינא איז געווען בלאטע. א שטעטל קומט מיט תקנות...דאס איז די געדאנק פון א חסידיש שטעטל. און אז די רייסט אים אראפ, גלייבסטו נישט אין זיינע פרייהייט רעכטן...
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:31 pm#412904
Re: באשיינפערליכע דיקטאטור אין קרית יואל מיט אדווערטייזמענט
וואלווי האט געשריבן:זעסט נישט די חילוק?

ווען דער ר' אהר'נען זאגט עס שטילערהייט פאר זיין סאשא'טע אינדערהיים מילא, דעמאלטס איז חל פרייהייט און ער קען זאגען און טוהן מה שלבו חפץ. אבער סתם גוזר צו זיין גזירות על הציבור וואס האט נישט א מקור אין די תורה און נישט בדינא דמלכותא אדער בדרכי הנימוס בין אדם לחברו, דעמאלטס איז דאס היפך פרייהייט.

משא"כ, אז א יוד וויל זיין א שומר תורה ומצוות אויף אן אופן וואס איז אנדערש ווי א צווייטער האט זיך אנגערעדט און דער צווייטער דערגייט עם די יארן איז דאס ריכטיגע קאמאניסטישקייט.

שאול יצחק ראבינאוויטש און יואלי צימערמאן האט מען דא אבער אויך נישט מוחל געווען
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:32 pm#412906
קאך_לעפל האט געשריבן:גוזר גזירות? אויף וועם? אויף מענטשן וואס ווילן וואוינען ביי אים אין דערהיים אין זיין שטעטל?

כ'האט אמאל זייער געוואלט מופן קיין סקווער? די ווייסט וואס ס'האט מיך אפגעהאלטן? איך גלייך נישט קיין צוויבל קוגל! און כ'וויל נישט גיין שבת מיט גרויסע בוטצעס, ווייל אין אוקריינא איז געווען בלאטע. א שטעטל קומט מיט תקנות...דאס איז די געדאנק פון א חסידיש שטעטל. און אז די רייסט אים אראפ, גלייבסטו נישט אין זיינע פרייהייט רעכטן...

זייט ווען האבן די אלע פאריקטע גזירות א שייכות מיט תורה און חסידות אז ער זאל קענען מחייב זיין בני קהלתו?
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:35 pm#412907
נאכאמאל! דאס איז זיין בירגעליכער רעכט! דו ווילסט נישט איינהאלטן די שמד גזירות? האסטו גאנץ ניו יארק פאר דיך....סאיז פארהאן ביליאנען מענטשן אין די וועלט אויף וועלכע זיינע מאדנע גזירות זענען נישט חל. און דעם קנאפע מייל וואס הייסט קרית יואל. האט ער א בירגערליכער רעכט, צו זאגן וואס ער וויל...
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:37 pm#412908
אונטער חכם האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:זעסט נישט די חילוק?

ווען דער ר' אהר'נען זאגט עס שטילערהייט פאר זיין סאשא'טע אינדערהיים מילא, דעמאלטס איז חל פרייהייט און ער קען זאגען און טוהן מה שלבו חפץ. אבער סתם גוזר צו זיין גזירות על הציבור וואס האט נישט א מקור אין די תורה און נישט בדינא דמלכותא אדער בדרכי הנימוס בין אדם לחברו, דעמאלטס איז דאס היפך פרייהייט.

משא"כ, אז א יוד וויל זיין א שומר תורה ומצוות אויף אן אופן וואס איז אנדערש ווי א צווייטער האט זיך אנגערעדט און דער צווייטער דערגייט עם די יארן איז דאס ריכטיגע קאמאניסטישקייט.

שאול יצחק ראבינאוויטש און יואלי צימערמאן האט מען דא אבער אויך נישט מוחל געווען

דער יונגערמאן וואס איז זיך נוהג ווי אזוי ער פארשטייט דערגייט נישט קיינעם די יארן, שרייט קיינעם נישט נאך אז יענער מוז טוהן ווי עם, און איז אודאי קיינעם נישט מבזה ברבים, אלס איז פאר "זיך".

צימערמאן מיט ראבינאוויטש ווילען "יענעם" מחייב זיין צו טוהן ווי זיי, און די עסטעבלישט קהילות צווינגען אויך ארויף אויף "אנדערע".
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:47 pm#412909
קאך_לעפל האט געשריבן:נאכאמאל! דאס איז זיין בירגעליכער רעכט! די ווילסט נישט איינהאלטן די שמד גזירות? האסטו גאנץ ניו יארק פאר דיך....סאיז פארהאן ביליאנען מענטשען אין די וועלט אויף וועלכע זיינע מאנדע גיזרות זענען נישט חל. און דעם קנאפע מייל וואס הייסט קרית יואל. האט ער א בירגערליכער רעכט, צו זאגן וואס ער וויל...

וואס עפעס האט ער רעכט אויף יענעם?

כדי צו האבן עפעס רעכט אויף יענעם, דארף עס זיין מדין תורה אדער הנהגת יהדות, וואס אויף דעם האט ער כח אלס מרא דאתרא און אויף דעם זענען די איינוואוינער מקבל מרות. משא"כ סתם זאכן וואס זענען אויס גע'חלומ'ט האט ער נישט קיין שום רעכט גוזר זיין אויף "יענעם".

צו מעג ער דען גזל'ן פון יענעם שלא כדת? אויף דעם וועסטו אויך זאגען אז ס'איז זיין בארעכטיגע "פרייהייט"? אויף דעם טענה'סטו אויך אז דער תושב וויל עס ווייל ער וואוינט דארט?

דו האסט מגלה געווען א דעפענישן אין די ווארט פרייהייט וואס מ'האט שוין מקדים געווען אין סדום.
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:51 pm#412910
וואס ער האט געזאגט אז מען גייט א רויסווארפען די קינדער ווער עס גייט קיין אומאן?
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:10 pm#412914
דאס איז קיין וויץ, אז שיינע צאל מלמדים זענען געפארן קיין אומאן ר"ה, און מ'נעמט זיי נישט צוריק אן אין די מוסדות, און זיי זוכן נייע שטעלעס.
ביודעי ובמכירי קאמינא
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:10 pm#412915
נמחק
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:37 pm#412917
אז ר׳ אהרן האט נישט ליב די אדווערטייזמענטס אין קרית יואל, קען ער מופן - מיט זיין ווייב טאמער זי וויל מיטקומען - צו סיי וועלכע סטעיט אין אמעריקא. וואס עפעס זאל ער איינטיילען וואס יענער טוט אין זיין שטאט?
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 3:31 pm#412918
לבי ובשרי האט געשריבן:דאס איז קיין וויץ, אז שיינע צאל מלמדים זענען געפארן קיין אומאן ר"ה, און מ'נעמט זיי נישט צוריק אן אין די מוסדות, און זיי זוכן נייע שטעלעס.
ביודעי ובמכירי קאמינא

זייער גוט! זאל מען זיי אלע ארויסווארפן! דער איינציגסער וועג וויאזוי מ'קען ווערן אויסגעלייזט איז נאר מיט כח, אזוי איז אלעמאל געווען. אזוי איז געווען אין מצרים, ווילאנג פרעה האט נישט געטריבן די אידן ארויסצוגיין איז גארנישט געווארן. און די רמב"ן שרייבט אז אזוי וועט אויך זיין ביי די גאולה העתידה, אז די גוים וועלן צווינגען די אידן ארויפצוגיין אויף א"י.

#לאנגלעבןדירעוואלוציע