Under maintenance
הויפט זייט » הרב דוב זאב וויינבערגער ז"ל, און זיין ארטיקל אין "דער איד"

הרב דוב זאב וויינבערגער ז"ל, און זיין ארטיקל אין "דער איד"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12594
מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 12:25 am#413417
הרב דוב זאב וויינבערגער ז"ל, און זיין ארטיקל אין "דער איד"
אינעם וועקער נומער 14 ערשיינט אן ארטיקל איבער דעם יאנג איזראעל רב פון וויליאמסבורג, הרב דוב זאב וויינבערגער ז"ל, וועלכער איז נפטר געווארן פארגאנגענעם חודש אייר, און אן ארטיקל וואס ער האט געשריבן אינעם "איד" אין תשכ"ו צו פארטיידיגן ישיבות וועמענ'ס תלמידים זענען געגאנגען אין קאלעדזש.

הערות, קאמפלימענטן און קריטיק זענען וועלקאם.

גלייכצייטיג א דאנק פאר ידידינו האהוב ATUB @שמעקעדיג ATUB פאר'ן מיר ארויסהעלפן מיט דעם ארטיקל.
מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 8:41 am#413428
א גרויסע ש'כח דיר ATUB @ראובן ATUB פאַרן אונז מהנה זיין מאוצרך הטוב, דער ארטיקל זעלבסט איז געווען דערפרישענד און אויך די קורצע אפהאנדלונג אויף הרב וויינבערגער איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט האבענדיג אים קענען געלערענט אביסל אויף דער עלטער.

כ'וואלט ווען געוואלט ליינען סענדר דייטש'ס רעאקציע, איז שייך ארויפצולייגן דא א קלארערע בילד דערפון?
מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 12:14 pm#413432
A.jpg


B.jpg


ההמשך אינו תחת ידי כעת.
מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 3:34 pm#413439
א דאַנק פאַרן ארויפלייגן

נאכן ליינען די ערשטע פּאָר פאראגראפען איז די המשך מובן מאליו, בלייבט טאקע נאָר איבּער די חידוש פון דאס בּלויזן זיך באציען צו אַזאַ בריוו.

אגב, כ׳האב אויך געוואַלדיג הנאה געהאט פון די איבעריגע צייטונגס אויסשניטען, צוקער זיס.
פרייטאג אקטאבער 12, 2018 4:37 pm#414388
Re: הרב דוב זאב וויינבערגער ז"ל, און זיין ארטיקל אין "דער אי
הרב וויינבערגער גיבט אונז א בליק אויף די וועלט אין יענער צייטען.

אינטרעסאנט אז ביי אים זענען חרדים אדער תורה ודעת תלמידים, אדער חסידים. די ערשטע זוכען רבנות פאסטנ׳ס אויפצוטון אין די פרעמד, און די צווייטע איז אפגעזונדערט פון דער וועלט.
ער מאכט זיך נישט צוטון פון די דריטע שטראם. זיי זענען געווען אפגעזונדערט און אונטער די פאליצעס, אבער זיין וועלט איז איבערגענומען געווארען פון די וועלט. דאס איז די ישיבה וועלט פון בית התלמוד - מיר און לעיקוואד. זיי האבען געהאלטען אז בויען א שטארקען אפגעזונדערטע וועלט טוט אויף ביי די פרעמדע אויך און צום סוף וועלען זיי זיך בייגען. זאלען זיי קומען צו אונז, און דעמאלס לערן מיט זיי. תורה ודעת, אלס א שטראם, עגזיסטירט כמעט נישט. און די בית התלמוד - מיר סיסטעם בליט און וואקסט.

עס איז א מוסר השכל וויאזוי אנצוקוקען די היינטיגע וועלט. ווער ווייסט וואז וועט זיין אין די צוקונפט? אפשר וועט מען קוים געדענקען אז סאטמאר\ב.מ.ג. האבען אמאל עגזיסטירט און עפעס ניי וועט איבערנעמען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 14, 2018 12:03 am#414407
ליטוואק פון בודאפעסט: איך האב דעם פארגאנגענעם חוה"מ סוכות געזעהן א מחזה א וויזיע וויאזוי סאטמאר (לכה"פ די ארונים) וועט אי"ה אויסזעהן בערך אין 20 יאר פון היינט...!

איך בין אדורכגעפארן א גרויסן סיין אויף א געוויסן ראוד אין עירמאנט וואו ס'שטייט געשריבן מיט קידוש לבנה אותיות..."ישיבה ומתיבתא תורה ויראה דרבינו יואל מ'סאטמאר, עירמאנט"...! בין איך אריינגעפארן אין דעם לאט. האטציך פאר מיר אנטפלעקט א מורא'דיגע מחזה. פרויען מיט לאנגע שייטלעך וועלכע רעדן אויף סמארטפאונס. זיי דרייוון מיני ווענס מיט קינדער. אינדרויסן , נעבן די ווענס האבן זיך ארומגעדרייט יונגעלייט מיט געשוירענע ,בערדלעך (אזעלכע וואס מ'וואלט נישט אנגענומען זייערע קינדער אין די מוסדות הקדושים). א טייל אנדערע , ארבעטנדיגע בחורים וועלכע זענען אינגאנצן געווען געשעיווט האבן זיך ארומגעדרייט מיט א טי-שוירט און א קאטטאן טלית קטן...אויך זיי האבן גערעדט אויף סמארטפאונס., רחמנא ליצלן...!

אונז האמיר אייביג געוויסט אז א סאטמאר'ע יונגערמאן דארף ארומגיין צולאטשעט. זיין העמד זאלל א ביסל ארויסהענגען. די שוך אומ-געפיצט פאר לכה"פ 6 חדשים. און בין שאוער לשאוער קען אדורכגיין צומאל א גאנצער חודש...!

אויב איינער ווייסט פשט פון אט די אויבנדערמאנט סצענע ווערט ער געבעטן זיך אנצורופן. ווייל ביי מיר איז עס א שטארקער פאזל...! ייש"כ למפרע...!
מאנטאג אקטאבער 15, 2018 8:19 am#414463
Re: הרב דוב זאב וויינבערגער ז"ל, און זיין ארטיקל אין "דער אי
איך האב יעצט געכאפט א שמועס מיט דער איידעם פון הרב וויינבערגער, און ער האט מיר פארציילט א פאר ביאגראפישע פונקטען אויף זיין שווער.

ער איז געווען אן אייניקעל פון דער בני יששכר, און זיין טאטע האט געוואוינט אין סאנז. זיין טאטע איז געקומען קיין אמעריקא, און ער האט געוואלט אריבער פירען זיין ווייב און קינדער אהער, און די משפחה איז סאנז האט נישט צוגעלאזט. וויבאלד זיין טאטע (הייסט׳ס דער זיידע פון דער רב פון יאנג איזראעל) איז געווען א דיין מטעם בעלזא, זענען זיי געפארען צו ר׳ אהרן בעלזער, וואס האט זי געזאגט אז איהר קינדער וועלען קיינמאל נישט ארבעטען שבת. דערווייל איז די ברכה נישט מקויים געווארען, דריי זין זענען געווארען רבנים, וואס ארבעטען דוקא אום שבת.

ער האט געזאגט אז ער האט געדארפט שלום מאכען אין דריי ערטער - א. צווישען די יאנג איזראעל אידען און די סאטמורים, ב. צווישען דע אידען און די שווארצע, ג. צווישען פרומער און פרייע אידען אין די פעדערעישען, און די דריטע איז געווען די שווערסטע, ווייל די פרייע פארענטפערען זיך אז עס איז אוממעליגך צו האלטען תורה היינטיגע צייטען, און מ׳זעט דאך אז די פרומע קענען. דאס טוט זיי וויי.

ווען מעיאר לינדסעי גרעהעם האט געוואלט אידישע שטימעס, האט ער אים געדינגען צו בויען הייזער פאר אידען פאר ביליג, און פון דארט קומט די פראדזשעקטס וואס האט געהאלטען די אידען דארט (איז עס א גוטע זאך?)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג אקטאבער 15, 2018 8:56 am#414465
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ווען מעיאר לינדסעי גרעהעם
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גרעהעם איז דער יעצטיגער סענאטאר פון סאוט קאראליינע. דו מיינסט ניו-יארקער מעיאר John Lindsay.