די איינציגסטע האלב נארמאלע רעפובליקאנער און "אמעריקאנער העלד' איז ליידער פארשניטן געווארן... די יעצטיגע צוריקגעבליבענע רעפובליקאנער באשטייען דאך פון ריינע אלטמאדישע קריסטליכע רשעים וואס זייער אגענדע איז אפענערהייט צו בא'גנב'נען דעם המון עם און געבן אלע געלט און פאוער פון די מעכטיגע קאפערעישאנס און די ביליאנערן וואס זענען די "אמת'דיגע בעלי-בתים" אין אמעריקע... יעצט קענען זיי שוין גרינגער אדורכפירן זייערע "גניבה שטיקלעך" פון אוועקנעמען פון 25 מיליאן ארימע אמעריקאנער זייער העלטקעיר און געבן פאר די רייכע אינשורענס קאמפעניס און באלוינען די "אויבערשטע פון די שטייסל" מיט שווערע ביליאנען דאללארן בשעת מיליאנען ארימע קינדער שטארבן פון קענסער...
איר פארשטייט? מ׳רעדט דאך דא פון די "מלכות של חסד" - די גאלדענע מדינה... און די רעפובליקאנער זענען שוין לאנג נישט געגאנגען אין מלחמה אריין... ס'איז שוין זייער לאנג!!! מלחמה מיינט דאך "ביזנעס" קאנטראקטס... אין אמעריקע איז אלעס א ביזנעס, די גאווערמענט איז א ביזנעס, די פאליס איז א ביזנעס... די הייוועיס, בריקן, טונעלס איז א ביזנעס... טיקעטס איז א ביזנעס.... די סקולס איז א ביזנעס, קאלעדזשעס איז א ביזנעס... די אינטערנעט איז א ביזנעס... צדקה ארגאניזאציעס איז א ביזנעס... רעליגיע איז א ביזנעס... די בילדינג דעפארטמענט איז א ביזנעס... ספארטס איז א ביזנעס... די מאטאר וויהקעל איז א ביזנעס... איינשפארן מענטשן אין תפיסה איז א ביזנעס... פאליטישאנס איז א ביזנעס, לאביאסט איז א ביזנעס, עלעקשאנס איז א ביזנעס... סאושעל סעקיוריטי איז א ביזנעס... קראנקע מענטשן איז א ביזנעס.... אלטע מענטשן איז א ביזנעס... מענטשן וואס שטארבן איז א (גרויסע) ביזנעס... וואס דען נישט???? אלעס איז א ביזנעס!!! אפילו ווען איך טייפ עפעס אריין אין גוגל צו מאכן א סורטש מאכט שוין איינער געלט נאר פון מיך נאכקוקן וואס איך טוה און דורך נאכשפיאנירן די אייגענע בירגער... אין די פרייע אמעריקע...
א ביטער געלעכטער....
בקיצור, קיין מעסיגע רעפובליקאנער איז שוין היינט אין די טראמפ ערא זייער שווער צו געפינען...