Under maintenance
הויפט זייט » דער הערליכער סוכות "וועקער" איז דא! קויפט אין צייט פאר יו"ט

דער הערליכער סוכות "וועקער" איז דא! קויפט אין צייט פאר יו"ט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12582
מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 5:49 pm#413123
דער הערליכער סוכות "וועקער" איז דא! קויפט אין צייט פאר יו"ט
אפדעיט:
ויום טוב היו עושין בצאתו מן הקודש.

א גוטע וואך, און א גוט יאר, איר זאלט האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס.

אט קענען מיר מעלדן די פרייליכע בשורה אז דער פראכטפולער און פארגרעסערטער וועקער לכבוד סוכות איז ארויס פון דרוק!

די שענסטע און אקטועלסטע ארטיקלען פאר א ריכטיגער עונג יום-טוב.

קויפט היינט, צו ערהאלטן דעם וועקער אין צייט פאר יו''ט.

https://www.amazon.com/dp/1727436377



IMG_20180919_205410_878.jpg


שמעו נא רבותי טייערע ידידים, קוראים יקרים, יו"ט סוכות איז שוין אראונד דה קארנער, און די וועקער רעדאקציע שלאפט נישט. מיר זענען היינט געגאנגען צום דרוק מיט אונזער ריזיגער סוכות אויסגאבע, כמעט 200 זייטן אנגעפאקט מיט די שענסטע לייען-מאטעריאל אין דער אידישער שפראך.

א קאלאבאראציע פון אונזערע חברים דא אויף קאווע שטיבל, און שרייבער פון איבעראל, איז דער וועקער אן אויסגאבע וואס איז נישט דא אירס גלייכן. יעדער ארטיקל איז אייגנארטיג, אקטועל, און געשריבן אויף א גאר הויכן ניווא.

דער קומענדיגער וועקער גייט אונז ברענגען א חשוב'ן גאסט אויף יו"ט. אן אייגנארטיגער פערזענליכקייט וועלכער גיט אונז זיין גאר אינטערעסאנטע לעבנסגעשיכטע און זכרונות. ער איז נישט קיין אלטער איד, אבער ער האט אסאאאאך צו דערציילן פון די פארשידענע קאפיטלען אין זיין לעבן.

א פראפעסאר וועלכער האט א שטארקע ליבשאפט צו חסידות און דער אידישער שפראך, האט געשריבן א לענגערן מאמר אויף א טיפער נושא, און א קאנטראווערסיאלער אידישער דענקער.

"ולא לזנב" איז אן ארטיקל כשמו כן הוא. א לענגערער אנאליז און דאקומענטאציע אויף די טרויעריגע געשעענישן אין דעם חצר פון האדמו"ר ר' מנחם מענדל מוויזניץ.

ידידינו ATUB @מיימון ATUB גיט אונז נאך א פרק אין זיין הערליכער סעריע "חכמות חיצוניות" -- דאסמאל מיט איבער הונדערט מראי מקומות... ידידינו ATUB @לעיקוואד ATUB גיט אונז דעם פערטן מאמר פון זיין באלערנדער סעריע "ירידות הדורות". ידידינו ATUB @דער געוואגטער יונגעל ATUB איז ממשיך מיט זיין "ראדימנער פראצעס".

ידידינו ATUB @רויטע וואנצעס ATUB שילדערט דראמאטיש און רירנד זיינע איבערלעבענישן אין אומאן, דעם נארוואס-פארלאפענעם ראש השנה - באגלייט מיט פערזענליך געכאפטע בילדער.

וואס נאך? השקפה, דערציילונגען (אריינגערעכנט א דערציילונג פון ATUB @יצחק וואלד ATUB !), ביכער, היסטאריע, ועוד ועוד ועוד.

התעוררי התעוררי כי בא אורך!
מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 6:31 pm#413125
דער וועקער האט געשריבן:דער קומענדיגער וועקער גייט אונז ברענגען א חשוב'ן גאסט אויף יו"ט. אן אייגנארטיגער פערזענליכקייט וועלכער גיט אונז זיין גאר אינטערעסאנטע לעבנסגעשיכטע און זכרונות. ער איז נישט קיין אלטער איד, אבער ער האט אסאאאאך צו דערציילן פון די פארשידענע קאפיטלען אין זיין לעבן.

התעוררי התעוררי כי בא אורך!

רעדט מען טאקע פון א גאסט אדער פון א היימישער?
מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 6:43 pm#413126
איסר האטלקי האט געשריבן:
דער וועקער האט געשריבן:דער קומענדיגער וועקער גייט אונז ברענגען א חשוב'ן גאסט אויף יו"ט. אן אייגנארטיגער פערזענליכקייט וועלכער גיט אונז זיין גאר אינטערעסאנטע לעבנסגעשיכטע און זכרונות. ער איז נישט קיין אלטער איד, אבער ער האט אסאאאאך צו דערציילן פון די פארשידענע קאפיטלען אין זיין לעבן.

התעוררי התעוררי כי בא אורך!

רעדט מען טאקע פון א גאסט אדער פון א היימישער?

ער איז סיי א גאסט, און סיי א היימישער... :ששש
מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 6:54 pm#413127
מזל טוב מזל טוב! בשורה טובה תדשן עצם, נאכאמזל אז איך וועל באלד נישט גיין קיין שיך מיט מיין פארגרעבטע ביינער פון אזא בשורה.

איך בין זייער אנציקט און איך האף צו באשטעלען אמגיכסטען.

לכאורה ערשיין איך נישט אין די יעצטיגע וועקער, איך האב נישט אנגעיאגט עפעס ניי צו שרייבען. איך האף תשובה צו טוהן ביז צום נעקסטען וועקער.

ומכאן השיר והשבח וההודיה יוצאת לכבוד ראובן ופיקאסא, וואס ארבעטן שווער און קונצליך ארויסצוגעבן א דבר מתוקן ונאה מתחת ידיהם.

א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר
מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 7:29 pm#413128
אין בעל נס מכיר בנסו, חברה חברה, הערזשע וואס א קלוגער איד זאגט, וואס דא גייט פאר איז חוץ לדרך הטבע, אבער ליטערלי.
זיצן ריזיגע פאבלישינג פירמעס מיט ענדלאזע ריסוירסן און פאליטישע מאכט וואס דרוקן גאנצעטע טעלעפאן בוקס אויף יו"ט און ס'איז אלץ כקלופת השום קעגן דעם וועקער און קיינער, כ'זאג נאכאמאל קיינער, פונעם גרעסטן ביזן קלענסטן, קען זיך נישט פארמעסטן מיט די קאלירפולקייט, קלאסישקייט און הויכער ניווא פון דער וועקער.
און פאר אייך טייערע עוסקים במלאכת הקודש שלא על מנת לקבל פרס כלשהוא ושר צבא ה' מורינו ר' ראובן בראשם האב איך נישט קיין ווערטער נארזשע אז איר זאלט קענען אנגיין מיט דער עבודת הקודש אומגעשטערט און מיט הרחבת הדעת והיה זה זייער בעסטער שכרם גלויב איך.
מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 8:55 pm#413131
איז מארגן דו איינציגעסטע טאג צי באשטעלן כדי איז באקימען פאר סוכות?
מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 9:37 pm#413133
Re: "וועקער" סוכות מעגא-אויסגאבע אט אט דא!
Wow!

איך ווייס נישט וואס איז א גרעסערע חידוש, דאס עצם ארויס געבן דעם וועקער, אדער דאס האלטן אזוי בסודי סודות און דערנאך אריין קומען מיט אן אויפרייס!

די קורצע רמיזה רייד פון די מערכת איז גענוג מיר צו אנציען די נערווען ביז כ'וועל האלטן מיין וועקער'ל אין האנט. יאך קען נישט ווארטן.

א דאנק פאר ראובן חתן דינן, די גרעפיקער, די שרייבער און אלע חברי המערכת.
מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:04 pm#413138
דער וועקער האט געשריבן:
"ולא לזנב" איז אן ארטיקל כשמו כן הוא. א לענגערער אנאליז און דאקומענטאציע אויף די טרויעריגע געשעענישן אין דעם חצר פון האדמו"ר ר' מנחם מענדל מוויזניץ!


ולא מיט א אל''ף אדער ווא''ו ?
מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:22 pm#413140
Re: "וועקער" סוכות מעגא-אויסגאבע אט אט דא!
ארי נוהם'ס ארטיקל ערשיינט דאסמאל נישט??
דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 1:43 am#413152
דער וועקער האט געשריבן:
"ולא לזנב" איז אן ארטיקל כשמו כן הוא. א לענגערער אנאליז און דאקומענטאציע אויף די טרויעריגע געשעענישן אין דעם חצר פון האדמו"ר ר' מנחם מענדל מוויזניץ!


דער וועקער האט א צימעס אפטיילונג?
דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 2:03 am#413153
מיר ווארטן מיט שפאנונג....
דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 7:35 am#413157
ווייל אזוי האט געשריבן:
דער וועקער האט געשריבן:
"ולא לזנב" איז אן ארטיקל כשמו כן הוא. א לענגערער אנאליז און דאקומענטאציע אויף די טרויעריגע געשעענישן אין דעם חצר פון האדמו"ר ר' מנחם מענדל מוויזניץ!


ולא מיט א אל''ף אדער ווא''ו ?


לא מיט א למ"ד (כידוע זל"ק פונ'ם ישוע"מ נבג"מ)...
דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 10:31 am#413160
וועט נאך זיין א מעגליכקייט צו באשטעלן דעם פרישן וועקער און עס וועט אנקומען בעפאר זמן שמחתינו?
דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 12:25 pm#413165
מ'וועט עס אי"ה קענען באשטעלן ממחרת יום הכיפורים. אפשר אפילו מוצאי יו"כ. האפנטליך וועט עס נאך אנקומען פאר יו''ט, אז נישט וועט עס זיין אויף חוה''מ.
דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 5:59 pm#413175
איר קענט שוין באשטעלן דעם נייעם וועקער.
אי''ה מוצאי יו''ט וועלן מיר ארויפשטעלן דעם קאווער.
m https://www.amazon.com/dp/1727436377 m
דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 6:25 pm#413176
באשטעלט.
דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 6:37 pm#413177
שוין באשטעלט ברוך השם!!
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2018 9:01 pm#413179
ויום טוב היו עושין בצאתו מן הקודש.

א גוטע וואך, און א גוט יאר, איר זאלט האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס.

אט קענען מיר מעלדן די פרייליכע בשורה אז דער פראכטפולער און פארגרעסערטער וועקער לכבוד סוכות איז ארויס פון דרוק!

די שענסטע און אקטועלסטע ארטיקלען פאר א ריכטיגער עונג יום-טוב.

קויפט היינט, צו ערהאלטן דעם וועקער אין צייט פאר יו''ט.

https://www.amazon.com/dp/1727436377

מיטוואך סעפטעמבער 19, 2018 10:24 pm#413182
פארווארט
(קליקט אויף די בילדער צו זען קלארער)
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2018 10:26 pm#413184
ווי אין וויליאמסבורג קען מען קויפן די נייע וועקער?
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:22 am#413187
וועקער איז ארויף מיט'ן פרייז צו ניין טאלער?
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:26 am#413188
יעדע ניסן און תשרי איז דאס דער פרייז.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:40 am#413190
שוין באשטעלט.

כ'קען קוים ווארטן
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 5:20 am#413200
Re: דער הערליכער סוכות "וועקער" איז דא! קויפט אין צייט פאר י
באשטעלט נאך פאר איך האב געזעהן די קאווער. איך האב מיר פארלאזט אויף די חזקה פון דער וועקער און זיי האבן מיר נישט אנטשויט.
איך ווארט ביים פענסטער פאר די פאסט-מאן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:39 am#413204
קאצקע ציקער האט געשריבן:
דער וועקער האט געשריבן:
"ולא לזנב" איז אן ארטיקל כשמו כן הוא. א לענגערער אנאליז און דאקומענטאציע אויף די טרויעריגע געשעענישן אין דעם חצר פון האדמו"ר ר' מנחם מענדל מוויזניץ!


דער וועקער האט א צימעס אפטיילונג?

ניין. דער וועקער רעדט פון ערנסטע נושאים וואס דארפן גערעדט ווערן.