העניך האט געשריבן:הרב פלאוויוס, א גרויסן דאנק פאר דיין ארטיקל. זייער הנאה געהאט.
איך האב אין דער פארגאנגענהייט געשריבן א געדאנק וואס קען ווארפן א שטיקל ליכט אויף דער טעמע, זע מיין ארטיקל "
אדיקטעד צום טעלעפאן און די ברילן?".
איך זע וואס דו האסט דארט געשריבן אבער איך בין נישט איינשטימיג מיט דעם. יעדע זאך וואס א מענטש קען נישט לעבן אן דעם (אדער ער ניצט עס איבער דער מאס) איז א שיעבוד. א גוטע זאך קען אויך זיין א שעבוד. דו ברענגסט א ביישפיל פון ברילן, אבער דער מענטש וואס ניצט ברילן קען פשוט נישט זען גוט אן דעם. אויב וואלט ער יא געקענט זען אן דעם נאר אן עמאציאנעלע/גייסטישע סיבה לאזט אים נישט קוקן צו דער וועלט אן קיין ברילן וואלט עס געהייסן א געהעריגער שיעבוד. דאס אז דער מענטש ניצט די ברילן בסך הכל אויף צו זען די וועלט מאכט עס נישט אויס שיעבוד.
דאס זעלבע איז מיטן סמארטפאן. ס'איז אמת אז דארט זענען דא אן א שיעור פונקציעס אבער דער שיעבוד איז צו דער מאשינקע. די פראגע איז נאר צי מ'קען טעארעטיש זיך באפרייען פון דער מאשינקע אפילו ווען מ'פארמאגט עס אין טאש, דורכ'ן באקעמפן יענע פרטים וואס פארוואנדלען דעם סמארטפאן אין א שעבוד (ווי למשל סאציאלע מידיע). כדי צו קענען אויף דער פראגע וואלט מען מסתמא געדארפט דורכפירן אן ערנסטע סאציאלאגישע פארשונג אויף אן אקאדעמישן פארנעם, וויבאלד אונזערע מיינונגען קענען דא נישט מכריע זיין.
איך וועל געבן נאר איין ביישפיל ווי שווער ס'איז צו טרעפן א קלארן ענטפער אויף דער פראגע. לאמיר זאגן אז צו פירן באנק חשבונות אויפ'ן סמארטפאן איז פאר זיך נישט קיין שום שיעבוד, אבער סטאטיסטיש קומט אויס אז ווען א מענטש דארף ניצן דעם סמארטפאן צו פירן זיין באנק אקאונט וועט ער ממילא שוין אויך קוקן די נייעס מער מאל אין טאג. דא האסטו אן אומדירעקטע תוצאה פון שיעבוד וואס קומט ארויס דורכ'ן אומשולדיגן באנק עפפ. מיר קענען דא פילאזאפירן פון היינט ביז איבערמארגן, אבער ס'וואלט געדארפט ערגעץ זיין א געהעריגע שטודיע וואס זאל קענען דערקענען די גענויע פרטים פונעם פראבלעם. דער פאקט איז אז אין אלע שיכטן פון דער געזעלשאפט זענען דא מענטשן וואס ווערן אריינגעצויגן אויף א ריזיגן פארנעם קעגן זייער ווילן, און זיי פארשטייען נישט געהעריג וואו דער הונט ליגט באגראבן...