Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » גור אדאפטירט פרומע טעראריזם

גור אדאפטירט פרומע טעראריזם

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12559
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:17 pm#412487
גור אדאפטירט פרומע טעראריזם
אין א דראמאטישע אנטוויקלונג האט די גורער מיידל שולע אין ב''פ צוטיילט אלע קלאסן פון אויבן ביז אונטן, יעדע כיתה האט א פרומע קלאס און א שוואכערע קלאס.

די קינדער וואס זייערע עלטערן שטעלן זיך נישט צו צו די נייע תקנות וואס מען האט פלוצלינג ארויפגעלייגט פון איין מינוט אויפן צווייטן, ווערן די קינדער אריינגעשליידערט אינעם נידריגן קלאס.

די תקנות זענען אז פרויען טארן נישט דרייווען, נישטא מער קיין שווארצע טייטס און מ'דארף שניידן די שייטלעך און מאאר טו קאם.
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:25 pm#412488
איך בין אמת'דיג נייגעריג צו גיין פעסט פארווערד צעהן יאהר און זעהן די פירות פון ביידע קלאסן/ראסעס..... איך בין נייגעריג פון וועלכע ס'וועלן ארויסקומען בעסערע פירות......
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:27 pm#412489
און וואס איז מיט די אלטע תקונעס?
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:58 pm#412490
סאיז א שיינע זאך.
אנשטאט צי ווארפן און רודפן שטעלט מען צי פאר ביידע.
אלע היימישע מוסדות וואלטן דאס געדארפט טון. פארשטייט זוך נאר אויב אין דו בעסערע קלאס, דארט ווי ממעג דרייווען, מטיילט נישט איין ווי לאנג דו שייטל איז, געבט מען באמת פרייהייט פאר דו עלטערן.
שטעלט אייך פאר אז דו מוסדות האבן א באזינדרע קלאס פאר סמארטפאן, מאמעס דרייווען, טאטעס זאגו סליחות מיט yy, דו פארמעסט, וכדו'. סוואלט גאנץ פיין געווען.
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:04 pm#412492
זיי זאגן אבער אז די גבירים האט מען געהאלטן אין די עליטע קלאס טראץ וואס זיי האלטן נישט די תקנות, און אנדערע ווערטער, ס'האט מער מיט סעלעקציע און עליטיזם ווי איידער ריין רעליגיע.
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:32 pm#412494
נא גבירים קריגן אין דו גאנצע וועלט דין קדימה. מיר האבן סאך ערגערע פראבלעמן.
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:50 am#412501
נולד מאוחר האט געשריבן:סאיז א שיינע זאך.
אנשטאט צי ווארפן און רודפן שטעלט מען צי פאר ביידע.
אלע היימישע מוסדות וואלטן דאס געדארפט טון. פארשטייט זוך נאר אויב אין דו בעסערע קלאס, דארט ווי ממעג דרייווען, מטיילט נישט איין ווי לאנג דו שייטל איז, געבט מען באמת פרייהייט פאר דו עלטערן.
שטעלט אייך פאר אז דו מוסדות האבן א באזינדרע קלאס פאר סמארטפאן, מאמעס דרייווען, טאטעס זאגו סליחות מיט yy, דו פארמעסט, וכדו'. סוואלט גאנץ פיין געווען.

מ'טיילט יא איין. מ'האט געמאכט תקנות נאר די עלטערן האבן זיך אפגערעדט אז מ'קען זיך נישט טוישן אזוי שנעל. פופציג יאר האבן די גורער נשים געמעגט אויסזען ווי ז.... און טון וואס זיי האבן געוואלט, געב צייט פאר א טויש. זענען זיי אויפגעקומען מיט אן איינפאל, מ'וועט צעטיילן דעם סקול...

אזא רשעות איז נאכנישט געהערט געווארן זינט ימות סדום ועמורה. עלטערן וויינען, קינדער צעטיילט פון די נענסטע חבר'טעס, כלה מיידלעך דארפן זיך אפטיילן פון די לאנג יעריגע נאנטע, פארוואס? ווייל די מאמע דארף זיך שניידן דאס שייטל פון 35 אינטשעס צו 12, פון איין סעקונדע צום צווייטן.

הונדערטער גורע פרויען דרייווען קארס און פארן דערמיט צו די ארבעט, מ'דארף טרעפן אלטערנאטיווע וועגן אנצוקומען יעדן טאג, ווייל דער רבי וויל ארויסקעשן פון זיין נייער נגיד אליש ענגלענדער פרומע געלטער....

איינער זאגט מיר אז פונקט ווי סלאנים האט א שווארצע און ווייסע, איז גור אויך צעטיילט צווישן שווארצע און בעיזשע טייטס....
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:55 am#412503
די פראבלעם איז אויך אז פרישע משפחות וואס האלטן נישט די תקנות נעמט מען נישט אן אין די מוסדות. די צעטיילונג איז נאר פאר די קינדער וואס לערנען שוין ממילא דארט.

אין גור קומען אסאך ארץ ישראל'דיגע וואוינען קיין אמעריקע, און מ'נעמט נישט אן זיייערע קינדער וועגן די תקנות. אפגערעדט אין חדר וואו ס'איז דא צוויי וויל קיינער נישט נעמען די שוואכע. נו וואו זאל דער גורער מיט הויזן שיקן זיינע קינדער??
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:02 am#412508
די לעצטיגע תקנות כאוואליעס וועלן מאכן א גרעסערע חורבן פאר כלל ישראל ווי די גאנצע אינטערנעט.......

און אנדערע נייעס איז עפעס סאטמאר בּ''פּ ארונים אויך זייער ווילד געווארן צום נייעם יאהר.......
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:17 pm#412535
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און וואס איז מיט די אלטע תקונעס?

וואס דארף מען די אלטע ווען ס'איז דא נייע...?! אפשר קענמען טייטשן חדשים לבקרים...די נייע גזירות זענען פאר די רינדער...!
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:23 pm#412536
פארוואס האבן זיי אנגהויבן מיט אמערקע אין ארץ ישראל איז בעסער
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:28 pm#412539
ווער זאגט אז די קלאס פין קינדער וואס האלטען נישט תקנות זענען נידריג?

עס קומט א נייע מוסד, די פרומע וועלען בלייבן אויסגעשפילט.
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:40 pm#412541
די פאקט איז אז גוטע קינדער קומען (אויך) ארויס פון (א''ג) שוואכערע שטיבן, און אזוי אויך פארקערט.......... מען דארף ווארטן פאר די פירות, ווען מ'וועט זעהן ווי ס'פאלן נושרים פון די עליטע א''ג פרומע 'קלאס', און די אנדערע וועט שטייגן...... וואס וועלן זיי דעמאלטס זאגן?
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 2:04 pm#412542
קורקלענד האט געשריבן:די לעצטיגע תקנות כאוואליעס וועלן מאכן א גרעסערע חורבן פאר כלל ישראל ווי די גאנצע אינטערנעט.......

און אנדערע נייעס איז עפעס סאטמאר בּ''פּ ארונים אויך זייער ווילד געווארן צום נייעם יאהר.......

וואס הייסט?
פרייטאג מאי 17, 2019 2:41 pm#430669
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:https://scontent-lga3-1.xx.fbcdn.net/v/t1.15752-9/60244691_308941456700604_8232130319793258496_n.jpg?_nc_cat=103&_nc_ht=scontent-lga3-1.xx&oh=d1cbbc6286c64b2c493aa86c80f9df88&oe=5D6130B1

https://scontent-lga3-1.xx.fbcdn.net/v/ ... e=5D6A94A2

זעהט אויס פאלטש
מוצ"ש מאי 18, 2019 6:07 pm#430680
פארוואס קען איך עס נישט עפענען??
מוצ"ש מאי 18, 2019 10:56 pm#430689
איך ווייס נישט אויב דאס איז פאלטש, אבער ס'איז לעבעדיג די לעצטע צוויי וואכן.