Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » די ניגון ראש השנה איז געקומען, א נאצי מארש

די ניגון ראש השנה איז געקומען, א נאצי מארש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12514
מיטוואך אוגוסט 15, 2018 6:23 pm#411209
די ניגון ראש השנה איז געקומען, א נאצי מארש
די ניגון ראש השנה איז געקומען און מיר טוען שופר בלאזן, איז גאר א נאצישע מארש, דא קענט איר הערן ווי א האלאקאסט איבערלעבער זינגט עס פאר א פרוי פון די היטלער יוגענט באוועגונג, באטאנענדיג אז עס איז דא א נאצי מארש מיט איר נאמען "עריקא"
זעט דעם קליפד דא m https://youtu.be/4f_4DQ-JcXg?t=286 m
מיטוואך אוגוסט 15, 2018 7:49 pm#411216
איך וועלל זיין אן איפכא מסתברא. אפשר איז געווען א קלוג אידל וואס ווען די נאציס, ימ"ש האבן איהם/איהר געהייסן זינגען א מארטש, האט ער געזינגען א ניגון פון יום זה מכובד אדער ברוך ק-ל עליון. און ר'האטציי איינגערעדט אז דאס איז א נאצי מארטש...(לאל)...!
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 2:04 pm#411284
די ערשטע קעסיאס האבן געשפילט דעם ניגון ציזאמען מיט לאנדען ברידשעס - האט נישט קיין שייכת מיט קיין נאציס אן איינפאכע פאלקס ניגון
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 7:58 pm#411327
הקטן האט געשריבן:די ערשטע קעסיאס האבן געשפילט דעם ניגון ציזאמען מיט לאנדען ברידשעס - האט נישט קיין שייכת מיט קיין נאציס אן איינפאכע פאלקס ניגון

אויף וויקיפידיע זע איך ווי פאלגנד:
"Erika" is a marching song of the German military. The song was composed by Herms Niel in the 1930s, and it soon came into usage by the Wehrmacht, especially the Heer and, to a lesser extent, the Kriegsmarine.

m https://en.wikipedia.org/wiki/Erika_(song m )

לאנדאן ברידזש איז א אלטע מעלאדיע וואס די ערשטע ווערסיע איז דריי הונדערט יאר אלט.
m https://en.wikipedia.org/wiki/London_Br ... lling_Down m

ס'איז אלץ כדאי נאכצוקוקן זאכן בעפאר מ'שרייבט
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 9:09 pm#411331
קשיא וויקיפדיה על וויקיפדיה...
פרייטאג אוגוסט 17, 2018 9:19 am#411360
ATUB @גדליה ATUB , וואו האסטו געזען איך זאל שרייבן אז ביידער זענען פין דעם זעלבן מחבר אדער געמאכט געווארן אין די זעלבע זמן. אל איי סעט איז, ביידער זענען זיי פאלקס לידער
אבער נאך אביסל ריסערטש זעה איך אז די מחבר האט טאקע יא געראבעט מיט די נאציס
Herms_Niel
מיי בעד - איז ראש השנה נישט געקימען
מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 11:27 pm#411430
איז לכאורה האבן אונזערע לערירינס עס נישט גענומען ארויס פונ'ם דייטש, עס איז מער מסתבר אז זיי האבן עס שוין אדאפטירט פון די קעסיאו'ס, אלענפאלס איז עס מיר געווען אינטרעסאנט צו זען ווי אי אידישע פרוי דערמאנט א נאצי יוגענט פרוי און ביידע קענען דעם ניגון ביידע פון אנדערע זייטן פון געשיכטע
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:57 pm#419814
זייער אינטעריסאנט, אלעס איז פון די נאציס. דער ניגון, אויך אויב מען גידענקט די טשיקען טאנץ האבן אויך דו נאצי געטאנצען.

און גידענקט פין די ערשטע casio קיבארדס וועלעכע פרעגען האבן א demo סכנה וואס איעדע פרעגט זאגען אז דאס איז געוועהן היטלר ימ"ש מארש


m https://youtu.be/e5MGgybeeec m

אלעס האבן די נאצי געמאכט?