יישר כוח. דער רבי רעדט פייערדיגע דיבורים כדרכו בקודש.
אבער ווי קען מען מחייב זיין א איד וואס ס'גייט איהם שווער אין פרנסה ס'זאל זיין בהיתר ובכבוד, (90% פונעם עולם בעלי משפחות וועלכער צאלן שכ"ל און מאכען חתונה), צו זיין אויף די מדרגה אין בטחון און זיין רוהיג מקיים צו זיין מער ווי די הלכה איז מחייב. הרב ראטה אדרעסירט אין זיין דרשה אפנים נאר אינגעלייטלעך. וועט ער האלטן גענוי די זעלבע דרשה פאר בני ארבעים ומעלה וועלכע האבען שוין מוליד געווען 8 צו 10 קינדער, כן ירבו, און מאכן איצט חתונה פאר איבער 60 אלפים דאללער פער זייט? אויב נישט, ווי פאלט אוועק די מידת הביטחון. ועוד, אויב וועט ער זאגן אז נישט, שטעלט זיך דאך די פראגע, מאי נפק"מ? אפשר זאל דער אינגערמאנטשיק אויך זיך לערנען א פאך אדער דעוועלאפירן א ביזנעס אדער סטאבילער פרנסה איידער ער איז גרייט צו האדעווען א גאנצע משפחה בגשמיות וברוחניות, למען ייטב לו ולבניו אחריו.