Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שנהי' לראש ולא לז... שוואנצאנעס

שנהי' לראש ולא לז... שוואנצאנעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12546
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 8:16 am#412157
שנהי' לראש ולא לז... שוואנצאנעס
איך שרייב נישט חוזק צו מאכען ח"ו אבער וואס גייט דער וויזנץ'ער רבי ר' מנדל טוהן ראש השנה מיט דעם יהי רצון?

מען קאן דאך נישט זאגען ולא לזנב, דאס וועט דאך אונטער ברעכען זיינע אלע דרשות פון די הייליגע שוואנצאעס.
ער זאגט דאך אפן ער וויל זיינע שוואנצאנים
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 8:59 am#412160
הד"ד "והוי זנב לאריות ואל תהי ראש לשועלים", וואס מיינט א לייב פרעגסטו? קוק וואס די גמרא זאגט אין פסחים דף מט: כל המשיא בתו לעם הארץ כאילו כופתה ומניחה לפני ארי, מה ארי דורס ואוכל ואין לו בושת פנים אף עם הארץ מכה ובועל ואין לו בושת פנים.
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 10:57 am#412165
א שוואנץ איז נישט א זנב. מאך א דייטשע גוגל טרענסלעט
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 12:41 pm#412171
Re: שנהי' לראש ולא לז... שוואנצאנעס
ס'זענען דא מקומות ווי מ'זאגט נאר יהי רצון שנהיה לראש, אפשר גייט די אדמו"ר השוואנצאנות אדאפטירן דעם מנהג
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 12:49 pm#412172
אדער וועט מען זאגן "שנהיה לראש ולזנב", כדוגמת "כהלל וכשמאי".
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 12:53 pm#412173
יהודי פשוט האט געשריבן:ס'זענען דא מקומות ווי מ'זאגט נאר יהי רצון שנהיה לראש, אפשר גייט די אדמו"ר השוואנצאנות אדאפטירן דעם מנהג

שמעתי ער גייט זאגן שנהיה לזנב ולא לבאטשי
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:02 pm#412174
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:translate.google.com/#iw/de/זנב
translate.google.com/#de/iw/Schwanz


דיין לינק איז נישט גוט. איך האב שוין געזען עטליכע מאל דעם פראבלעם, דו נוצט מסתמא א מאוביל דעווייס און עס געט נישט דעם גאנצן URL די עצה: קליק אויף די דריי פינטלעך אויבן רעכטס/שעיר/קאפי צום קליפבאורד
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:28 pm#412185
מיימון האט געשריבן:דיין לינק איז נישט גוט. איך האב שוין געזען עטליכע מאל דעם פראבלעם, דו נוצט מסתמא א מאוביל דעווייס און עס געט נישט דעם גאנצן URL די עצה: קליק אויף די דריי פינטלעך אויבן רעכטס/שעיר/קאפי צום קליפבאורד

יעצט איז בעסער?
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:32 pm#412189
Re: שנהי' לראש ולא לז... שוואנצאנעס
מען גייט מאכן א פשרה, די רעבע גייט עסן די קאפ און זאגן שאהיה לראש ולא לזנב, און די חסידים גייען עסן דעם זנב און זאגן שנהיה לזנב ולא לראש.
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 3:32 pm#412201
ליפא האט געשריבן:א שוואנץ איז נישט א זנב. מאך א דייטשע גוגל טרענסלעט


ערשטענס איך רעד נישט דויטש, איך רעד אידיש און צווייטענס גוגל, איז נישט תורת משה לאקשען. דאס איז נישט די אייציגסטע זאך וואס זיי טייטשען איבער שלעכט
מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:08 pm#412219
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:א שוואנץ איז נישט א זנב. מאך א דייטשע גוגל טרענסלעט


ערשטענס איך רעד נישט דויטש, איך רעד אידיש און צווייטענס גוגל, איז נישט תורת משה לאקשען. דאס איז נישט די אייציגסטע זאך וואס זיי טייטשען איבער שלעכט


גראדע זענען זיי גערעכט, עס איז אויך דא א ווידעא פין א עלטערע איד וואס זינגט א גראם, ווען דער רבי טאנצט, שאקעלט זיך דער שוואנץ, טאנצען אלע חסידים.
זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 12:40 am#412237
ביי חי השם איז דא וואס פירן זיך צו זאגן כהילל ולא כשמאי און ס'דא וואס זאגן כהילל וכשמאי
אין וויזניץ גייט מען זאגן שנהיה לראש זנב
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 10:45 am#418802
גדליה האט געשריבן:ביי חי השם איז דא וואס פירן זיך צו זאגן כהילל ולא כשמאי און ס'דא וואס זאגן כהילל וכשמאי
אין מרכז וויזניץ גייט מען זאגן שנהיה לראש זנב
זונטאג יאנואר 06, 2019 10:09 am#421210
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:איך שרייב נישט חוזק צו מאכען ח"ו אבער וואס גייט דער וויזנץ'ער רבי ר' מנדל טוהן ראש השנה מיט דעם יהי רצון?

מען קאן דאך נישט זאגען ולא לזנב, דאס וועט דאך אונטער ברעכען זיינע אלע דרשות פון די הייליגע שוואנצאעס.
ער זאגט דאך אפן ער וויל זיינע שוואנצאנים


י״ב שוואט, ראש האשאננע לשוואנצאנעס, קענען זיי זיכער זאגן: שנהי' לזנב..